היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אנאליזן איבער ר' אהרן טייטלבוים'ס בויקאט אויף כינוס כלל ישרא...

אנאליזן איבער ר' אהרן טייטלבוים'ס בויקאט אויף כינוס כלל ישרא...

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959181

המהדרין » 16/5/2012 02:38

אנאליזן איבער ר' אהרן טייטלבוים'ס בויקאט אויף כינוס כלל ישראל
ביטע זיך האלטן נאר צו דעם נושא פון ר' אהרן'ס בויקאט אין דעם אשכול.

לאנצוט » 16/5/2012 02:41

איך גלייב אז זיין שיטה אז מרן הדברי יואל זי"ע וואלט אוודאי נישט געגאנגען אהין. ממילא אלס ממלא מקום, שפירט ער אז סאטמאר באלאנגט נישט דארט.

שמעלקאלע » 16/5/2012 02:44

איך גלייב אז זיין שיטה איז, אז מרן הדברי יואל זי"ע וואלט אוודאי יא אהין געגאנגען, ממילא אלס ממלא מקום (פון?? וויזשניצער שווער) שפירט ער אז ער באלאנגט נישט דארט... 

לאנצוט » 16/5/2012 02:45

שמעלקאלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך גלייב אז זיין שיטה איז, אז מרן הדברי יואל זי"ע וואלט אוודאי יא אהין געגאנגען, ממילא אלס ממלא מקום (פון?? וויזשניצער שווער) שפירט ער אז ער באלאנגט נישט דארט... 

ביסט בארעכטיגט צו דיין אנאליז. אבער דארפסט זיך אויסלערנען צו זיין טאלערירן אן אנדער'ס אויך.  איך האב געזאגט וואס איז גלייב, זייענדיג דער ממלא מקום פון זיין פעטער טוט ער וואס ער האלט אז דער פעטער וואלט געטאן.

שמעלקאלע » 16/5/2012 02:46

נישט פארדרייען קיין אשכולות, צום וויפלטן מאל

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:48

לאנצוט 

אלס ממלא מקום פארשטייט דיין רבי אז א איד וואס זיין נאמען געפינט זיך צווישן די חותמים אויפן חוב קדוש פון הליכה לבחירות הטמאות, מעג אויפטרעטן ביים גרעסטן כינוס פון זיין פארטיי כ"א כסלו?

לאנצוט » 16/5/2012 02:49

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט 

אלס ממלא מקום פארשטייט דיין רבי אז א איד וואס זיין נאמען געפינט זיך צווישן די חותמים אויפן חוב קדוש פון הליכה לבחירות הטמאות, מעג אויפטרעטן ביים גרעסטן כינוס פון זיין פארטיי כ"א כסלו?

ער האט נישט אונטערגעשריבן. פינטל.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:52

דעם שקר קענסטו איבערזאגן טויזענט מאל, עס ווערט נישט אמת!

עכטער_חסיד » 16/5/2012 03:05

די חתימה אויפן חוב קדוש צו די בחירות הטמאות
נאדיר לאנצוט

אבער קוק עס נישט אָן, ווייל דו וועסט עס מוזן גלייבן...[בילד – נישט אפגעהיט]

סטראבערי » 16/5/2012 04:48

No analytics needed
 מי בראש - אטטענשאן

דער איד, חיים הערש'ס זיידע, וואלט אריינגעטאנצען אין פייער אויך פאר אטטענשאן, און די גאנץ נישט ווייטע היסטאריע זיינע ווייזט אט דא.

געלעכטער » 16/5/2012 05:30

איז ער דאך ווייטער בראש. נאר אנשטאט זיצן יחד ראשי ושבטי ישראל, וועט ער זיצן בראש פון משה יעקב שמשון טייטלבוים און אלטר משה גאלדבערגער. אבער ראש בלייבט ער.

סטראבערי » 16/5/2012 05:35

געלעכטער, איך מיז באוואונדערן דו האסט די בעסטע חוש צו הומאר פון גאנץ גאנץ היידפאַרק!

לאנצוט » 16/5/2012 18:11

א דאנק אלע פאר'ן פארדרייען דעם אשכול, וואס איז אזוי הארב דא.
אבער אויב מ'רעדט פון רבי מיכל זילבער, בין איך דן אנשי מהרז"ל שליט"א פאר'ן אים געפערליך ארונטעררייסן, ווייל נאך אלעם האט דאך דער ציוני ר' מיכל זילבער געפערליך מבזה געווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מיט די פשיהא וד"ל.

אבער לאמיך נישט ווייטער פארדרייען דעם פארדרייטן אשכול. איך וועל צוריקקירעווען דעם שמועס צום פארדרייטן נושא:

אויב איז דער פראבלעם אז סאטמאר רבי האט געלאזט ר' מיכל זילבער רעדן, און דערפאר קען ער נישט זיין ממלא מקום פונעם הייליגן דברי יואל, האב איך איין ברירה פארבליבן, מכתיר צו זיין דעם יונגערן ברידער וועלכער איז אריין אין ציוניסטישן קאורט, וואס דאס איז זיכער מותר פאר'ן ממלא מקום.

איך דריי שוין צוריק דעם אשכול:

סאטמאר רבי האט נישט בויקאטירט דעם כינוס: שב ואל תעשה הייסט נישט בויקאטירט.
עס איז דא דריי וועגן וויאזוי מ'קען רעאגירן צום כינוס:

1) גיין לינק. און גיין אהין מיט אלע לינקע עלמענטן.
2) האקן דערויף, און מוחה זיין ווי הרה"צ מ'שאפראן שליט"א, הרה"צ אב"ד טשאטה שליט"א, הרה"צ מאיבראן שליט"א.
3) שב ואל תעשה. נישט האקן און נישט גיין. דער כינוס איז א גוטע זאך, אבער נישט פאר אנשי שלומינו תלמיד וחסידי מרן רביה"ק הדברי יואל זי"ע.

נומער דריי איז די נארמאלע אפציע לדעתי.

געלעכטער » 16/5/2012 18:40

און ווען ר' אהרן האקט ווען דערויף, וואלסטו געזאגט אז אפציע 1 איז די נארמאלסטע. ס'איז בכלל נישט רעלעוואנט, ווייל דו וועסט קיינמאל נישט מודה זיין סייוויזוי אז דיין רבי האט געטון א טעות. ‎​
 
אגב, האסט פארגעסן איין אפציע, און דאס איז וואס רוב תלמידי רביה"ק זי"ע טוען, און שטיצן און גייען צום כינוס.

נארפאקטן » 16/5/2012 18:59

 געלעכטער
די האסט שוין אמאל מודה געווען אז דיין רבי האט געמאכט א טעות?
וואס ווארפסטו פאר יענעם?

לאנצוט » 16/5/2012 19:05

ווען כ"ק אדמו"ר מהר"א זאל ווען זאגן אז ער גיייט.
וואס טראכסטו וואלט געווען די רעאקציע פונעם יונגערן ברודער?

עכטער_חסיד » 16/5/2012 19:15

דער פראבלעם פון דיין רבין איז, אז ער האט זיך טועה געווען ביים שאצן וואס זיין יונגערער ברודער גייט טאן.

שוין עטליכע וואכן, נאך פון פאר פסח, איז מען געזעסן ביים סאטמארער רבין שליט"א, סיי די עסקנים למען טוהר המחנה, און סיי די רבנים ומורה צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר, און דן געווען יעדע פעולה בנוגע דעם כינוס. ביז מען האט אלעס מסדר געווען אויפן בעסטן אופן, און מען איז געקומען צו דער החלטה.

דיין רבי האט אבער געליינט כסדר היידפארק וואו עס האט אויסגעקוקט אז סאטמאר גייט זיך נישט צושטעלן דערצו. האט ער געוואלט זיין "דער ערשטער" (כלשונו אלעמאל "איך בין געווען דער ערשטער"...) צו פראוווען "מעשה קנאי", און ער איז אריינגעפאלן.

יעצט האסטו איין מענטש וועמען צו בלעימען, נאר דיין רבין. נעקסט טיים זאל ער נישט זיצן א גאנצן טאג אויף היידפארק...

לאנצוט » 16/5/2012 19:24

[quote]דער פראבלעם פון דיין רבין איז, אז ער האט זיך טועה געווען ביים שאצן וואס זיין יונגערער ברודער גייט טאן.
-
שוין עטליכע וואכן, נאך פון פאר פסח, איז מען געזעסן ביים סאטמארער רבין שליט"א, סיי די עסקנים למען טוהר המחנה, און סיי די רבנים ומורה צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר, און דן געווען יעדע פעולה בנוגע דעם כינוס. ביז מען האט אלעס מסדר געווען אויפן בעסטן אופן, און מען איז געקומען צו דער החלטה.

איך האב געזען וואס ער האט געשריבן אין א בריוו אז ער איז מחזק. א וואך שפעטער איז עס געווארן א זכי'. און מ'האט געמאכט דעם צעטל ווייל מ'האט געוואלט זעהן דעם פועל יוצא.

ביי מיר הייסט עס א POLL (אנקעטע בלע"ז).
דיין רבי האט אבער געליינט כסדר היידפארק וואו עס האט אויסגעקוקט אז סאטמאר גייט זיך נישט צושטעלן דערצו. האט ער געוואלט זיין "דער ערשטער" (כלשונו אלעמאל "איך בין געווען דער ערשטער"...) צו פראוווען "מעשה קנאי", און ער איז אריינגעפאלן.

ער ליינט היידפארק? ער איז דער איינציגסטער שרייבער. ער דארף נישט טאן קיין תשובת המשקל. ווייל ער אלאמירט
יעצט האסטו איין מענטש וועמען צו בלעימען, נאר דיין רבין. נעקסט טיים זאל ער נישט זיצן א גאנצן טאג אויף היידפארק...

דו קענסט נישט די גמרא אין פסחים פון שמעון המסעונו, כשם שמקבל שכר על הדרשה, כך אקבל שכר על הפרישה.
בלי ספק אז דער הייליגער דברי יואל וואלט נישט געגאנגען דארט. ממילא אלס מקום גייט ער אויך נישט. שב ואל תעשה עדיף!

רב_הסוער » 16/5/2012 20:25

2 זאכן מנהל לעבן,
1. דער קעפל איז פאלש: סאטמאר רבי "בויקאט" נישט דעם כינוס,
2. אנאליזירט מען נאר סאטמאר רבי'ן אדערע אנדערע סאטמארע טיפ אידן וואס זענען קעגן דאס השתתפות פינעם כינוס, ווי למשל, אבד"ק שאפראן, ר"מ פילאף, אב"ד תולדות רפאל, ר' יצחק לעבאוויטש, אב"ד איבראן, וכהנה,

רב_הסוער » 16/5/2012 20:28

חסורי מחסרא והכי קתני:
עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער פראבלעם פון אב"ד שאפראן איז, אז ער האט זיך טועה געווען ביים שאצן וואס זיין מחותן המשולשת גייט טאן.

שוין עטליכע וואכן, נאך פון פאר פסח, איז מען געזעסן ביים סאטמארער רבין שליט"א, סיי די עסקנים למען טוהר המחנה, און סיי די רבנים ומורה צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר, און דן געווען יעדע פעולה בנוגע דעם כינוס. ביז מען האט אלעס מסדר געווען אויפן בעסטן אופן, און מען איז געקומען צו דער החלטה.

אב"ד שאפראן האט אבער געליינט כסדר היידפארק וואו עס האט אויסגעקוקט אז סאטמאר גייט זיך נישט צושטעלן דערצו. האט ער געוואלט זיין "דער ערשטער" (כלשונו אלעמאל "איך בין געווען דער ערשטער"...) צו פראוווען "מעשה קנאי", און ער איז אריינגעפאלן.

יעצט האסטו איין מענטש וועמען צו בלעימען, נאר אב"ד שאפראן. נעקסט טיים זאל ער נישט זיצן א גאנצן טאג אויף היידפארק...

עכטער_חסיד » 16/5/2012 21:00

לאנצוט

דער בעל דברי יואל האט נישט געלאזט גיין צו די חתונה פון דיין רבין. דאס ווייסטו אויך?

עכטער_חסיד » 16/5/2012 21:02

דער חילוק פון שאפראנער רב שליט"א מיט דיין רבין איז'  אז שאפראנער רב ווייסט נשט וואס עס מיינט אינטערנעט' און מעגליך אויך נישט וואס עס באדייט קאמפיוטער' ער האט עס נישט ביי זיך אין שטוב.

ביי דיין רבין אין שטוב איז דא סיי קאמפיוטער און סיי אינטערנעט, והדברים ידועים לכל.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 21:14

רב הסוער

עס איז א גרויסער חילוק צווישן דיין רבינס באיקאט און די תלמידים פון רבין זי"ע וואס זענען דערקעגן.

דיין רבי האט דאס געוואלט שפילן א געים, אבער עס איז אים נישט געלונגען. דער באזוך אין בעלז און קלויזענבורג וכו' ווייזט ווי ווייט ער מיינט קנאות.

די תלמידים פון רבין זי"ע וואס זענען דערקעגן מיינען באמת קנאות, כאטש עס איז מעגליך אז אין פאקטן זענען זיי נישט באהאווענט.

לאנצוט » 16/5/2012 21:16

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט

דער בעל דברי יואל האט נישט געלאזט גיין צו די חתונה פון דיין רבין. דאס ווייסטו אויך?

די רביצין מיינסטו?

עכטער_חסיד » 16/5/2012 21:19

קענסט זאגן וואס דו ווילסט

אז דער רבי האט באפוילן האט יעדער געפאלגט

לאנצוט » 16/5/2012 21:22

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רב הסוער

עס איז א גרויסער חילוק צווישן דיין רבינס באיקאט און די תלמידים פון רבין זי"ע וואס זענען דערקעגן.
טוה אויס דיינע היידפארק ברילן. און רעד ווי אן ערוואקסן אינגל.
ווען שאפראנער רב אסור'ט איז דאס מנהמת לבו הטהור והקדוש
ווען כ"ק אדמו"ר מהר"א אסור'ט איז עס א געים.
ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז מתיר איז עס די תורה הקדושה.
ווען הרה"צ אב"ד טשאטה אסור'ט איז עס תורה הקדושה.

אזעלכע קינדערישע רייד מאכט דיך אויסקקוקן ווי א נוירסערי אינגל.
דיין רבי האט דאס געוואלט שפילן א געים, אבער עס איז אים נישט געלונגען. דער באזוך אין בעלז און קלויזענבורג וכו' ווייזט ווי ווייט ער מיינט קנאות.

וואס מיינט א געים, ער זאגט אז ס'איז א קול קורא פון רבנים. וואס דרייסטו א קאפ ווייל דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.
וואו קומט דא אריין פאליטיק. פאליטיק מיינט ווען איינער שרייבט אז ער האט געמאכט א בריוו ווייל ער האט געוואלט זעהן די "פועל יוצא".

דיין נארישע בעיבישקייט איז דאך איבער אלע גבולים.

די תלמידים פון רבין זי"ע וואס זענען דערקעגן מיינען באמת קנאות, כאטש עס איז מעגליך אז אין פאקטן זענען זיי נישט באהאווענט.

ווער איז נישט באקאנט מיט וואס?
פארוואס קען מען נישט מאכן קיין אסיפה נאר בתוכינו?

וויאוזי וועט דיר שמעקן אז איך וועל דיר זאגן ווי א בעיבי (עם עקש תתפל) אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א האט בשלאסן יא צו גיין צו די כינוס, ווייל ער איז נאר געווען אין יענקי סטעדיום און די אלטע שעי סטעדיום אינאיינעם מיט זענטער רב שליט"א, אבער איז נאכנישט אין סיטי פיעלד... און ער האט גרויס חשק עס צו זען... געפעלט עס דיר איצט?

וועסט שרייען אז איך יצא מדעתי??? אזוי קוקט איר אויס.

קאקאש_קעיק » 16/5/2012 21:25

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען כ"ק אדמו"ר מהר"א זאל ווען זאגן אז ער גיייט.
וואס טראכסטו וואלט געווען די רעאקציע פונעם יונגערן ברודער?

און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע צו מהר"אס זיך צושטעלן צו די אלע "פושעים"?

לאנצוט » 16/5/2012 21:27

אז היות ס'איז דא א היתר צו גיין אין ציוניסטישן קאורט, מעג מען גיין צום בעלזער נאכן מפייס זיין.

סארי פאר'ן צוריק-פארדרייען.

לאנצוט » 16/5/2012 21:29

קאקאש_קעיק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען כ"ק אדמו"ר מהר"א זאל ווען זאגן אז ער גיייט.
וואס טראכסטו וואלט געווען די רעאקציע פונעם יונגערן ברודער?

און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע צו מהר"אס זיך צושטעלן צו די אלע "פושעים"?

און דער סערעטער טאנקיסט איז געווארן כשר?
הרב לייזערזאן דער חבר הכנסת איז כשר געווארן אז מהרז"ל האט אים געמעגט געבן שלום?

קאקאש, איך בעט דיך צו טראכטן איידער דו דרוקסט שלח, נישט האבן טענות פאר'ן פארדרייען דעם אשכול צוריק.

יוסף90 » 16/5/2012 22:05

לאנצו"ט

זיי נישט קיין שקרן

ביין לייזערזאן ביך איך געווען אנוועזענד דארטן.

דער רבי האט נישט געוויסט ווער דער פערזאן איז, ער האט געהאלטן אינמיטן רעדן מיט מעכיל גארפינקעל, אינמיטן איז אריבער לייזערזאן און האט געגעבן שלום פאר ביידן, דערא רבי האט אבער נישט געוואוסט דאן וועם ער גוט שלום, ביז ווען גארפינקעל האט עם שפעטער געזאגט.(אגב:עס איז נישט קיין עוולה צו ענטפערן שלום ווען ינער גוט דיר שלום)

דאקעגן ביי די סעודת מצוה פון יענעם הכגנסת ס"ת, איז חיים הערש מייזליש איז געזעצן נעבן לייזערזאן איבער א שעה, אין זיי האבן פאברענגט דארטן ווי צו גוטע פריינט, ווען חיים הערש מייזליש האט גוט געוואוסט ווער לייזערזאן איז.

לאנצוט » 16/5/2012 22:39

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצו"ט

זיי נישט קיין שקרן
איך ברענג א פאקט.

ביין לייזערזאן ביך איך געווען אנוועזענד דארטן.
ווען נישט דעם בילד וואלסטו אוודאי געלייקנט.

דער רבי האט נישט געוויסט ווער דער פערזאן איז, ער האט געהאלטן אינמיטן רעדן מיט מעכיל גארפינקעל, אינמיטן איז אריבער לייזערזאן און האט געגעבן שלום פאר ביידן, דערא רבי האט אבער נישט געוואוסט דאן וועם ער גוט שלום, ביז ווען גארפינקעל האט עם שפעטער געזאגט.(אגב:עס איז נישט קיין עוולה צו ענטפערן שלום ווען ינער גוט דיר שלום)
מ'זעט ווי ער שמייכלט צו אים.

דאקעגן ביי די סעודת מצוה פון יענעם הכגנסת ס"ת, איז חיים הערש מייזליש איז געזעצן נעבן לייזערזאן איבער א שעה, אין זיי האבן פאברענגט דארטן ווי צו גוטע פריינט, ווען חיים הערש מייזליש האט גוט געוואוסט ווער לייזערזאן איז.
הער אויף מיט די באבע מעשה'לעך. מהרז"ל האט נישט געוואוסט, חיים הערש האט יא געוואוסט.
ביטע פארקויף מיר נישט די לאקשן.

ווען ער איז געגאנגען צום טאנקיסט האט ער אוודאי אויך נישט געוואוסט צו וועלכע שבע ברכות ער גייט.
דו פעקעדזש מהרז"ל אלס א שעפעלע וואס איז נעכטן געבוירן און קען קיינעם נישט. פליז הער אויף שפילן דאמי.

לאנצוט » 17/5/2012 00:46

פון סאטמארער רבי איז נישט אזא פיקטשער.

אין אלע אגודה צייטונגען און מאדערנע פייוו טאנוס אויסגאבעס איז דאס דא...[בילד – נישט אפגעהיט]

הנגיד_רבי » 17/5/2012 01:29

[בילד – נישט אפגעהיט] 

לאנצוט » 17/5/2012 01:49

דער חילוק איז:
דיין צעטל האסטו געטייפט, און נאך דערצו זייער אומפראפעסיאנעל.

עצה טובה, דינג א שיינעם גראפיקער עס זאל כאטש אויסקוקן מענטשליך. אזויפיל דיגניטי האסטו נישט?

דעם פלאקאט פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מיט די גדולי ישראל שטיינמאן און כ"ק אדמו"ר מבעלזא האט די כינוס כללי פובליצירט.

איר האט דאס געזוכט. האט איר דאס באקומען.

שלום_היט » 17/5/2012 01:55

תיקון טעות: איר האט דאס געזוכט, און איר האט דאס נישט באקומען!

יוסף90 » 17/5/2012 18:24

מ'קען הענגען יעדן צעטל וואס מ'וויל אין פיוו טאונס

די מציאות איז אז עס גיין דארט נישט זיין קיין ציונים ווי יהושע פינק פון בעלזא אין ר' מיכל זילבער פון ווייסע סלאנים, און ווי דער גרויסער קנאי ר' ישכר בערל רוקח

לאנצוט » 17/5/2012 18:32

די צעטל הענגט נישט אין פייוו טאונס. עס איז אלע צייטונגען (חוץ אין דער איד וואס נעמט עס נישט אריי), ווייל דער איד שפילט בת-היענה.

איך ווייס באמת נישט וועמען דו פאפסט, אז הגאון האדיר רבי מתתי' סאלאמאן איז געגאנגען קיין ארץ  ישראל לאדענען הרב שטיינמאן, הרב קנייבסקי און נאך אנדערע קנאים.

שפילסט אויך בת היענה?

ישמאלכץ » 17/5/2012 18:46

ר' אהרנס קעגנערשאפט צום כינוס איז ווארשיינליך צוליב זיין אדיקטעד צום אינטערנעט, ער איז דאך דער איינצגסטער רב וואס האט געהייסן ארויפגיין אויף די כלי, און אפילו געזאגט אז וער עס האט נישט זאל גיין צו ווער עס האט א כלי, וז"ל איך בין "מכבד" יעדן איינעם ארויפצוגיין אויף די כלי" עכ"ל
און אויב הייסט ער אליין "יעדן" ארויפגיין אויף די כלי ווי אזוי קען ער יעצט זיין א פליפ פלאפער און זאגן אז נישט?
ר' אהרן איז א שטארקער מענטש און וועט זיך נישט בייגן פאר קיינעם אויב האט ער זיין אייגענע מיינונג, און אז ער זאגט און פאדערט אויף אז יעדער זאל ארויפגיין אויף די כלי, וועט ער זיך נישט ברעכן אפי' אלע רבנים זאלן האלטן אנדערש, ער וועט זיין אזוי ווי דער דברי יואל און ארויסזאגן זיין מיינונג אפן און גראב איינער אליין קעגן די גאנצע וועלט

שמעלקאלע » 17/5/2012 20:05

אהרן טייטלבוים האקט אויפן גיין צום כינוס (לאנצוט תיקו!!)
פון פורום כל העולם כולו
ברעקניג ! האדמ"ר מסאטמאר נישט גיין צים כינוס

די ווערטער האט רבינו היינט געזאגט אין ישיבה

עס הערשט א צומישועניש ביים עולם, ווער עס איז געווען ביים פעטער ז"ל, ווער עס האט געהאט די זכיה צו הערן זיינע שלש סעודות תורות, זיינע דברות קודש, פארשטייט, אז א סאטמערער יוד האט נישט וואס צו זוכן נישט דא, און נישט ביים סיום הש"ס וכדומה, דאס איז פשוט

לאנצוט!!! יעצט וואס זאל מען טוען אז אהרן האט זיך צוגעשטעלט צו דער אפציע פון רעדן קעגן גיין צום כינוס.
 
יעצט דארף מען ווייטער פארענטעפרן דעם רבי'ן..
אזא שווערע רבי'ן האט עט'ס יעדען טאג דארף מען אים פארענטפערן, און טוישן דער ליגענט'ס.

תוקן על ידי שמעלקאלע ב- 17/05/2012 20:06:41

ביידען » 17/5/2012 20:18

יא יעצט קען מען שוין ריכטיג זאגן דאס וואס דער בעל הצלת יוסף שליט''א האט שוין געזאגט פאר 20 יאר צוריק
אנבעליוועבעל!!!!!!!!!!!!!!
ווער האט זיך געגלייבט אז דער רא''ט וועט זיך אריינשטעלן מיט איין וואגן מיט זיינע גרעסטע שונאים
אלעס פאר זיין נאריע בעיבישע אטענשן וואס ער האט נעבעך אזוי שטארק געוואלט
ווילאנג מען האט נאכנישט געהערט קיין עפענטליכע סטעיטמענטס פון דעם בעיבי
האבן זיך קעלבענע דעקעלעך פרובירט איינצורעדן אז עכט מעג מען יא גיין אין דער רבי פריוואט הייסט יא גיין צו כינוס
די דעקעלעך האבן זיך אזוי געשעמט אז דער  קדוש איז אויסגעשפילט אין ער האט נאך אויף זיין זייט די סיקריקים
אז זיי זענען געווען ביזי אויף זייער פארום צו מאכן אויסקוקן כאילו דער רבי האט נאר א פראבלעם מיט ענגליש אין נישט מיט די רעבעזעכרוינעלעווראכע
אין דא אזא שאס פון דעם אומפאראנטווארטליכן בעיבי האט ער זיך צושמירט זיין פיסק אין האט זיך פולטשענדיג צוגעשטעלט צו אלטרמשה/משהבער/טשאדער (כלשונם) אין האט שוין ווידעארמאל אריינגעשטלעט זיינע קעלבער אין א דילעמא

געלעכטער » 17/5/2012 20:22

רב_הסוער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
2 זאכן מנהל לעבן,
1. דער קעפל איז פאלש: סאטמאר רבי "בויקאט" נישט דעם כינוס,
2. אנאליזירט מען נאר סאטמאר רבי'ן אדערע אנדערע סאטמארע טיפ אידן וואס זענען קעגן דאס השתתפות פינעם כינוס, ווי למשל, אבד"ק שאפראן, ר"מ פילאף, אב"ד תולדות רפאל, ר' יצחק לעבאוויטש, אב"ד איבראן, וכהנה,
‎​
 
ר' אהרן טייטלבוים בויקאטירט יא דעם כינוס, און ער איז צוזאמען מיט משה יעקב שמשון טייטלבוים און אלטר משה גאלדבערגער. פינטל. ‎​
 
יעצט האלט אן אויג וועט איר זען אז בחדרי חרדים'ס הויפט בלאט, וואס האט נאך כמעט גארנישט גערעדט פונעם כינוס חוץ אפאר ליצנות קעפלעך, וועט פלוצלינג האבן א גרויסן קעפל מיט דעת קדשו פון ר' אהרן....

לאנצוט » 17/5/2012 20:35

לויט ווי איך הער האט מען אים געפרעגט דערוועגן. וואס זאל ער זאגן פאר די מענטשן.

ווי איך פארשטיי האט ער דערפאר גערעדט און האט געלאזט וויסן זיין מיינונג בתכלית הקיצור.
און אויך האט ער נישט געהאקט דערויף, נאר געזאגט פשוט אז סאטמארער אידן באלאנגען נישט ביים כינוס און נישט ביים סיום הש"ס.

ישמאלכץ » 17/5/2012 20:55

די ווערטער פון רעבארן:

לחיים לחיים
 ....

איך וויל זאגן, ס'דא די מדרש די וואך, בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש. ס'דא א וועלט'ס מיט פראפעגאנדע למקום פלוני אני הולך, א וועלט מיט פראפעגאנדע איך דארף גיין למקום פלוני ופלוני, ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש. איך דערמאן מיך אין בית המדרש די פייערדיגע של"ס תורות די פייערדיגע דרשות וואס איך האב געהערט פון פעטער ז"ל. ווער ס'האט איבערגעטרעטן זיין שוועל פארשטייט דעת קדשו, ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש, א היימישער אינגערמאן זיין פלאץ איז נישט דארט, נישט דארט, און נישט ביים סיום פון דף היומי, ווער ס'פארשטייט פארשטייט; און ווער ס'פארשטייט נישט, פארשטייט נישט. א גוטן טאג!!!

ביידען » 17/5/2012 20:59

ישמאלכץ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די ווערטער פון רעבארן:

ווער ס'פארשטייט פארשטייט; און ווער ס'פארשטייט נישט, פארשטייט נישט. א גוטן טאג!!!

כא כא דער האט א נייער סלאגאן
גוווט

גינגריטש » 17/5/2012 21:00

זעהט אוןיס די עכטע חסידים האבען שוין גיוויסט זיין דעת קדשו פון אנהייב, וועגען דעהם פליקען זיי די צעטלעך פון די כינוס  איבעראהל און אלע גאסען..

רב_הסוער » 17/5/2012 21:06

הער אויף מיט די ליגענט, גרינגיטש

שמעלקאלע » 17/5/2012 22:10

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך דריי שוין צוריק דעם אשכול:

סאטמאר רבי האט נישט בויקאטירט דעם כינוס: שב ואל תעשה הייסט נישט בויקאטירט.
עס איז דא דריי וועגן וויאזוי מ'קען רעאגירן צום כינוס:

1) גיין לינק. און גיין אהין מיט אלע לינקע עלמענטן.
2) האקן דערויף, און מוחה זיין ווי הרה"צ מ'שאפראן שליט"א, הרה"צ אב"ד טשאטה שליט"א, הרה"צ מאיבראן שליט"א.
3) שב ואל תעשה. נישט האקן און נישט גיין. דער כינוס איז א גוטע זאך, אבער נישט פאר אנשי שלומינו תלמיד וחסידי מרן רביה"ק הדברי יואל זי"ע.

נומער דריי איז די נארמאלע אפציע לדעתי.

געדענקסט לאנצוט וואס דו האסט געשריבן ממש לעצטענס.
דיין רבי האט דיר גוט אפגעטון, יא וואס זאל מען טוען לאנצוט אז דו ביזט פון דער וואס פארשטייען נישט.
דו גייסט דאך צום כינוס, הא?

לאנצוט » 17/5/2012 22:22

איך טראכט נאך אלץ צו גיין.

כאטש איך ווייס אז מיין רבי' איז גערעכט און א סאטמארער איד באלאנגט נישט דארט, אבער דאך האב איך חשק. אפילו איך טוה א שטיקל עוולה, האלט איך נישט אז מ'וועט מיך שמייסן דערפאר.

געלעכטער » 18/5/2012 00:19

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
2 זאכן מנהל לעבן,
1. דער קעפל איז פאלש: סאטמאר רבי "בויקאט" נישט דעם כינוס,
2. אנאליזירט מען נאר סאטמאר רבי'ן אדערע אנדערע סאטמארע טיפ אידן וואס זענען קעגן דאס השתתפות פינעם כינוס, ווי למשל, אבד"ק שאפראן, ר"מ פילאף, אב"ד תולדות רפאל, ר' יצחק לעבאוויטש, אב"ד איבראן, וכהנה,
‎​
 
ר' אהרן טייטלבוים בויקאטירט יא דעם כינוס, און ער איז צוזאמען מיט משה יעקב שמשון טייטלבוים און אלטר משה גאלדבערגער. פינטל. ‎​
 
יעצט האלט אן אויג וועט איר זען אז בחדרי חרדים'ס הויפט בלאט, וואס האט נאך כמעט גארנישט גערעדט פונעם כינוס חוץ אפאר ליצנות קעפלעך, וועט פלוצלינג האבן א גרויסן קעפל מיט דעת קדשו פון ר' אהרן....

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=40947