אלעס פארן זיך האבן זיין קלארן מיינונג און זיך נישט טוישן בכל הון דעלמא
אפשר מעג א מענטש זיך האבן זיין אייגן מיינונג,
אפשר מעג א מענטש פירן זיין אייגן קהלה לויט זיין שכל,
האט ער אמאל געסיינט קאנטראקט מיט רב סאלאמאן?
איז ער מער משעובד צום סקולענער רבי'ן זז"ג אדער צום סאטמאר רבי'ן זצ"ל
דער מענטש שרייט און וויינט קעגן אינטערנעט מער ווי סיי ווער ווי די אלע צדיקים כל אחד בשמו יבורך
דער מענטש האט שוין מתקן געווען תיקונים להלכה למעשה מער ווי סיי ווער פון די אלע צדיקים כל אחד בשמו יבורך
האט דען איינער דאס מינדעסטע הוה אמינא אז דאס זיך צאמקוועטשן מיט די טשופיקעס פאר 1 נאכט גייט אויפטון אזעלכע גדולות ונצורות פאר סאטמארע מענטש אזש אז בכגון דא מוז מען ציברעכן די 150 יאריגער חומת ההתבדלות,
געוואלד אין געשריגן!
עד היכן יגענו?
לאזט דעם מענטש מנוחה!!
ער וואונטש גרויסע הצלחה פאר אלע משתתפים,
אויב די זלמונים האלטן אז נאר מיטן גיין מיט ציונים וועלן זיי ארויסווארפן די אנטערנעט, געזונטערהייט גייטס אהין ווערצט פארגלאצט דארט פון די גדעילים, און לאזט אונז מנוחה,