היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברעיקינג: מעמד "והיה מחניך קדוש" דורך אהרונים, בני יואל און ...

ברעיקינג: מעמד "והיה מחניך קדוש" דורך אהרונים, בני יואל און ...

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959183

געלעכטער » 16/5/2012 04:31

ברעיקינג: מעמד "והיה מחניך קדוש" דורך אהרונים, בני יואל און נטורי קרתא!
אין די מינוטן ווערט אויפגעהאנגן איבער די אידישע גאסן צעטליך איבער א מסיבה והיה מחניך קדוש ארענדזשירט דורך די אהרונים, בני יואל און נטורי קרתא, פאר די אלע ערליכע אידן וואס ווילן נישט גיין קיין סיטי פיעלד, זאלן אויך האבן א געלעגנהייט זיך צוצושטעלן צום ווינט וואס איז געשאפן געווארן דורך כינוס כלל ישראל, אויפצואוואכן דעם עולם איבערן שרעקליכן אינטערנעט פראבלעם. ‎​
 
פרטים יבואו.

סטראבערי » 16/5/2012 04:41

אפדעיט:
שלמה ווייס דער נערוון קראנקער ניק פון כל ארוני גייט זיין די פי אר פון די נייע והי' מחניך קדוש פּיקעטינג.....

kj_monroe » 16/5/2012 05:16

ס'איז א שאד מזאל הארגענען די זאך יעצט איז דא און אלע ווינקלן פון די ציבור ערליכע אידן יראים ושלימים אזוי און אזוי אבער די זאך פארט על דרכה של תורה ממש א שטאלץ פאר יעדע סאטמארער איד יעדער מיט זיין מיינונג כך דרכה של תורה אבער ח"ו נישט מאכן קיין טיילונג צווישן ערליכע אידן ס'גייט ב"ה נישט פארזעדליך און די ארונים האלטן עס נישט אויס צי זעען ווי אזוי א מיינונג בדבר הלכה קען גיין איידל וואס מיט דעם אליין זעט מען אז די אלע רבנים מיינען עס לשם שמים פארבירן זיי מיט אלע זייערע כוחות אפענע מיט אינטער טירן צו מאכן א טיילונג צווישן ערליכע אידן און מיר ענפערן זיי ניין און נאכאמאל מיר וועלן אלע טיען וואס אינזערע רבי'ס מיטן דיינים הייסן אינז צי יא צו ניין אבער מיר בלייבן צוזאמען אלע ערליכע אידן!!!!!!


תוקן על ידי kj_monroe ב- 16/05/2012 05:22:10

סטראבערי » 17/5/2012 00:25

[בילד – נישט אפגעהיט] 

סטראבערי » 17/5/2012 00:25

[בילד – נישט אפגעהיט] 

ישמאלכץ » 17/5/2012 00:30

פארדעם אליין אז בני יואל און די ארונים זאלן זיך פאראייניגן האט זיך שוין אלעס געלוינט!!!

סטראבערי » 17/5/2012 00:36

רעבארן איז אלעס מוחל פאר'ן רבי'ן אבער נישט פאר'ן אים צאמשטעלן אויף איין קול קורא מיט די אלע קרעץ כלשונו 

אישור » 17/5/2012 00:38

וועמען פאפט איר דא ?

דער מעמד מאכן ענקערע עקסטרעמע מענטשן


חלומט נישט פון מהר "א א גאנצן טאג

סטראבערי » 17/5/2012 00:43

רעבארנ'ס נייע קול קורא.... נאך אלטר משה מיט משה בער בעק פעלט... יתר חתימות יפרסמו ברוב אי"ה.....
[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 17/5/2012 00:45

בעסער פון דעם...


אין אלע אגודה צייטונגען און מאדערנע פייוו טאנוס אויסגאבעס איז דאס דא...[בילד – נישט אפגעהיט]

נאט אייך. אן אמת פאר אייער ליגענט !

שלום_היט » 17/5/2012 00:55

דיר באדערט גאנץ ווייניג דער בעלזער אדער שטיינמאן, דיר באדערט ווער ס'פעלט פון בילד!

הנגיד_רבי » 17/5/2012 01:15

אט אזוי! שלום-היט   [בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 17/5/2012 01:18

גראדע. דאס איז מיין שמחה. איך גלייב אז דו קענסט עס זען אויף מיין טייפן. [בילד – נישט אפגעהיט]

הנגיד_רבי » 17/5/2012 01:23

דערביטערט ווי די גיטע יאר זענט עטז אין בלאט אפיס.

נאכ'ן זויערן בעלזע פגישה, האט די בלאט באריכטעט מיט עקסטאז אז ס'האט אלעס געלוינט ווייל דורכ'ן פגישה האט די ציונישע צייטונגען ''געדעקט'' אהרנ'ן, און דעקן אהרן ברענגט אויטאמאטיש א פראסק פאר די מדינה ווייל מ'רעדט פון א סאטמארע רבי.........
סא נעם יעצט ווען זיי דעקן דעם ברידער, די זעלבע ארטיקל פון ענקער פארשטויבטע ארכיוון און ריפלעיס אהרנ'ס נאמען מיט'ן קליגערן ברידער זיינעם'ס. והכל על מקומו יבא בשלום 

לאנצוט » 17/5/2012 01:26

דער בלאט וואס דו ברענגסט אראפ, איז דאכצעך מיר יעצט געבוירן געווארן.
מזל טוב.

ביי די וועי, דיין שמחה פון זיין כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מיט שטיינמאן אויף איין בילד, שטאמט פון שטארקע צמצום.

הנגיד_רבי » 17/5/2012 01:28

לאנצוט לייקן נישט! איך ווייס דו שעמסט דיך.
ס'איז געווען די וואך נאכ'ן פגישה אינעם דזשיהאד-עדיטאריעל וואס איז עפ"י רוב פון פען-נאמען מרגליות.

לאנצוט » 17/5/2012 01:51

הנגיד_רבי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט לייקן נישט! איך ווייס דו שעמסט דיך.

לייקענען הייסט א זאך וואס האט פאסירט און מ'לייקנט עס.
מיר לייגט זיך מער אויפן שכל אז דאס האסטו געבאקן.

זיי נישט בייז.

ס'איז געווען די וואך נאכ'ן פגישה אינעם דזשיהאד-עדיטאריעל וואס איז עפ"י רוב פון פען-נאמען מרגליות.


ברענג עס ביטע.