היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ר' אהרן הייסט די בחורים פון שיעור ד' אויסהערן די דרשה פון שא...

ר' אהרן הייסט די בחורים פון שיעור ד' אויסהערן די דרשה פון שא...

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959470

ישמאלכץ » 17/5/2012 18:50

ר' אהרן הייסט די בחורים פון שיעור ד' אויסהערן די דרשה פון שאפראנער רב!!!!!!
א מגי"ש פו ןשיעור ד' איז אריין צו ר' אהרן און געזאגט אז לכאורה וואלטן די בחורים פון ד' יא געדארפט גיין ווייל זייענדיג דארטן זעהט ער דעם בראך און חורבן פון די כלים, און די בחורים וואלטן געדארפט הערן די פייערדיגע דרשות, זאגט אים ר' אהרן: ניין בשום אופן די בחורים זאלן נישט גיין!!!
פרעגט אים דער מגי"ש פארוואס איז דער רבי אזוי אקעגן?
זאגט ער אים: הער נאר אויס די דרשה פון שאפראנער רב, און זאג די בחורים זאלן עס אויסהערן

לאנצוט » 17/5/2012 18:53

ישמאלכץ.
איך קויף עס נישט.

ישמאלכץ » 17/5/2012 18:53

פרעג עני בחור פון שיעור ד'

לאנצוט » 17/5/2012 19:06

איינער שיקט מיר אין אישית, אז ער האט געזאגט אז ווער עס הערט די תורות פון פעטער זי"ע פארשטייט אז סאטמארע אידן האבן נישט אהינצוגיין.

אפשר ביי דיר איז דער שאפראנער רב זיין פעטער.

וואלןסח » 17/5/2012 19:15

לאנצוט דו מישט אויס

דאס האט ער געזאגט היינט פאר די בחורים

זאלי200 » 17/5/2012 19:16

די רבי האט אים געזאגט אז די צוויי (הערשל מייזליש - שמחה ישראל בלום) האבן עס מסביר געווען, סא אויב וויל ער עס פארשטיין קען ער זיי אויסהערן, ער האט "נישט" געהייסן די בחורים עס אויסהערן,

לאנצוט » 17/5/2012 19:17

איך מיש נישט, ישמאלכץ האט פאבריצירט א געשיכטע אויף היידפארק.

דער רבי האט געזאגט אז ווער עס הערט די תורות פונעם פעטער זי"ע ווייסט אז סאטמארע אידן באלאנגען נישט, נישט ביים כינוס כללי און נישט ביי דעם סיום הש"ס עכ"ל.

זאלי200 » 17/5/2012 19:17

ער האט נישט געזאגט אז זיי זאלן נישט גיין, ער האט געזאגט: "איך קען נישט הייסן גיין"

לאנצוט » 17/5/2012 19:20

נאך א געבעקס.

יוסף90 » 17/5/2012 19:38

וואס די ווילסט נישט וויסן איז ביי דיר א געבעקס

לאנצוט » 17/5/2012 19:41

דער רבי האט געזאגט כהאי לישנא:

די אידן וועלכע האבן געהערט די שלוש סעודות תורות פונעם פעטער זי"ע ווייסט אז סאטמארע אידן באלאנגען נישט דארט, נישט ביים כינוס כללי און נישט ביי דעם סיום הש"ס עכ"ל.

זאלי200 » 17/5/2012 19:46

לאנצוט דו רעדסט פון די היינטיגע תהלים שיעוק, זיי רעדן פון א מעשה ווי א איינגעשטעלטער איז אריין צום רבי'ן פרעגן בנוגע שיעור ד'

מאירשלום » 17/5/2012 20:19

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער רבי האט געזאגט כהאי לישנא:

די אידן וועלכע האבן געהערט די שלוש סעודות תורות פונעם פעטער זי"ע ווייסט אז סאטמארע אידן באלאנגען נישט דארט, נישט ביים כינוס כללי און נישט ביי דעם סיום הש"ס עכ"ל.
וואס איז די קוגל פון די 2 זאכן סיום השס. מיט מעמד הצלת הדורות

לאנצוט » 17/5/2012 20:37

ביידע האבן זייער ענליכע שטריכן. ביידע האבן גוטע חלקים, און ביידע באלאנגען נישט סאטמארע אידן.

שמעלקאלע » 17/5/2012 22:01

צו וואס עפענט מען פרישע אשכולות???

ישמאלכץ » 17/5/2012 22:06

ווייל עס איז א נייעס אז נאכדעם וואס עס זענען געפלויגן פאשקיווילן אין קרית יאל אקעגן שאפראנער רב מיט די ערגסטע לשונות גנאי, זאגט בארן אליין מ'זאל הערן זיין דרשה

רב_הסוער » 17/5/2012 22:08

א נארמאלע ערשיינונג בדת תורתינו הק'

פליגי בחדא ומודה בחדא

ישמאלכץ » 17/5/2012 22:33

WOW
עס איז דא ענינים וואס איר זענט אויף איין פעידזש מיט בני יואל, מזל טוב

היינט האב איך שוין געהערט אז אין הופער שמועסט מען אז: אלע עכטע תלמידים פון רבי'ן ווי למשל שאפראנער רב שארמאשער רב טשאטה'ער רב האלטן אז מטאר נישט גיין

מילכיגער » 17/5/2012 22:37

און איינער וואס לערנט דעם פעטער'ס תורת 
פארט נישט געבן כבוד פארן בעלזער

און איינער וואס לערנט דעם פעטער'ס תורת 
צאפט נישט די בלוט פון דעם פעטער'ס צובראכענע אלמנה.

און איינער וואס לערנט דעם פעטער'ס תורת 
ווייסט וואס דער פעטער שרייבט אין "דברי יואל" אז א מיידל וואס האט געלערנט אין בית יעקב קען נישט אויפשטעלן א ערליך אידיש שטוב

איך ווייס נישט ווי דער עולם האט נישט ארויףגעברענגט די עסן בשעת'ן הערן די ליצנות 

אישור » 17/5/2012 22:46

מילכיגער שרייבט

און איינער וואס לערנט דעם פעטער'ס תורת 
פארט נישט געבן כבוד פארן בעלזער 


אויב דער וואס געזאגט די תורות האט אליינס געטוהן אזוי

פארוואס דער וואס האט געהערט די תורות

זאל עס נישט טארן טוהן ?

לאנצוט » 17/5/2012 22:46

מילכיגער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און איינער וואס לערנט דעם פעטער'ס תורת 
פארט נישט געבן כבוד פארן בעלזער

פארוואס טאר ער נישט פארן צו זיין שוואגער?

און איינער וואס לערנט דעם פעטער'ס תורת 
צאפט נישט די בלוט פון דעם פעטער'ס צובראכענע אלמנה.
דאס דארפסטו פרעגן דעם ברך משה. און אויך דעם גבאי משה פריעדמאן וואס האט איר אויסגעטיילט צרות.

און איינער וואס לערנט דעם פעטער'ס תורת 
ווייסט וואס דער פעטער שרייבט אין "דברי יואל" אז א מיידל וואס האט געלערנט אין בית יעקב קען נישט אויפשטעלן א ערליך אידיש שטוב
דאס איז זיין טאטנ'ס פראבלעם פארוואס ער האט אים משדך געווען מיט א וויזניצער מיידל. ער איז נישט געפארן קיין בני ברק זיך טרעפן מיט א מיידל. זיין טאטע האט אים געשיקט. און אויב מעג צוריקפרעגן, איך זעה די הייליגע שטוב וואס כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט אויפגעשטעלט און איך האלט נישט אז דער רבי זי"ע איז שטאלץ מיט דעם בעולם העליון.


איך ווייס נישט ווי דער עולם האט נישט ארויףגעברענגט די עסן בשעת'ן הערן די ליצנות 

זאלי200 » 18/5/2012 01:47

מיילעך שטערן'ס ווייב
נפתלי בלומענפעלדס ווייב וכו' וכו' האבן געלערנט אין בית יעקב
אפילו אלטא פיגא אויך



סאשע האט אין בית יעקב ניקס געלערנט

עכטער_חסיד » 18/5/2012 03:49

זאלי

אז דו ווייסט נישט רעדט נישט.

עכטער_חסיד » 18/5/2012 03:52

און בנוגע דעם שידוך.

דיין רבי האט געוואלט דעם שידוך כידוע (עס איז דא אסאך צו רעדן דערוועגן, אבער דאס קומט נישט אריין אין דעם אשכול).