היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מעסער אין התבדלות נעכטן ב'קאנטינעטאל פאטשט אהרונים!

מעסער אין התבדלות נעכטן ב'קאנטינעטאל פאטשט אהרונים!

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959522

סטראבערי » 17/5/2012 22:38

די שרעקליכע אומ-התבדלות נעכטן אין הארץ פון וויליאמסבורג!
ווי טויזענטער ערליכע בחורים - כולל יונגעלייט בעל בתים, האבן זיך געדארפט אנהערן מיט די ערגסטע דברי ניאוף ונבלה
אן ערגעץ אוועקפארן, אלס א דירעטע תוצא פון איטערנעט פעיסבוק וכו'

האט געוויזן וואסארא שטיתום אהרן רעדט וועגן התבדלות!
א הוראה מן השמים בעתו ובזמנו!
ניין! קיין איינע פון יענע חברה איז נישט קיין מחלל שבת און בועל עריות געווארן פון ציונות, אדער התבדלות פון סקולענע רבי און רבי מתתיהו סאלאמאן!
ניין! זיי זענען ליידער נישט קיין 5 טאונע יודן פון וועם אהרן וויל זיך מתבדל זיין! ליידער היימישע!
אלע זענען קרבנות פון שרעקליכע טעכנאלאגיע סאשעלייזינג!
מיט וואס אינזער דור איז געשלאגן!

און ניין נישט אין סיטי פיעלד, נאר אין הארץ פון וויליאמסבורג
כילנו ל"כינוס כלל ישראל! 

סטראבערי » 17/5/2012 22:42

זיצן 10 יאר אין סיטיפילעד וועסטו נישט הערן און זעהן העלפט פון די שוידערליכע נבילות און דברי נבלה ווי נעכטן אין הארץ פון וויליאמסבורג!

כ"ש ווען ס'וועט זינטאג א כינוס לשם שמים ווי נאר די ערליכע וועלן קומען די וואס זיכן ערענסקייט.
סארא היפאקריוטווע!

לאנצוט » 17/5/2012 22:43

דיין פלאכקייט האט ממש נישט קיין שיעור.

ערפינדן אמעריקע (!)
 אפשר מעג מען יעצט אויך גיין צום כותל. ווייל קיינער פון זיי איז נישט געווארן קיין פורק עול וועגן הרב שטיינמאן שליט"א.


נאר איין רב האט געזאגט אז ער דארף מאכן תשובת המשקל, פאר'ן נישט טאן ביז היינט וועגן די מגיפה פון אונטערנעט. און איך מיין אז דו וועסט ווער יענער איז. סאו אין ענגליש זאגט מען SHUT UP !

outspoken » 17/5/2012 22:56

סטראבערי גוט גאזאגט, אבער ס'איז נישט דיין אויפטו, בעלזא רבי האט דאס שטארק ארויסגעברענגט, ציונות פירט נישט אפ קיין אינגעלייט.

א רוף צום רבין שליט''א און דייני קהלתיני הקדושה הקדושה, זייטס מסבר ענקער שיטה פאר די בחורים אינגעלייט'לעך, ווייל אז נישט וועט נאך קומען א דור וואס וועט נאך רעדען ווי ''סטראבערי''

רב_הסוער » 17/5/2012 22:57

וויפיל איז די שיעור מיט די אשכולות!!!!

און וויפיל איז די שיעור צי צאמברענגען די גאנצע היסטאריע פון כלל ישראל און עס מדמה זיין צו די סיטי-פיעלד

הערץ אויף מיט די שוואנצונעס,

ר' אהרן האט די זעלבע שיטה ווי א גרויס חלק תלמידי וחסידי סאטמאר וואס זענען זיינע בלוט שונאים און קריכטס אראפ פון איהם,

לאנצוט » 17/5/2012 22:58

סטראבערי,

איך גלייב נישט אז די פורקי עול פון נעכטן באדערן דיך. דיך באדערט אז ס'איז דא "איין" קהלה וואס האלט זיך נישט ביים צושטעלן צו דעם כינוס כלל ישראל, ווייל דאס איז זייער מסורה.

יעצט פרעג איך דאך א נארמאלע פראגע:
דו קענסט אפשר טרעפן איין נארמאלע סיבה פארוואס נישט צו מאכן אזא כינוס נאר פאר וויליאמסבורגער אידן?

איך פארשטיי אז מ'האט געמאכט א פאליטישע באשלוס, אבער מ'האט דאך דיר געגעבן א מח צו טראכטן.

און בכלל לאזט זיך פרעגן דו ווייסט פון ווינציג פעלער פון פורקי עול פון 40 און 50 יאר צוריק?
דו ווייסט בכלל אז א גאנצע כתה אין סאטמאר זענען אפגעפארן מיט לאנגע יאר צוריק. נאך פאר ס'איז געווען א קאמפיוטער אויף דער וועלט?

אפשר דארף  מען זיך יעצט נעמען און אנהייבן באשולדיגן, פארוואס מ'האט געדארפט גיין קיין מאנהעטן פראטעסטירן קעגן די ציונים די אלע יארן, הלמאי, מיר האבן דאך אויסווארפן און פורקי עול אין סאטמאר...?

סטראבערי » 17/5/2012 23:02

נא נא ווארף נישט זאמד אין די אויגן!
אין ארץ ישראל זענען יא בחורים געווארן פריי אינגאנצן וועגן ציונות צה"ל און שטיינמאנ'ס נחל חרדי.
אין אמעריקא די לעצטע 20 יאר איז נישט געווארן איין אפגעפארענער וועגן דעם.
*
און אין הכי נמי פארוואס צו גיין אויף מירון און טאנצן אין איין רינג מיט די אלע כלל ישראל אומ-התבדלות יודן, האסטו נישט קיין פראבלעם, די פראבלעם איז (דארף ווען...) נאר אז מ'טאר נישט גיין אויף א"י.
*
נעכטן האט געוויזן אז אהרנ'ס פערדעריי איז נישט נאר נאיוו נאר דענדזשערעס טיפשות וואס פאטשט אין פנים אז ס'ציפּט!
*
און ניין! מיך קען מען מיט קיין בילד פון א קאמפיוטער בודקעלע אויפן דעקל פון בלאט אפקויפן!...

אפשר דיך בארואיגט עס א ביסל.
אבער יעדער וואס איז ארויס פון אהרנ'ס מח-וואשעריי קויפט עס נישט!
ענק האבן די זעלבע פראבלעמען ווי גאנץ כלל ישראל, זעלבע נסיונות, זעלבע שוואכע חברה וואס פאלן אוועק פון קרית יואל'ע ישיבה וואס האט שוין ליידער פראצודירט צענדליגע מחחלי שבתות! קיין איינס וועגן התבדלות!
יונגעלייט מיט בלעבעריס מיט אלע עקלדיגע פיקטשערס וואס מ'שיקט זיך ארומ (נאר צו "זעהן" וועלכע מיידל איז לעצט אפגעפארן...) 
ביזנעסעס אהן קיין פילטערס. אויפגעטוען האט דערוויל א הויקער-מיט-א-שניפסל!

די חילוק איז איינס: אז ענקער מנהיג איז אנדערש. פינטל די רעסט איז אלעס די זעלבע ליידער

סטראבערי » 17/5/2012 23:07

ס'איז א גרויסע חילוק פון רעבארן און זיינע שונאים
ער ווייסט פינקטליך או ןצו גיט וואס אינטערנעט איז. והא ראי' זיין איינס-פון-צעהן פליטת פה "מ'קען זעהן אויף די כלי!" און ער ווייסט וואס טיט זיך אין זיין ישיבה גדולה נעבעך.

משא"כ זיינע שונאים זענען נאיוו און טיען נישט אין חינוך, זענען זייער וואילע יודן אבער ווייסן נישט וואס טיט זיך, ווען איינע פון זיי האט ווען א ישיבה גדולה ווייסט ער ווען שוין כאטש עפפעס. (שאפראן איז אויך נאר ישיבה קטנה)

און ווי די טשאטע רב האט זיך אויסגעדריקט: "מילא די אינטערנעט אבער וואס קומט עס צו איין ראי' אסורה אין סיטיפיעלד....." 

לאנצוט » 17/5/2012 23:12

נאר איין רב האט געזאגט אז ער דארף מאכן תשובת המשקל, פאר'ן נישט טאן ביז היינט וועגן די מגיפה פון אונטערנעט. און איך מיין אז דו וועסט ווער יענער איז. סאו אין ענגליש זאגט מען SHUT UP !

סטראבערי » 17/5/2012 23:19

טיפיקל ארוני.
ער האט גערעדט פאר יעדן, פאר אלע קהילות.
וכלשונו "מיר זענען געזיצן און געטיען מיט אלע מיני עסקנים צענדליגע מאל למעשה איז מען קיינמאל נישט אנגעקומען אז מ'זאל קענען זאגן ס'איז א עולם התיקון, למעשה פאקט איז יעצט די ערשטע מאל וואס ס'איז געווארן א ערנסטע פעסטע גרופע עסקנים וואס האבן ארלעדיגט וכו'"

אהרן האט גארנישט מער געטיען ווי א אנדערער אויף אינטערנעט .פינטל.

יעדע רב רבי אויף די וועלט האט גערעדט דערפון ביי יעדע דרשה. איינער מער איינער ווייניגער.
כמעט יעדער האט שוין געמאכט אייגענע אסיפת חינוך וועגן אינטערנעט.
(לדוג' תיכף נאך סוכות האט  מהר"ייי געמאכט און 2 3 טאג דערויף האט רעבארן געמאכט)

דאס איז געווען נאר ווי א באנדאזש אויף א 10 אינטשיג וואונד וואס ווארפט בליט, יעצט וויל מען מאכן סטיטשעס און איינמאל פאר אלעמאל פארנייען דעם וואונד. 
הלואי רבוש"ע 

סטראבערי » 17/5/2012 23:24

שיעור פארגעסן:
יא רעבארן איז די איינציגסטע רב וואס שטעלט צו קאמפיוטערס געפילטערט, פאר כולל יונגעלייט.וואס טוט עס אויף וויסט השי"ת. אפשר מ'זאל האבן שרייבערס פאר כל עולם כולו....
ער איז די קופיוטער-בודקעס-רבי.

און וויליאמסבורג איז דא געניג און נאך אזעלכע לאקעישענס: פרינט אן בראדוועי, icomuter, ס'עפנט זיך יעצט א נייע נעבן גלויבערס אפעטייזינג.
 Now What?  i

פרייליך123 » 17/5/2012 23:28

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ערפינדן אמעריקע (!)
 אפשר מעג מען יעצט אויך גיין צום כותל. ווייל קיינער פון זיי איז נישט געווארן קיין פורק עול וועגן הרב שטיינמאן שליט"א.

מ'מעג טאקע שוין גיין צום כותל. עס איז דאך שוין נשתכח תורת רבינו יואל, סאטמאר איז שוין נישט סאטמאר, ציונית עקסעסטירט שוין נישט (זיי זענען סתם תינוק שנשבה'ס).

רב_הסוער » 17/5/2012 23:28

אקעי מ'גייט זיצן 1 נאכט מיט די טשופיקעס

NOW WHAT? i

לאנצוט » 18/5/2012 00:26

סטראבערי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט וויל מען מאכן סטיטשעס און איינמאל פאר אלעמאל פארנייען דעם וואונד. 
הלואי רבוש"ע 

דו טראכסט פאר איין רגע אז א' במדבר ווערט די אינטערנעט אויס פראבלעם פאר כלל ישראל?
-
-דו טראכסט אז איך גלייב דיר אפילו אז דו האלסט אזוי פאר איין סעקונדע.
-
מ'דארף מאכן יעדע וואך אן אסיפה איבער דעם צרעת נושנת. אן אסיפה אין סיטי פיעלד איז א גוטע אטראקציע און א גוטע פלאטפארמע. קיין טראפ נישט מער.

אבער צו לינדערן דעם פראבלעם איז עס פונקט אזויפיל ווערד וויפיל יעדע אסיפה וואס מ'מאכט איבער דעם.


עכטער_חסיד » 18/5/2012 00:43

לאנצוט

דו טראכסט איין רגע אז ווען דיין רבי איז מסביר אין א דרשה דעם אינטערנעט מיט אלע קליפערלעך העלפט עס מעביר זיין דעם אינטערנעט, אדער גאר אריינברענגען ביי אזעלכע מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין אנונג דערין?

לאנצוט » 18/5/2012 00:47

מ'דארף רעדן און רעדן און רעדן.
מ'דארף  טאן און טאן און טאן. מיר קענען נאר טאן וויפיל מיר קענען.

מיר קענען היינט נישט מעניש זיין. אבער רעדן און פארפירן דארף מען כסדר.

עכטער_חסיד » 18/5/2012 01:22

לאנצוט

מען דארף רעדן ווי ערליכע אידן פלעגן רעדן, מען פלעגט קיינמאל נישט אריינגיין לאורכה ולרוחבה פון די פירצה, נאר ארום ארום מען זאל פארשטיין אז מען טאר נישט.

דאס אזי דער חילוק צווישן סאטמארער רבי'ן שליט"א און זיין ברודער. בעת דער סאטמארער רבי איז כסדר מעורר דערפון, טוט ער דאס ווען יעדעס וואטרט איז געוואויגן און געמאסן עס זאל נישט ח"ו ארויסקומען דאס פארקערטע. אבער ווען דיין רבי רעדט דערפון (און איך לייקן נישט אז ער רעדט אסאך דערפון) איז ער זיך פשוט מחי' ווי ער קען צולייגן אויף קליינע טעלערלעך וואס אינטערנעט איז און וויאזוי מען קען חוטא זיין (דאס איז טאקע זיין פראבלעם). און דאס איז נישט דוקא ווען ער רעדט פון אינטערנעט, ווער געדענקט נישט די דרשה עטליכע יאר צוריק, זומער אין ווייסן שוהל אין ק"י (די דרשה קען מען באטיטלען מיט מערערע נעמען, אבער דעם נאמען שאורט קאט איז די מערסטע געאייגענט ווייל די אנדערע טאר מען דערמאנען) וואו ער האט יעדן צניעות פראבלעם גענוי מסביר געווען וואס דאס איז, בבחינת "אויב דארפסטו אַן אדרעס, דא האסטו עס".

איך ווייס אז יעצט וועסטו אנהייבן מיט דיינע קללות אז איך מאך חוזק פון ערליכקייט וכו'. וויל איך דיר שוין זאגן: איך האב געהערט דרשות פון רביה"ק זי"ע און פון מ"מ רבינו הברך משה זצוק"ל, און ביידע האבן גערעדט אין די הייליגסטע זמנים פון צניעות, אבער וואסערע שיינע און לויטערע שפראך דאס איז געווען (אויך אין אנדענרע זמנים ווען זיי האבן געדארפט מעורר זיין דערוועגן).

טא, קום מיר נישט זאגן אז מען דארף רעדן פון עניני צניעות אזוי ווי דיין רבי טוט.

ריפל » 18/5/2012 01:36

סטראבערי, דו האלסט אז איין בחור גייט ווערן אפגעפארן צוליב דעם סיום הש"ס? ווען קומט ארויס די לדעתי זכיה צעטלעך צום סיום הש"ס?

סטראבערי » 18/5/2012 04:34

נאר א מענטש מיט איי קיו אינטער 50 ווי עס איז די פאל ביי אינזער פה מפיק וועט מדמה זיין כינוס פאררופן דורך אלע ערליכע רבנים, מיט די גע'אסר'טע  אגודה- פארטיי'ס קאנווענשאן זאל עס הייסן סיום הש''ס.

יוסף90 » 18/5/2012 05:14

די וויסט נישט ווי גוט די האסט געזאגט לאנצוט


מ'קען דיר קיינער אויף דגי וועלט ליידער נישט מעניש זיין,


צו דיר דארף מען אבער רעדן און רעדן און רעדן

אולי יחוס, אפשר וועט עס העלפן.