היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אנטקעטע, וואס טוט איר? (זלונים)

אנטקעטע, וואס טוט איר? (זלונים)

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959496

outspoken » 17/5/2012 20:37

איצט ווען ס'דא פארשידענע מיינונגען פון רבנים און דיינים תלמידי רביה''ק זצוק''ל, וועגן דעם ענין פון גיין צום כינוס הכללי, וואס וועט איר טאן?

1) נישט גיין,    ווייל ס'איז התחברות לרשעים, אדער עכ''פ א ספק וואס די קרן לדוד זאגט אז מ'זאל גיין לחומרא.

2) גיין,          ווייל כ''ק אדמו''ר שליט''א האט אזוי געזאגט.    מ'איז זיך מבטל און מלייגט אוועק די אייגענע מיינונג.

3) גיין,          ווייל איר האט אזוי פארשטאנען פון אנפאנג אז מ'דארף גיין.

ישמאלכץ » 17/5/2012 20:43

2) גיין,          ווייל כ''ק אדמו''ר שליט''א האט אזוי געזאגט.    מ'איז זיך מבטל און מלייגט אוועק די אייגענע מיינונג.

לאנצוט » 17/5/2012 20:44

גיין פאר אינטרעסאנטקייט דארף אויף זיין א אפשען.

גינגריטש » 17/5/2012 20:55

גיין ווייל אזוי האט דער רבי שליט"א געזאגט

בדרך אגב, האט נישט די מנהל נעכטען געשריבען אז מ'טאהר מער נישט עפענען נייע אשכולות וועגען די כינוס?

רב_הסוער » 17/5/2012 21:13

פארגעסן נאך א אפשען

5. איך גיי ווייל איך מוז טרייבן דעם וואגן קעגן דעם קליפה אהרן ט"ב (עכ"פ אזוי רעד איך מיך איין)


תוקן על ידי רב_הסוער ב- 17/05/2012 21:14:13

אומזיסט » 17/5/2012 21:28

איך גיי ווייל איך האב פארשטאנען אז קיין שאלות דערביי איז נישטא, און די סיבה פארוואס יא איז ווייל עס איז אינטערעסאנט.

נארפאקטן » 17/5/2012 21:37

איז מען מבטל דעת  רביה״ק זי״ע (עכ״פ ספק) פאר דעת פון היינטיגן רבי׳ן?

ער האט דאך קלאר געזאגט "לדעתי", ער האט נישט געזאגט  לדעת רביה״ק

האט מען אים נישט אויפגענומען ער זאל אונז פירן אויפ׳ן רבין׳ס דרך?

איז נישט שב ואל תעשה עדיף די ריכטיגע וועג אזא צייט?


תוקן על ידי נארפאקטן ב- 17/05/2012 21:38:37

שמעלקאלע » 17/5/2012 21:52

לאנצוט דער רבי לאזט דאך נישט גיין??

עכטער_חסיד » 17/5/2012 21:58

איך בין שוין זאט פון די אשכולות איבער דעם כינוס. עס איז שוים אויסגעדראשן און מען קומט אדער צוריק צו די זעלבע זאכן וואס מען האט שוין דיבעיטעד, אדער סתם נארישקייטן.

אבער יעצט זע איך ווי רב הסוער שרייבט "פארגעסן נאך א אפשען, 5. איך גיי ווייל איך מוז טרייבן דעם וואגן קעגן דעם קליפה אהרן ט"ב (עכ"פ אזוי רעד איך מיך איין)", קוקט עס מיר אויס ווי דעי אהרונים האלטן שוין אז יעדער וואס קומט אהין גיט א בריקע פאר דעם סורר ומורה פון מאנראו וועלכער האט זיך פלוצלינג גענומען רעדן פון די וואס הערן דעם רבינס שלש סעודות תורה, א זאך פון וואס ער אליינס האט שוין כמה פעמים אפגעלאכט.

שמעלקאלע » 17/5/2012 22:00

צו וואס עפנט מען פרישע אשכולות???

רב_הסוער » 17/5/2012 22:06

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך בין שוין זאט פון די אשכולות איבער דעם כינוס. עס איז שוים אויסגעדראשן און מען קומט אדער צוריק צו די זעלבע זאכן וואס מען האט שוין דיבעיטעד, אדער סתם נארישקייטן.

אבער יעצט זע איך ווי רב הסוער שרייבט "פארגעסן נאך א אפשען, 5. איך גיי ווייל איך מוז טרייבן דעם וואגן קעגן דעם קליפה אהרן ט"ב (עכ"פ אזוי רעד איך מיך איין)", קוקט עס מיר אויס ווי דעי אהרונים האלטן שוין אז יעדער וואס קומט אהין גיט א בריקע פאר דעם סורר ומורה פון מאנראו וועלכער האט זיך פלוצלינג גענומען רעדן פון די וואס הערן דעם רבינס שלש סעודות תורה, א זאך פון וואס ער אליינס האט שוין כמה פעמים אפגעלאכט.



האב איך דער געזאגט "יעדער"
כאב בלויז פארגעשלאגן נאך א אפשען און די אקענטע
זאל דעקן אלע סארט מענטעליטעטן

ישמאלכץ » 17/5/2012 22:10

איך ווייס נישט פארוואס עס באדערט פאר די ארונים אז 50 טויזענט מענטשן גייען זיך צוזאמקומען אן זיי, זיי האבן שוין געהאט 50 טויזענט מענטשן עטליכע יאר צוריק דעם ערשטן כ''א כסלו

גראדע האט מען דעמאלט נאכגעזאגט פון רבי שלמה יעקב אז עס זענען געווען 50 טויזענט מענטשן - ציינער

לאנצוט » 17/5/2012 22:24

שמעלקאלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט דער רבי לאזט דאך נישט גיין??


גערעכט. אבער איך האב דאך חשק. און קיין עבירה איז עס נישט. עס פאסט נאר נישט. אקעי.

outspoken » 17/5/2012 22:31

איינער ווייסט (פונקנטליך) וואס די רבי שליט''א (רז''ל) האט געפאדערט פון די עסקנים, און וואס זיי האבן נאכגעגעבן?  תורה הוא וללמוד אנו צריכין, נעקסט טיים ווען ס'מאכט אזא שאלה זאל מען וויסען מעשה רב, וואס מהאט צו טון.

עכטער_חסיד » 17/5/2012 23:31

א מעשה רב איז ווען מען האט נישט וועמען צו פרעגן.

ווען מען האט א שאלה דארף מען פרעגן דעם דיין אפילו דו האסט אמאל געהנאט אן ענליכע שאלה.