היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברעקינג! קאנטראקט נייע "22,000-סטאַדיום" גע'חתמ'ט!

ברעקינג! קאנטראקט נייע "22,000-סטאַדיום" גע'חתמ'ט!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959357

סיטי_פיעלד » 16/5/2012 23:49

"איחוד הקהלות" האט יעצט ענדגילדיג גע'חתמ'ט קאנטראקט אויף א נייע סטאדיום "Arthur-ashe" אין קווינס
 וואס איז נעבן "סיטיפיעלד" צו אקאדאמירן דעם ריזן ציבור וואס האט נישט קיין פלאץ אינ'ם יעצטיג'ן "סיטיפיעלד"

 פרטים יבואו 

סיטי_פיעלד » 17/5/2012 00:01

די עסקנים פארזיכערן אז מ'טוט די מאקסימאלסטע השתדלות אז גאר בקרוב זאל זיין צו באקימען טיקעט'ס - קודם אין די גרויסע קהילות, טיקעטס פאר די נייע סטאדיום.
 - דאס קומט נאך וואס ס'איז שוין 3 טאג נישטא צו באקימען קיין טיקעטס! 
 - פאלגט נאך אינזער האטליין פאר ווייטערדיגע אפדעיט'ס.


ריפל » 17/5/2012 00:16

אויב אזוי, פארוואס זאל מען נישט מאכן אז אין די נייערע פלאץ זאל דארט זיין סאטמאר בכל פלגיה, ארונים, זלונים, און סתם אנטי מענטשהייט. אזוי וועלן ביידע זייטן פארדינען? 

ישמאלכץ » 17/5/2012 00:29

נאך א קשיא וויאזוי וועט מען מיטהאלטן?, מיט ווידעאו אינטערנעט?!???????????

רב_הסוער » 17/5/2012 00:43

אפשר זאל מען עס נישט פארבינדן מיט סיטי-פיעלד,

זאלן א קנאישע חסידים זיין און די נייע פלאץ, מיט אייגענע רעדנערס,

סטראבערי » 17/5/2012 00:49

שאלת תם.
מהר"יי האבן שוין טויזענטער געקויפט אין די ארגינעלע סטעדיום
מהר"א'ס 5-4 טויזענט מענטשן, האבן שוין אויך א דריטל דערפון געקויפט פאר נייגעריגקייט אינ'ם ארגינעל'ן סטעדיום, און די איבעריגע טויזענט 2 טויזענט פילט אהן קוים פרדס פיגא.
(די איחוד הקהלות האט זיך טאקע פארדעם מער נישט געבעטן צו די ארונים 
החשבון פשוט: 3 טויזענט ארונים- 2 טויזענט ווילן עניוועי קימען אלס נייגער, פאר די איבעריגע טויזענט איז א שאד זיך צו ביקן....)
בני יואל/קאשוי זענען שווערליך נאך 700 מענטשן.

ווי קימט עס צו  22,000 זיצן. 
--------------------------------
העיקר שכחתי:
דער אטטענשאן-קראנקער רבי וועט "קיינמאל" זיך משתתף זיין דארט אפי' אלע טענות וועלן אוועק פאלן.
וויבאלד ער איז נישט די אינישיעטער. "זאל די ערעפלאן קראכן.
ער האט זיך נישט פארגעשטעלט אז ס'וועט אנגיין "אהן אים...."
און מ'וועט נאך דארפן א נייע סטאדיום איז אים נישט איינגעפאלן אין וויסטן חלום!