היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אנקעטע, וואס טוט איר? (זלונים)

אנקעטע, וואס טוט איר? (זלונים)

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959497

outspoken » 17/5/2012 20:38

איצט ווען ס'דא פארשידענע מיינונגען פון רבנים און דיינים תלמידי רביה''ק זצוק''ל, וועגן דעם ענין פון גיין צום כינוס הכללי, וואס וועט איר טאן?

1) נישט גיין,    ווייל ס'איז התחברות לרשעים, אדער עכ''פ א ספק וואס די קרן לדוד זאגט אז מ'זאל גיין לחומרא.

2) גיין,          ווייל כ''ק אדמו''ר שליט''א האט אזוי געזאגט.    מ'איז זיך מבטל און מלייגט אוועק די אייגענע מיינונג.

3) גיין,          ווייל איר האט אזוי פארשטאנען פון אנפאנג אז מ'דארף גיין.

געלעכטער » 17/5/2012 21:28

בוסט משוגע? אנרופן סקולענער רבין, וויזניצער רבי'ן פון מאנסי, פשעווארסקער רבי'ן, גאב"ד ירושלים, הגרי"מ שעכטער, און נאך "התחברות לרשעים"???

נארפאקטן » 17/5/2012 21:48

געלעכטער מאך דיך נישט תמאוואטע, די ווייסט גוט וואס ער מיינט

וזה דעת כמה תלמידי רבינו זי״ע וואס אלעמאל קוקסטו ארויף אויף זייער מיינונג בדעת רביה״ק זי״ע

עכ״פ עס זאל זיין א ספק וואס עס איז גילטיג שב ואל תעשה עדיף

געלעכטער » 17/5/2012 21:52

שב ואל תעשה קענסטו אפשר זאגן, אבער התחברות לרשעים?

נארפאקטן » 17/5/2012 21:55

אפשר נישט

אבר קעגן שיטת התבדלות איז עס

גרוינים » 17/5/2012 23:42

התחברות לרשעים איז איבערגעטריבן און סאיז מלשון פונעם שאפראנער אז זיי זענען מינים ואפיקורסים 
אבער ווער סאיז געווען אין ביהמ"ד פון רביה"ק דארף מען נישט מיט אים קיין ויכוח צו דער רבי וואלט געגאנגען 
מעג דאס זיין א זאלי אויב איז ער קיין ליגנער וועט ער דיר ענטפערן אזוי ווי א 60 יעריגער זאלי אט מיר היינט גענטפערט "סאיז א גאר גוטע זאך מדארף מחזק זיין דעם ענין פוןראטעווען דורות אבער איך בין זיכער אז רביה"ק וואלט נישט געגאנגען אינאיינעם מיט די אלע פארטייען למיניהם אפילו מיטן הייליגן ציהל צו ראטעווען אידישקייט" 

און אט אזוי האלט דער רבי שליט"א אלס תלמיד מובהק פונעם פעטער זייענדיג ווי קינדער ווען די פעטער האט קיין קינדער נישט געהאט און זיך געטשטשקעט מיט די נעפיוס און ווער רעדט נאך די שיעורים פון רבין ז"ל וואו דער רבי זאל זיין געזינט איז געווען ביי יעדן שיעור אן אויסנאם און אריבערגעקומען פון ב"פ פון סיגעט צו די שיעורים ווי דער רבי האט אמאל אפירגעהאלטן ר' נתן יוסף כידוע "פארוואס האסטו נישט ביי אונז אין ישיבה אזא עילוי"