א בושה און א חרפה דאס הייסט נוצען די ויואל משה פאר א געווער פאר פאליטישע אינטרעסען!!
אגב איז חיים שלמה פישער דאהי?
ר' אהרן האט געזאגט אז א סאטמארע איד ברויך נישט גיין נישט צום כינוס און נישט
צום סיום.
שטעלט זיך די שאלה, מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ווי קומט דער ערליך אנגעפירטער
כינוס, וואס ווערט אנגעפירט דורך ערליכע היימישע רבנים, קעגן די פארשאלטענע
אינטערנעט, וואס ברענט ווי א פייער ביי אונז און ביי זיי סאטמאר פונקט ווי אין
לעקוואד, צו דער סיום הש"ס פון די מאדערענע אמעריקאנע אגודה, וואס איז אפי'
לשיטתם בלויז א שיינע זאך, (ב"ה ביי אונז פעלט אויך נישט קיין סיומים), ווי
וואגט זיך א רב וואס האט אן אחריות פון טויזענטער אידן, צאמצושטעלן די צוויי זאכן.
נא דאס אז דער אומסטאבילער ר' אהרן, לערנט אויבערפלעכליך, קרום, מאכט נארישע
פשט'לעך, איז אומ'אחריות'דיג, דאס איז דאך נישט קיין נייעס, אבער פארט, אפי' פאר
אזא קאפ ווי אים, ווי איז זיך אים צאמגעקליבען די צוויי זאכן אין קאפ, וואס איז די
צד השוה ?
דער תי' איז איין ווארט, "פארענטשעס".
דאס זעט ר' אהרן, דאס רעדט צו אים, דאס ווייסט ער גוט וואס סמיינט.
"ריזיגער עולם", "רבבות אידן", "פרעמדע קרייזן",
פון דעם טראכט ער בייטאג, און פון דעם חלומ'ט ער ביינאכט, דאס איז דער צד השוה,
און אין די טעריטאריע האט דער אלגעמיין אויסגעשפילטער סקולענער רבי זיך דערוואגט
אריין צוטרעטן, מיטן הילף פון זיין אינגערע ברודער, דאס איז אומאויסהאלטבאר, דאס
קרענקט אים.
און לגבי הגה"צ משאפראן שליט"א קען מען בלויז זאגן דעם מאמר חכז"ל, אמר רבי יוחנן: ענוותנותו של רבי זכריה בן אבקולס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו והגליתנו מארצנו (גיטין נו ע"א), הגם סאיז געווען א פראבלעם פון "יאמרו בעלי מומין קרבין לגבי מזבח" אדער פון "יאמרו מטיל מום בקדשים יהרג" ברויך מען אבער קענען מעסטן פראבלעמען, די פראבלעם פון אינטערנעט איז נישט קיין קלענע סכנה ווי חורבן בית המקדש, שאפראנער רבס ריינע מח, קען ניטאמאל פראסעסן די אינפארמאציע וואס די מומחים זאגן וועגן אינטערנעט, זיין זויבערע מאגן קען דאס ניטאמאל פארדייען.
אבער ברוך שמסר עולמו לשומרים, שאפראנער רב פארטערט בלויז גאר א קליינע חלק פונעם עהרליכן יודענטום, די ערליכע רבנים, די בעלי אחריות, וואס וויסן די פראבלעמען, האבן זיך נישט דערשראקן פון דעם "יאמרו", זאל מען זאגן, זאל מען זאגן וואס מען וויל, מיר וועלן טון וואס מען קען, און וואס מהאלט אז סקען עפעס אויפטוען, אז די אינטערנעט זאל נישט טון מיטן היימישן ציבור וואס רעפארם האט געטון מיטן כלל ישראל בשעתו, ציונות בשעתו, וואס האט אפגעפירט רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל, און דאס ביסעלע וואס איז איבער געבליבן איז אויך יעצט אין א סכנה.
די שיטה קענסטו ליינען אויף די ווענט אין די בתי מדרשים, הערן דרשות פון די עהרליכע אידן בעלי אחריות, און פאלגן די עהרליכע רבנים.
אפי' אויב דו ביסט פון די מענטשן וואס האלטן אז ר' אהרן איז מסודר 100%, מוזטו נישט גיין, אבער ח"ו נישט האקן אדער עס אוועקמאכן, אנעקען אז עס איז א גורל'דיגע תקופה ביי כלל ישראל, און זיי מתפלל אז עס זאל עפעס אויפטוען, ווי אויך אז סזאל נישט ארויסקומען דארטן א מכשול.איך האב דירעקט נישט אטאקירט ר' אהרן מיטן מדמה זיין דאס צו בחירות, איבער וואס איך שרייב, איך האב דאס בלויז דערמאנט בחצי עגולה, איך בין טאקע נישט זיכער וואס ער האט גערעדט, (אויף די קעפל פון הייד פארק איז משמע אז ער האט דאס צאמגעטשעלט, סאיז א מורא'דיגע חילול ה'), איך האב בעיקר אפגעוואנדן זיין צוגלייך בנוגע די פילינג פון די ארונים, סאיז דא צווי חילוקים, א' דארטן ווייסן די אידן אז זיי האלטן זיך צוריק צוליב א איסור, צווייטענס, האבן זיי בעקינג פון חוץ לארץ.
קעפל פון הייד פארק "האדמו"ר מסאטמר ממשיך במתקפה על כנס הטכנולוגיה • כמו הצבעה בבחירות".
איך האב דירעקט נישט אטאקירט ר' אהרן מיטן מדמה זיין דאס צו בחירות, קוק איבער וואס איך שרייב, כצ"ל
|
חלילה וחס, ר' מנשה פילאפף איז נישט געווארן פסול, ער איז א טייערע איד, א גיוואלדיגע ידען, ער האט נישט קיין גרויס כבוד פון זיין שטעלונג, ער איז א שארפע מענטש, און סאיז גוט צו האבן אזא איינעם מיט זיך, פארשטייט זיך נישט אלע מאל קען מען אנעמען זיין מיינונג, דעם ר' זכרי' בן אבקולס וואלט מען נאך אלץ געפרעגט אלגעמיינע שאלות אין עניני מומין, אבער פארשטייט זיך נישט אויפן פרייז פון חורבן ביהמ"ק.
ר' מאיר יודל האט קיין מאל נישט געהאט קיין דירעקטע שייכות מיט די זאליס, כגלייב שווער אז סהאט זיך עפעס געטוישט בנוגע אים.
Jhol כתב, "אויב זענט איר נאך אלץ שטארק און פאניק (ווייל מרייסט זיך ביי ענק ביי דער קעפ )קענט איר עפענען נאך אפאר אזעלכע אשכולות צי בארהיגן דיינע קעלבלעך".
סאיז נישט קיין נייע זאך אז מרייסט זיך אין סאטמאר ביי די קעפ בעניני השקפה, פרשת שווארצע יוכיח, אגב שאפראנע רב זצ"ל איז דעמאלט מיטגעשטאנען מיט די שווארצע, און ער איז געווען א הייליגער איד, און איז נאכאלץ שטארק רעספעקטירט אין סאטמאר, מיטן אויבערשטנס הילף וועט דא אויך אזוי זיין, ואת והב בסופה.
דער אלגעמיינער עולם וועט פאלגן דעם רבי'ן מיט די דיינים און גיין.
Jhol דיין לעצטע תגובה זעט אויס צו זיין געשריבן איבערגעאיילט, אדער דאס איז דיין מהלך.