היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער קאליציע פון ר זלמן האלט ביים צופאלן!!!

דער קאליציע פון ר זלמן האלט ביים צופאלן!!!

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959536

מישמאש » 17/5/2012 23:33

די פאליטשער החלטה וואס די זאליבאנישע פארטיי פירער האבן געמאכט מיטן הייסען אז דער מן הארץ הדור זאל האלטען זיין לדעתי לדעתי רעדע, אונעם געלן ראדני טעמפל, און הייסן גיין צום כינוס כלל ישראל, און גאר זאגן אז עס איז זכיה אהין צו גיין, האט חרוב געמאכט די שווערע הארוואניע וואס רעב זאלישעל ארבייט שוין ביטער שווער  יארן לאנג, זייט ער איז געקימען צו קריכען פון ישראל חרוב צו מאכן סאטמאר.

פארוואס?

זייער פשוט, סאטמאר איז תש''ם געווארן איינגעטיילט און צוויי חלקים.

רוב סאטמאר די שענסטע און דאס בעסטע און  די חשובטע משפחות פון סאטמאר, האבן אויסגעפאלגט די החלטה פון קהל, און דעם דעת תורה פון אלע גדולי ישראל, און האבן מקבל מרות געווען פונעם הייליגן ברך משה זי''ע,

און זיי זענען ווייטער אדוק ומקושר צו כ''ק רבינו שליט''א, און פאלגען אויס אלע הוראות פון רבינו שליט''א, מיט תמימות, אן קיין חכמות.

דער צווייטער חלק וואס האבן זיך געהאלטן קליגער פון די גדולי ישראל, האבן נישט מקבל מרות געווען פון דעם ברך משה זי''ע, יעדער צילוב זייערע פאליטשע און עגאיסטישע סיבות, זענען צוטיילט געווארן און צענדליגער פארטייען אזוי וואו דעם דור הפלגה רח''ל,

בני המן, בני יאקאבוויטש, בני לייטנער, בני הרעבעצין, בני אלתר משה גאלבערגער, בני שאפראן, בני שארמאש, בני סאלקא, בני קאליב, בני ברעסלאוו, בני משוגעים, וכו, וכו,

ווען דער ברך משה זי''ע איז נסתלק געווארן, האט סאטמאר תיכף מקבל מרות געווען פון רבינו שליט''א,

יעדער האט געוויסט אז רבינו שליט''א איז א גאון וצדיק שאין בדיגמתו, א תלמוד חביב פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע, און מוסמך להוראה פון די גרעסטע פוסקי הדור,און דאס איז געווען די רצון פונעם ברך משה זי''ע, און ב''ה סאטמאר האט זיך נישט גענארט, און מען האט געמאכט דעם ריכטיגען אויסוואל, עס איז היינט א כבוד און א שטאלץ צו זיין א חסיד פון כ''ק רבינו שליט''א.

דער ר זאלישעל  האט זייער שטארק געוואלט זיין א רבי, דאס ראביסטווע תאווה האט געטוליעט און זיין עם הארצישע הערצעלע, ער האט אבער געהאט א גרויסער פראבלעם,

ווער קען דען זיין א חסיד פון אזא שרעקליכער גארנישט? פון אזא גראבער מן הארץ וואס כמעט אין בדיגמתו,? פון  אזא מיינונגסלאזער מענטש?,

ווען ער האט ווען נישט זיין שיינעם פאטריאכישער בארדע, מיט זיין רעביש בייכל קען מען אים רואיג לייגען און שמות,

איז פאר אונזער חכם עתיק ר זאלישעל איינגעפאלן א געניאלען המצאה, ער גייט ווערן א גארביטש קאלעקטאר, פשיטו כמשמעו, ער גייט צוזאם נעמען די אלע פארטייען וואז זענען ארויסגעפלויגן פון סאטמאר און די מ' יארן, דאס אפפאל פון די מענשטהייט, די ווערים און קרעטץ געפרעגעלט און הערינג זאפט,  און שוין!!! עס וועט זיין בילדער פון נעילות החג.

און דער רבי זאלישעל ארבייט טאקע ביטער שווער יעדן צו געפעלן, למשל פאר זיין טאטענס שונאים, ווייזט ער ארויס די מערסטע חיבה וואס איז נאר שייך, וואו למשל דער כאמעיני פראקאלאמירער און פון די יושבים ריאשנה במלכות זאלי, ער האט אפי' געזאגט אז זיי האבן ליב געהאט דעם ברך משה זי''ע מיט אהבה מסתרת, דהיינו ווען זיי האבן נאך געשריגן דעם ברך משה זי''ע אויפן גאס, און אים געריפן און קארט, און ווייס געמאכט די גאסן מיט פאשקעווילן קעגן אים, און אים געשאלטן מיט טויטע קללות מאה פעמים בכל יום, איז גאר געווען מחמת אהבה מסתרת.

און פאר די יודן וואס וואס גייען מיט גאר גרויסע שיך, און מיט מאדענע ברילן, און מיט ציריסענע שלייקעס, און מיט אן אפענעם ריטש ראטש, און זיצען הכנות שלוש שעות לפני התפילה, ווייל דער רבעזכיתויגנליינו האט אזוי געטאן, כדי צו געפעלן פאר די דאזיגע מאדענע בריאים זאגט ער, ''דער רבי'' נישט וואו זיין טאטע וואס פרעגט זאגן דער פעטער זי''ע. און ער הייסט הערן די שובבים קאסעטעס, ער שטעלט אן א פנים וואו ער איז דבוק אונעם רבי'ן זי''ע, סארא בלאפער...........

צו געפעלן פאר די סיקריקים, איז ער פארנימען מיטן עירוב, און שיקט זיינע ציושטע קווינס כוליגאנעס רייסן שייטלן פון נשים וואס טראגן און שבת מיטן עירוב, און לויפט קיין לייקוואד פאר דער סיקריקעשער ארגענעזאציע אתרא קדישא.....

צו געפעלן פאר די בני המן, איז ער געפארן מספיד זיין רבי שמעון ווייס ע''ה פון די מייסדים פון בני יואל,  און די בני המן טעמפל, וואס איז געאסערט געווארן דירוך זיין טאטען דער ברך משה זי''ה מיטן מנחת יצחק ובית דינו... וואס האט דער מן הארץ געהאט מיט ר שמעון ווייס ע'''ה ? זיי האבן זיך נאך געקענט פון קראלע....?? נאר וואס טיט מען נישט צו געפעלן פאר די בני המן,

 וואו אויך איז ער געקימען צו קריכן פון ברוקלין צו קענען מסדר קדושין זיין און דעם געאסערטן זאל, שלא ברשות של המרא דאתרא, מחזק צו זיין די בני המן, אזוי ווייטער און ווייטער.....

און רבי זאלישעל פראבירט נעבאך אלעס אויף די וועלט צו זאם צו האלטען די קאליציע, ווייל נאר דאס פארמירט אים א חסידות,  

און איצט מיטן "לדעתי לדעתי רעדע", גייט אלעס צובלאזן ווערן וואו א זייפן בלאז.

און סאטמאר, ווען רבינו שליט''א הייסט נישט צו גיין צום כינוס כלל ישראל, פרעגט קיינער נישט קישיות, אז דער רבי הייסט נישט גיין, גייט מען נישט,  

משא''כ ביי די זאליס איז מלחמה עס איז א שלאכט פעלד,

אלתר משה ג''ב שרייט אז זאלי האט זיך געשמד,

יעקב שמשון דער שטעפיווקער צדיק שרייבט ווארענונגס בריוון פאר רעב זאלי,

 דער מחותן המשלשת משאפראן וואס איז אגב אויך דער חותן המלך פונעם ממלא מקום פון רעב זאלישל, יענקל בערל מבלעקבערי פלאזא, שרייט רבינו סר מן הדרך,

דער טשאטער צדיק שרייט אז איין ראיה אסירה איז ערגער פונעם גאנצען אונטערנעט, אלזא וואס פעלט אויס דעם גאנצן כינוס,

מנשה סילף שרייט אז מען דארף זיך לאזן הארגענען נישט צו גיין צום כינוס,

ר' שמחה ישראל מקאשו שרייט אז דער לדעתי לדעתי, איז דעת עם הארץ און ח''ו צו גיין צום כינוס,

די גאנצע קאליציע וואס רבי זאלישל האט פראבירט אויף צו בויען אויפן אויפן שוועל פון צוזאם בראך,

יעדער וואס איז נאר אמאל געווען ביי די הייליגע ש''ס תורות פון רבינו הקוה''ט זי''ע, אדער אפי' ווער עס לערענט נאר די הייליגע ספרים פון רבינו הקוה''ט זי''ע פארשטייט אז א סאטמארער חסיד האט גארנישט פארלוירן דארט, רבינו שליט''א האט געהאט די זכיה צו הערן די הייליגע תורות ביי אים איז א דבר פשוט אז אנ'''ש האבן נישט וואס צו זיכן דארטן,

משא''כ דער פויער ר זאלישעל וואס האט אין זיין לעבן נישט געהערט די הייליגע ש''ס תורות פון אונזער הייליגן רבין זי''ע, ער איז נאר פארנימען געווען צו הערן די ניוול פה קאסעטעס פון רבו מובהק רעב שימעלע דשיגאן זאל זיין זכות מגן זיין אויף די זאליס, וואו אויך און דעם רבינס הייליגע ספרים קיקט דער באם ר' זאלי נישט אריין,

דעריבער לדעתו לדעתו איז דער כינוס כלל ישראל נישט קיין שום פראבלם,

וואו גערעכט איז געווען דער הייליגער ברך משה זי''ע און נישט צוגעלאזט זיין בן השלישי זאל פארנעמען א פאסטן און סאטמאר,

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

סיטי_פיעלד » 17/5/2012 23:43

המה כרעו ונפלו, ואנחנו קמנו ונתעודד!

מישמאש » 17/5/2012 23:47

ווער איז דער הן כרעו ונפלו?

ווער איז דער ואנחנו קמנו ונתעודד?

גרוינים » 17/5/2012 23:48

אמת המה כרעו ונפלו אויף די וואס רופן זיך סאטמאר און ווילן גיין צום כינוס נאר פאר פאליטישע חשבונות 
און איר קענט בברכת קדשו פון רבינו שליט"א פאר די רבנים ווייטער מצליח מיטן ואנחנו קמנו ונתעודד קיינער שטערט אייך נישט
אדרבה דער רבי האט דירעקט נישט געוואלט רעדן כדאי נישט שוואך צו מאכן אבער צוליב דעם שווערן טעראר אויף אים האט ער מחליט געווען צו משמיע זיין דעת קדשו עכ"פ יעצט ווען דער כינוס לש"ש וועט שוין ממילא נישט דערלייגן אויב מוועט יעצט הערן קלאר אז סאטמאר גייט נישט ווייל יעצט איז שוין נישטא קיין טיקעטס און קיין איין קהלה וועט נישט צוריקציען וועגן סאטמאר ווי עס האט אויסגעזעהן אין אנהייב ווען דער רבי האט מחליט געווען נישט צו רעדן
און יעצט ווען דער רבי האט גערעט מיינט נישט קיינער אז דער רבי איז קעגן אדער צוברעכט יעצט דעם כינוס 
דאס איז בלויז הדרכה פאר סאטמארע חסידים תלמידי רבותינו הק' ויבלחט"א רבינו שלט"א

תוקן על ידי גרוינים ב- 17/05/2012 23:59:07

סיטי_פיעלד » 17/5/2012 23:52

יא! יא!
אבער היינט קענען מיר שוין די נומערן. ס'וועט נישט העלפן תורות.

מישמאש » 17/5/2012 23:53

סיטי פילט ביזט א באצאלטער מענטש, האלט דיך פאזעטיוו, אטאקיר ניששט, טיה דיין דשאב און גאגאנגן ווייטער!

2לדעתי » 17/5/2012 23:58

איינער ווייסט וואס סיטי פיעלד האט געענטפערט?

FiveBoro » 18/5/2012 00:40

מישמאש, דאס אז די קאאליציע צופאלט, איז ממילא א זאך וואס געזעהט אדער היינט אדער מארגן, אבער די חידוש איז איז נאכמער:

ער אליינס זאגט אין די לדעתי רעדע, אז ער האט געמאכט א "טעסט" מיטן ציבור, און ארויסגעגעבן א פארעווע בריוו צו זעהן ווי די ווינטן וועלן זיך דרייען. און.. זיין טעסט איז נעבעך דורכגעפאלן!

ווי דער שאפראנער זאגט אין זיין דרשה, איז ער פשוט געווען שטיל ביז ל"ג בעומר ווייל ער האט געהאפט אז די בריוו מיינט גארנישט און מען וועט למעשה נישט גיין. אבער ווי נאר עס איז ארויסגעקומען דער "זכיה" פון לדעתי, האבן די מוחים אנגעהויבן ארויסשפראצן מיט פייער.

און די רויעך ווערט נאר מער און מער געדעכט.

2לדעתי » 18/5/2012 00:45

די טעסט איז נאר געווען פארן עולם.. ער האט נישט געהאלטן פאר איין רגע אז זיין מחותן המשולשת וועט אים אזוי פארראטן..

allgood1s » 18/5/2012 01:25

Now we see the REAL COLORS of the nik citi field

געלעכטער » 18/5/2012 01:25

מישמאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


אלתר משה ג''ב שרייט אז זאלי האט זיך געשמד,

ר' אהרן טייטלבוים שרייט אז ער געדענקט פון של"ס ביים רבי'ן ז"ל אז מ'טאר נישט גיין

יעקב שמשון דער שטעפיווקער צדיק שרייבט ווארענונגס בריוון פאר רעב זאלי,

 דער מחותן המשלשת משאפראן וואס איז אגב אויך דער חותן המלך פונעם ממלא מקום פון רעב זאלישל, יענקל בערל מבלעקבערי פלאזא, שרייט רבינו סר מן הדרך,

דער טשאטער צדיק שרייט אז איין ראיה אסירה איז ערגער פונעם גאנצען אונטערנעט, אלזא וואס פעלט אויס דעם גאנצן כינוס,

מנשה סילף שרייט אז מען דארף זיך לאזן הארגענען נישט צו גיין צום כינוס,

ר' שמחה ישראל מקאשו שרייט אז דער לדעתי לדעתי, איז דעת עם הארץ און ח''ו צו גיין צום כינוס,

די גאנצע קאליציע פון עקסטרעמיסטן האבן זיך ארויפגעכאפט אויפן באן פון ר' אהרן,



געלעכטער » 18/5/2012 01:25

allgood1s כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
Now we see the REAL COLORS of the nik citi field


WOW! געכאפט דעם גנב רעדהענדעד...

FiveBoro » 18/5/2012 01:34

געלעכטער, אויב דיין הארץ-ווייטאג אויף די צושפליטערטקייט אין דיין פארטיי ווערט פארהיילט מיטן אריינשמורן דעם שפיטיקוער חולה אין יעדע אשכול, דאן האלט עס אן.

א קליינע בובו דארף א קליינע רפואה, א גרויסע בובו דארף א גרויסע רפואה. איך האף עס וועט דיר נישט נעמען אזוי לאנג.

געלעכטער » 18/5/2012 01:54

איך רוק נישט קיינעם, דער שפיטיווקער האט זיך צוגעשארט צו דיין רבי'ן, און היינט האט אים נאך דיין רבי געגעבן חיזוק מיט זיין דרשה.

FiveBoro » 18/5/2012 02:02

נישט נאר ביי די דרשה, נאר נאך אסאך בעפאר.

ער האט געלייגט תפילן דר"ת.

רבינחום » 18/5/2012 03:29

די גרעסטע טובה פאר מהרז"ל וועט זיין ווען די קואליציע וועט צופאלען
דאס באגראבט איהם

allgood1s » 18/5/2012 03:58

Does anyone know where yashka musir stands? He is very quiet the last few days... or maybe he is just busy with his einikel vd"l

ויואמ_אמת » 18/5/2012 19:25

נפתלי בלומענפעלד האט נעכטן פארענטפרט די לינק געשטימטע זאליס פארוואס זיי גייען קעגן די רעכטע, אין אויפגעבויעט געביידעס גל על גל, ער קען דאך נישט זאגן אז די סיבה פארוואס זיי גייען איז צילוב זייערע פאליטישע חשבונות אין וויבאלד סאטמאר גייט נישט

IAMSMART » 18/5/2012 19:31

ענק זאלען ווייטער נעמען ר/ מעכיל זילבער דער הלך לבחירות אין שטייט ווייט פין דעם כינס כלל ישראל אין זייט עס נישט מטמא
בלייבט ווייטער אין ענקער בינקער אויף קענט עוו.
איין זאך איז זיכער געט א קיק וואס איז געווארען פען דעם געוועזענעם רב השעיר...די גאנצע וועלט שטייט אין קאלערט זיך פאר געלעכטער פין  א מענטש וואס ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט געדארפט שאקלען מיט די וועלט  איז געבליבען דער גרעסטער אויס געשפילטער מענש אין די וועלט איך פארשטטי ענקער ווייטאג

ויואמ_אמת » 18/5/2012 19:34

קודם ר' מיכל איז קיין הולך לבחירות, נישט די ערשטע שקר, והשנית איך בין נייגעריג אויב ווען מ'האט געברענגט ערנטרוי פין אנטווערפן ביי די זאליס צו די האסט געוויסט דערפון, דיין צווייטע האלב פין דיין תגובה דארף ניטעמאל קיין תשובה דיינע צופאלענע דמיונות איז מיין גרעסטע הנאה

IAMSMART » 18/5/2012 19:36

ר' אהרן האט געזאגט אז א סאטמארע איד ברויך נישט גיין נישט צום כינוס און נישט צום סיום.

שטעלט זיך די שאלה, מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ווי קומט דער ערליך אנגעפירטער כינוס, וואס ווערט אנגעפירט דורך ערליכע היימישע רבנים, קעגן די פארשאלטענע אינטערנעט, וואס ברענט ווי א פייער ביי אונז און ביי זיי סאטמאר פונקט ווי אין לעקוואד, צו דער סיום הש"ס פון די מאדערענע אמעריקאנע אגודה, וואס איז אפי' לשיטתם בלויז א שיינע זאך, (ב"ה ביי אונז פעלט אויך נישט קיין סיומים), ווי וואגט זיך א רב וואס האט אן אחריות פון טויזענטער אידן, צאמצושטעלן די צוויי זאכן.

נא דאס אז דער אומסטאבילער ר' אהרן, לערנט אויבערפלעכליך, קרום, מאכט נארישע פשט'לעך, איז אומ'אחריות'דיג, דאס איז דאך נישט קיין נייעס, אבער פארט, אפי' פאר אזא קאפ ווי אים, ווי איז זיך אים צאמגעקליבען די צוויי זאכן אין קאפ, וואס איז די צד השוה ?

דער תי' איז איין ווארט, "פארענטשעס".

דאס זעט ר' אהרן, דאס רעדט צו אים, דאס ווייסט ער גוט וואס סמיינט.

"ריזיגער עולם", "רבבות אידן", "פרעמדע קרייזן", פון דעם טראכט ער בייטאג, און פון דעם חלומ'ט ער ביינאכט, דאס איז דער צד השוה, און אין די טעריטאריע האט דער אלגעמיין אויסגעשפילטער סקולענער רבי זיך דערוואגט אריין צוטרעטן, מיטן הילף פון זיין אינגערע ברודער, דאס איז אומאויסהאלטבאר, דאס קרענקט אים.

און איינער וואס איז חס אויף זיין געזונט, ברויך באמת נישט גיין.

מישמאש » 18/5/2012 20:04

דער געלעכטערל כאפט נעבאך נישט, ער פירקעלט איין מאל און נאכאמאל זיינע שטיות מיטן שטעפיווקער צדיק,

טיה א קיק ליכטיגער געלעכטרל,

יעדער וואס האט נאר אמאל געהערט די הייליגע ש''ס תורה פונעם הייליגן רבי'ן זי''ע, אדער נאר אפי' אמאל געלערנט זיינע הייליגע תורות, פארשטייט און ווייט אז ער האט גארנישט וואס צו זיכען ביים כינוס,

ביי די בחירות הטמאות בארצינו הק,

דער הייליגער בעלזער רב זי''ע, וואס איז נאך געווען אזוי גרויס וואו דער סקולענער רבי שליט''א האט געהייסן יא גיין צו די בחירות,

דער טעשבינער רב וואס איז געווען דער גאון הדור,און ער איז נאך געווען אזוי גרויס וואו דער סקולענער רבי שליט''א האט געהייסן יא גיין צו די בחירות,

דער סטייפלער גאון און ער איז נאך געווען אזוי גרויס וואו דער סקולענער רבי שליט''א האט געהייסן יא גיין צו די בחירות, ער שרייבט אפי' און א בריוו אז זיין שוואגער דער הייליגער חז''א האט אויך געהאלטען אז עס איז חוב קדוש צו גיין צו די בחירות, און עס לאזט זיך זאגן אז דער הייליגער חז''א איז נאך געווכן אזוי גרויס וואו דער סקולענער רבי שליט''א,

דער הייליגער גורער רבי דער אימרי אמת זי''ע וואס ער איז נאך געווען אזוי גרויס וואו דער סקולענער רבי שליט''א האט געהייסן יא גיין צו די בחירות,

איז דען פאר איין סאטמארער חסיד ביי געפאלן אז מען מעג ח''ו גיין צו די בחירות הטמאות? זיכער נישט!

אז רבינו הקוה''ט דער ויואל משה זי''ע האט געזאגט און ער האט געשריבן און זיינע הייליגע ספרים אז גיין צו די בחירות איז יהרג ועל יעבור, איז דבריו נר לרגלינו, און מיר גייען נישט צו די טמאנע בחירות,

דאס איז דעת קדשו פון רבינו שליט''א

רבינו שליט''א וואס האט געהאט די זכיה צו עסן די סעודת שבת קודש ביי זיין הייליגער פעטער זי''ע,

רבינו שליט''א וואס האט געהאט די זכיה אז דער רבי זי'ע איז געקימען זיין בר מצוה, און זיך צוגעהערט צו זיין פשעטל, און דאס הייליג פנים זיינער האט געלאכטן פון שמחה דקדושה וואו אזוי א הייליגער סיגוטער אייניקל וואקסט אויף לתפארת בית אבותיו, און ער האט אים געקויפט א סעט רמב''ם, און אים געבעטן, זע אז דער רמב''ם זאל נישט שווער בלייבן,

רבינו שליט''א וואס האט געהאט די זכיה צו זיצען ביי די טיפזינגער שיעורים וואס איז פארגעלערענט געווארן בקדושה וטהרה דירוך רבינו הקוה''ט זי''ע, און דער רבי זי''ע האט געווארט אויף אים מיט די שיעורים, א זאך וואס ער האט נישט געטאן פאר קיינעם אויף די וועלט,

רבינו שליט''א אויף וועם רבינו הקוה''ט זי''ע האט געזאגט, אז עס איז נישטא נאך אזא בחור וואו אים און די ישיבה,

רבינו שליט''א וואס האט גענאסן א אויזער געווענליכע אהבה והערצה פון רבינו הקוה''ט זי''ע, רבינו הקוה''ט זי''ע האט אויף אים אויסגעלאזט ביי קריאות התורה מיטן פסוק לשאת את השלחן, דאס מיינט פירן טיש, ווען ער איז נאך געוען א יונגערמאן אונטער די 30,

זאגט אז לויט וואו ער האט מקובל פון רבינו הקוה''ט זי''ע, האט א סאטמארער חסיד גארנישט פארלוירן ביי אזא כינוס, אזוי זאגן אלע תלמידים פונעם רבי'ן זי''ע, ווער עס האט נאר אמאל געפנט א ויואל משה פארשטייט דאס, אריין גערעכענט די בני המן למינהם,

 און די כבוד פון די אלע צדיקים וואס ארבייטען פארן כינוס, כבודם במקומם מונח,

קימט צו גיין רעב זאלי וואס ער האט נישט געהאט קיין שום פארקער מיט סאטמאר, און מיטן רבי זי''ע, פארקערט ער האט גאר פיינט געהאט צו קימען אויף סאטמאר, ווייל דער הייליגער רעבעצין אויף וועם ר' זאלי האט געזאגט ביי איר לוי אז מען האט זיך געקענט מדבק זיין און איר רח''ל, פרעגט שטארק ארויפהייבן ר חיים רובין דער מאזשוי'ערס זון, זי האט דירעקט געוואלט דערמיט, אראפ קלאפן זלמן לייב דער סיגוטערס,

 און ער זאגט לדעתי לדעתי דארף מען יא גיין גיין צום כינוס, איז ער הייליג גערעכט לדעתו לדעתו דארף מען טאקע גיין,

 אבער לדעת סאטמאר לדעת רבינו הקוה''ט בעל ויואל משה זי''ע האט א סאמארער חסיד גארנישט פארלוירן דארטן.

 

 

 

 

Ahroiny » 19/5/2012 02:51

״מאדערענע סיום״ ווער איז דער מאדערענער ביים סיום, ביידע באבובס, אלע ויזשניצער, די גערע, סקולענער, אלע פאפאס, אלע סקווערערס. מאדערענע?, סאיז עקזעקטלי די זעלבע מענטשן

ויואמ_אמת » 21/5/2012 06:33

ר' עזריאל מאיר קאהן האט זיך צוגעשטעלט צו די רעכטע זאלונים אין זיך געלאזט הערן קעגן די לינקע רבנים פין די זאלונים

allgood1s » 21/5/2012 07:04

Whats yashka position..? He is very quiet lately

האנדא » 21/5/2012 20:23

די דעמאלעזאציע ביי די זאליס איז שרעקליך,

די עסקנים פונעם כינוס האבן געמאכט פון דעם ציוני רבי זאלישעל אש און פארעך, מען האט אים צוגעזאגט דאס, מען האט אים צוגעזאגט יענץ, אבי ער זאל קימען, עס זאל הייסן אז סאטמאר איז געקימען,

למעשה האבן די חברה געלאכט א גוטס, מען האט דעם רבי זאלישעל בכלל נישט גורס געווען, אלע זיינע קליגע עיצות והדרכות איז געבליבן פארשטויבט אויף די פאליצעס פונם כענוס קאנציליי,

מען האט זיך מתחבר געווען מיט די ציונים, און פאליטיש גארנישט פארדינט, געןןארן דאס גענאר פון די כינוס עסקנים,

פארשטינקענע פיש געגעסן פון שטאט ארויסגעטראסקעט!

בן_אהרן » 21/5/2012 20:38

דער מאשבא"ק עבד לעבדי ה' קוקט אויס זייער באבלאזן שפילט נישט קיין שום ראלע
ער איז דאך געווען געוואוינט מיטן קליינעם פינגער צו מאנעווירן ולהיות מרגיז ממלכות
דער כ/ק אדמו"ר זיצט אויך בלאס פארשעמט פארחאלעמט 

ויואמ_אמת » 21/5/2012 23:18

ברעקניג: די גאס שמועסט אז די אגודה האט באשטעלט א אפוינטמענט ביי רז''ל איינצולאדענען צו די סיום הש''ס עס קומט פרייליכע צייטן

FiveBoro » 21/5/2012 23:25

עס איז כמובן א גוטע וויץ, אבער:

אויב מיינען די זאליס אז זיי האבן דעליווערט "קנאות" ביים כינוס וויל דער דשיבויער האט גערעדט קעגן די "ציונות אין יוראפ", זאלן זיי וויסן אז די זעלבע ווערטער ווערן כסדר געזאגט דורך די אגודה! דאס האט מיט קנאות גארנישט איינגעלייגט.

די אגעדיסטן זענען אלע מודה אז ציונות אין יוראפ האט אראפגעפירט די אידישקייט. די שאלה איז נאר וואס איז די דין מיט די "ציונות בתפארתה" זינט ה' אייר תש"ח. פון דעם האט מען אוודאי נישט געקענט רעדן כמובן.

אלזא, קענען זיי גיין כשר'ן די אגודה'ס סיום הש"ס רואיגערהייט, און פארלאנגען א דרשה קעגן די ציונות אין יוראפ.

ריזקאליש » 22/5/2012 14:52

[quote]



תוקן על ידי ריזקאליש ב- 22/05/2012 14:52:58

sentry » 22/5/2012 21:58

פאשקעווילן אין א"י

[בילד – נישט אפגעהיט]