היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מה בין רובאשקין, אסירי יאפאן, און הצלת הדורות?

מה בין רובאשקין, אסירי יאפאן, און הצלת הדורות?

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959149

עכטער_חסיד » 15/5/2012 23:45

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ביידי גרויסע עצרת און אסיפות לטובת הצלת רובאשקין און הצלת אסירי יאפאן האט מען זיך געמעגט צוזאמענקומען מיט אלע סארט עלעמענטן, און אפילו הערן ענגלישע דרשות, און צו ראטעווען אידישע דורות פון שמד טאר מען נישט?

פליז קאמענטירן זאכליך, נישט סתם קללות און לופטיגע געבעקסן.

ריפל » 15/5/2012 23:46

ומב בין הכינוס לסיום הש"ס ע"י רבבי אלפי ישראל?

עכטער_חסיד » 15/5/2012 23:53

דער ערשטער צו פארדרייען דעם אשכול!

דער מנהל האט שוין פריער געווארענט.

לאנצוט » 16/5/2012 00:05

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ביידי גרויסע עצרת און אסיפות לטובת הצלת רובאשקין און הצלת אסירי יאפאן האט מען זיך געמעגט צוזאמענקומען מיט אלע סארט עלעמענטן, און אפילו הערן ענגלישע דרשות, און צו ראטעווען אידישע דורות פון שמד טאר מען נישט?

פליז קאמענטירן זאכליך, נישט סתם קללות און לופטיגע געבעקסן.


איך וועל ענטפערן וויפיל איך פארשטיי:

ביי רובאשקין איז געווען אן אסיפה אין קרית יואל.
עקסטער איז געווען אן אסיפה אין וויליאמסבורג.
עקסטער איז געווען אן אסיפה אין בארא פארק.

יעצט איז פראגע זייער סימפל. פארוואס קען מען די זעלבע זאך נישט טאן דא אויך.
פארוואס דארפן מיר גייען מיט אלע טשופיקעס און כזית קאפעלעך?

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:10

אט דא בילדער פון די מסיבת געוואלד און געשריבן אין בארא פארק (אנגעפירט דורך אהרונישע אינטערעסן וד"ל) וואו מען זעט ר"ל א געמישעכטס פון אלע קרייזן.

דא איז אן ענגלישער רעדנער.

[בילד – נישט אפגעהיט]


עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:12

לאנצוט סטאפ מיט דיין נאן-סענס. דא האסטו די בארא פארקער אסיפה מיט א געמישעכטס פון "אלע" קרייזן, אויך טשופיקעס.

אט דא האסטו...

[בילד – נישט אפגעהיט]

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:13

נאך

[בילד – נישט אפגעהיט]

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:14

דא האסטו דיין רבינס איידעם און שוואגער

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 16/5/2012 00:15

אז אפאר רובאשקין פאמיליע קומט אן, מאכסטו אן עסק.

דער מציאות איז אז ס'איז נישט קיין געמישאכץ. איך זעה דא 90 פראצענט חסידישע אידן.

שמעלקאלע » 16/5/2012 00:17

הייסט עס אזוי לאנצוט, דער פראבלעם איז שוין נישט ענגליש ווי דו האסט ביז יעצט געשריגן
נאר אז מ'דארף גיין זיצן מיט אלע טשופיקעס און כזית קאפעלעך.....

עכ"פ דאס וואס דו פרעגסט פארוואס קענען מיר נישט מאכן עקסטערע אסיפות אין יעדן שטאט??
אויף דעם איז שוין געשריבן געווארן מערערע מאל, אז כל גדולי הדור שליט"א פארשטייען אז דורכדעם וואס קומען זיך צוזאמען א כח הרבים, האט עס מער אן עפעקט אויפן ציבור....

פינטל, פינטל, פינטל.

עת לעשות לה' הפרו תורתיך...
 
(יעצט זיי מדמה מילתא לשאינו מילתא)

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:18

לאנצוט

דו מאכסט שוין ווייטער געשפעט פון זיך אליינס.

רובאשקין אזי געווען א אישו וואס האט יעדן אינטערעסירט, נישט בלויז אפאר סאטמארע געלט גייציגע אינגלעך (והדברים ידועים...).

לאנצוט » 16/5/2012 00:22

עכטער.
איך בין נישט סורפרייזד צו הערן אז די רובאשקין קאמפיין איז געווען א געלט-גייציגע אקציע, וויבאלד נישט דיין פארטיי האט עס אנגעפירט.

אבער דער מציאות איז אז מ'האט געמאכט מערערע אסיפות. עקסטער פאר יעדע געגנט.

פארוואס קען מען דא נישט?

שמעלקאלע » 16/5/2012 00:22

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אז אפאר רובאשקין פאמיליע קומט אן, מאכסטו אן עסק.
אז אפאר פארטוגאל'ס קומען אן מאכסטו אן עסק!!
כ'מיין אז הצלת הדורות איז עומד אויף מצות פדיון שבויים, ווייל גדול המחטיאו יותר מן ההורגו
אין דא רעדט זיך עס פון רוחניות וואס איז פאר גשמיות.
דער מציאות איז אז ס'איז נישט קיין געמישאכץ. איך זעה דא 90 פראצענט חסידישע אידן.
וואס מיינסטו דען?? אז ביים כינוס כלל ישראל גייט נישט זיין קיין 80 פראצענט חסידישע אדער ליטווישע אידן
(לאנצוט, ווארט מיר אויפן בילד פונעם כינוס)

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:23

אבער אין יעדע געגענט זענען די סאטמארער חסידים געווען דער מיעוט קעגן רוב טשופיקעס אא"וו.
פינטל.

לאנצוט » 16/5/2012 00:43

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אבער אין יעדע געגענט זענען די סאטמארער חסידים געווען דער מיעוט קעגן רוב טשופיקעס אא"וו.
פינטל.


מיין פאינט איז, מ'קען מאכן קלענערע אסיפות און עס האט פיין געארבעט, מ'קען דא די זעלבע זאך.
קיינער ווערט נישט מער נתעורר אויב ס'איז דאך אינעם זאל נאך 20 טויזענט ליטאים.

פאר דיין אינפאו: ביים סיום הש"ס איז געפלאנט קרוב צו 100 טויזענט אידן.
אפשר דארף מען דארט אויך אהינגיין.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:44

דו ביזט א ריכטיגער לוזער

פארוואס זאל מען נישט מאכן קיין ריזיגע עצרת, ווען אויך ביי די קליינע ק,מט מען זיך צוזאמען מיט טשופיקעס?

דיין טענה איז דאך געווען די טשופיקס!

לאנצוט » 16/5/2012 01:17

פארוואס זאל מען אריינפירן אלע וויליאמסבורגער אידן אין א סטעדיום מיט אלע טשופיקעס, ווען מקען עס מאכן אין א זאל דאהי.

פרעגסטו אז אויך דאהי קענען קומען טשופקיעס.

ביטע טראכט איבער איידער דו דרוקסט שלח.

חסידנלהב » 16/5/2012 01:38

עכטער
די אמת איז אז ר' אהרוני האט קיינמאל נישט געשטיצט די אסירי יאפאן קאמפעין אדרבא פרעג נאר די עסקנים וואס זענען אריינגעגאנגען צו אים און ער האט זיי געמאכט ללעג ולקלס, פאר די זעלבע סיבה פון מי בראש ואכמ"ל [איך האב געהערט פון איינע פון די ראשי העסקנים לאסירי יאפאן אז כ"ק מהר"יי שליט"א האט אסאך געהאלפען משא"כ ר' ארוני וואס די בחורים זענען זיינע חסידים האט נישט אריינגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער און ווען די עסקנים זענען געקומען צו אים האט ער געענפערט ברוב חכמתו "איך האב שוין געזאגט פאר חיים הערש מייזליש אז אפילו זיי קומען ארויס זאל מען זיי נישט צוריקנעמען אין ישיבה"

עכטער_חסיד » 16/5/2012 01:57

אבער מען האט נישט געהערט פון קיינעם דערקעגן, היתכן מען ברענגט צוזאמען כלל ישראל מכל המינים?

אגב, איבער דעם עצם ענין בנוגע דאס [נישט]שייכות פון מאנראוער רבי'ן צו די אסירי יאפאן איז דא אסאך צו רעדן, אבער דאס דארף זיין אין א באזונדערן אשכול, כדי נישט צו פארדרייען די טעמע דא.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 18:07

געוואלד, א סאטמארער אינגערמאן מיט א טשופניק...

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 16/5/2012 18:13

עכטער,
הרב יודא גרין שליט"א האט אויך א טשופיק, און כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט זיך געטראפן מיט אים פאר יוה"ק.

דזשיגאן » 16/5/2012 18:38

ריפל, פארשטייסט טאקע נישט די נפק"מ צווישען כינוס כלל ישראל און סיום הש"ס ??

סיום הש"ס איז א סיום אויף ש"ס וואס ווערט געלערנט אין די ראמען פון דף היומי, וואס ווערט געפירט דורך די אגודת ישראל.

איך דארף דיר נאך עפעס מסביר זיין ? אויב יא, איז א שאד די צייט.

דזשיגאן » 16/5/2012 18:40

שמאנצעס האט געשריבן: עכטער, הרב יודא גרין שליט"א האט אויך א טשופיק, און כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט זיך געטראפן מיט אים פאר יוה"ק. 

ובכן ???????????????????????????? 

געלעכטער » 16/5/2012 18:44

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עכטער,
הרב יודא גרין שליט"א האט אויך א טשופיק, און כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט זיך געטראפן מיט אים פאר יוה"ק.
‎​
 
מיט איין טשופיק? ר' זלמן לייב גייט זיצן דעם זונטאג מיט טויזענטער טשופיקעס ביינעזאם און מיט א כח האחדות מעורר זיין וועגן דעם שרעקליכן אינטערנעט פראבלעם, אין די זעלבע צייט וועט ר' אהרן זיצן אינדערהיים ביינעזאם מיט משה יעקב שמשון טייטלבוים און אלטר משה גאלדבערגער און מסביר זיין דעם חומר האיסור פון גיין צום כינוס.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 19:08

מיר האבן נישט אויפגעברעגנט דעם פראבלעם


ענק קענען נישט גיין צום כינוס צוליב די טשופיקעס



תוקן על ידי עכטער_חסיד ב- 16/05/2012 19:09:30

לאנצוט » 16/5/2012 19:10

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עכטער,
הרב יודא גרין שליט"א האט אויך א טשופיק, און כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט זיך געטראפן מיט אים פאר יוה"ק.
‎​
 
מיט איין טשופיק? ר' זלמן לייב גייט זיצן דעם זונטאג מיט טויזענטער טשופיקעס ביינעזאם און מיט א כח האחדות מעורר זיין וועגן דעם שרעקליכן אינטערנעט פראבלעם, אין די זעלבע צייט וועט ר' אהרן זיצן אינדערהיים ביינעזאם מיט משה יעקב שמשון טייטלבוים און אלטר משה גאלדבערגער און מסביר זיין דעם חומר האיסור פון גיין צום כינוס.


ווער עס דארף מאכן תשובת המשקל פאר'ן זיצן אויפן בענקל צען יאר. דער דארף גיין. דער וואס האט גערעדט און אלאמירט די גאנצע וועלט האט ב"ה וואס אויפציאווייזן אויף די וועלט און יענע וועלט.

פאינט 2:
מיין רבי וועט אי"ה זיצן אינדערהיים י"ג אב, ביים סיום הש"ס אויך. מנע רגלך מנתיבתם שטייט. גיי נישט וואו דער רבי זי"ע וואלט נישט געגאנגען. שב ואל תעשה.

יוסף90 » 16/5/2012 22:12

דיין ראבי האט געהייסן דעם ציבור חוה"מ פסח תשע"א אריינגיין אין די כלי, דיין רבי איז דער מחריב כלל ישראל.


דיין רבי וואלט גערן געגאנגען צום "סיום הש"ס ווען ער וואלט ווען בראש, ווייל מ'גייט דארט נישט רעדן ענגליש.

לאנצוט » 16/5/2012 22:42

יוסף90.
הערזשע איין:
אז מ'איז מתיר צו גיין אין ציוניסטישן קאורט, איז אלע אייערע קנאות דאס ליצנות אין די שטאט.

יוסף90 » 17/5/2012 18:52

ווער ס'איז געגאנגען אין ציוניסטישן געריכט אן קיין היתר איז יצחק ראזענבערג


און עס איז דא א דאקומענט



וער עס האט גע'מסר'ט ביי ציוניסטישע רעגירונג אן קיין היתר איז דיין רבי



דריטענ'ס אז מ'האט נישט וואס צו ענטפערן אויף דיין רבינ'ס דרשה פון חוה"מ פסח תשע"א ווי ער הייסט דעם ציבור קוקן אים אינטרנעט, פארשרייט מען די אישו אויף ציוניסטישע געריכט

לאנצוט » 17/5/2012 18:57

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער ס'איז געגאנגען אין ציוניסטישן געריכט אן קיין היתר איז יצחק ראזענבערג
יוסף90. א דאנק פאר אריינפארן אין מיין טערעטאריע. 
למעשה זעה איך אבער אז אלע רבנים, אלע הייסן פאר מענדל וואלערשטיין אז ער מוז ארויס פון ערכאות הציוני. פארוואס הייסט מען נישט יצחק ראזענבערג. 

דו טראכסט פאר איין רגע אז איינער גלייבט דיר אן א דאקומענט. 

און עס איז דא א דאקומענט
און איך האב 20 דאקומענט פון אלע רבנים פה אחד הייסן מערערע מאל פאר הרב וואלערשטיין ארויסצוגיין פון ערכאות הציוני.


וער עס האט גע'מסר'ט ביי ציוניסטישע רעגירונג אן קיין היתר איז דיין רבי
אלע רבנים הייסן פאר וואלערשטיין ארויסצוגיין פון קאורט. זענען זיי משוחד?

דריטענ'ס אז מ'האט נישט וואס צו ענטפערן אויף דיין רבינ'ס דרשה פון חוה"מ פסח תשע"א ווי ער הייסט דעם ציבור קוקן אים אינטרנעט, פארשרייט מען די אישו אויף ציוניסטישע געריכט

ער האט געזאגט אז "יעדער" קען זיך איבערצייגן אז ס'האט גערעגנט און אז די ווייצן זענען געווען מצומחות וואס איז אן איסור דאורייתא לויט'ן רשב"א. - און היינט איז נישט ווי מיט 100 יאר צוריק אז מ'קען פארקויפן לאקשן (ווי איר וואלט געוואלט). היינט קען זיך יעדער איבערצייגן. און מ'קען גיין צו די קיאסקן און זיך איבערצייגן ווער עס וויל, ביי די כשר'ע קאמפיוטערס.




יעצט צוריק צו די ערכאות הציוני פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל דורך שלוחו הרב מענדל וואלערשטיין.

יוסף90 » 17/5/2012 19:16

יצחק ראזענבערג איז געגאנגען אין גדעריכט אין ארץ ישראל קעגן יצמחק מרדכי מאשקאוויטש אן קיין היתר, האסט וואס צו ענטפערן אויף דעם, ?


ענטפערט נישט נאר אז יענער איז שייגעץ, איצט רעדט מען פון דיר.

 
די רבנים וואס האבן געהייסן האבן א רעכט צו הייסן, אבער ווער עס האט בגלוי רבנים וואס שטיצן דארף זיך נישט רעכענען מיט רבנים וואס הייסן.
 
 
און דאס וואס איר האט נישט.
 
איסור דאורייתא רשב"א, אלעס פיין און וואויל

אטבער דער רשב"א איז דער וואס שרייבט אז מ'קען נישט זיך שלאגן קעגן אן איסור, מיט מתיר זיין א צוייטע איסור.

לאנצוט » 17/5/2012 19:20

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יצחק ראזענבערג איז געגאנגען אין גדעריכט אין ארץ ישראל קעגן יצמחק מרדכי מאשקאוויטש אן קיין היתר, האסט וואס צו ענטפערן אויף דעם, ?
איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט. איך רעד פון דעם סכסוך אין סאטמאר, האט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל אריינגעטראגן אין ציוניסטישן קאורט.

ענטפערט נישט נאר אז יענער איז שייגעץ, איצט רעדט מען פון דיר.
איך ווייס נישט פון קיין ראזענבערג קעיס.
 
די רבנים וואס האבן געהייסן האבן א רעכט צו הייסן, אבער ווער עס האט בגלוי רבנים וואס שטיצן דארף זיך נישט רעכענען מיט רבנים וואס הייסן.
 ביטע זיי זיך מסביר, ווייל איך בין נישט קלאר אויף וואס דו באציסט זיך.
 
און דאס וואס איר האט נישט.
 
איסור דאורייתא רשב"א, אלעס פיין און וואויל

אטבער דער רשב"א איז דער וואס שרייבט אז מ'קען נישט זיך שלאגן קעגן אן איסור, מיט מתיר זיין א צוייטע איסור.
עס איז דא כשר'ע קאמפיוטער קיאסקן מיט כשר'ע פילטער'ס. און ווער עס וויל מעג זיך קאנעקטן און זיך איבערצייגן אז דער מצב פון די ווייץ איז א שאלה פון חמץ דאורייתא.
--

יוסף90 » 17/5/2012 19:31

יא לאנצוט, פון וואס די וויסט נישט וווסן ווייסטו נישט פון וואס מ'רעדט


די ווילסט נאר רעדן פון וואס דיח ווילסט.


ענטפער מיט וואספארא היתר האט יצחק ראזענבערג געמעגט אריינגיין אין געריכט ביי די ציונים בשם מוסדות יטב לב בארה"ב, קעגן ר' יצחק מרדכי מאשקאוויטש פון בני ברק, ווי האט ער גענומען דאס היתר

יוסף90 » 17/5/2012 19:32

די צווייטע זאך


א בע"ד וואס האט אן היתר בכתב פון בתי דינים צו גיין אין געריכט אדער זיך צו פארטיידיגן אין געריכט, דארף זיף נישט רעכענען מיט א פסק פון אנדערע בתי דינים.


און דאס וואס איר האט נישט איר זיצט אין געריכט אן קיין היתר בי"ד.

יוסף90 » 17/5/2012 19:35

דריטענס.

דיין רבי האט ביי די חוה"מ פסח דרשה נישט גערעדט פון גיין נאכקוקן אין כשר'ע אינטערנעט, ער האט גערעדט בכלייותץ גיין אריינגגין, שנה ולא פירט.


ביי די וויזנער רבינ'ס בריוו קעגן זיינע איידעמער האסטו פארקויפט א לאקשן תורה, אז טאמער איינער שרייבט בכלליות קען מען קיין ראיה דערפון נישט ברענגען אז ער האט געמיינט עפעס ספעציפיש, נו, מה נשתנה איצט?


צווייטענס. דיי רבי אסר'ט כלל אינטערענעט אפילו כשר'ע אזוי דארף עס צו הייסן און דאס איז איינע פון די טעמים, פארוואס ער וויל נישט גיין צו יענעם עצרת הצלת הדורות, אין פון צווייטן זייט ווען עס קומט צו זיינע אינטרעסן הייסט ער אריינגיין אין די כלי

לאנצוט » 17/5/2012 19:49

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דריטענס.

דיין רבי האט ביי די חוה"מ פסח דרשה נישט גערעדט פון גיין נאכקוקן אין כשר'ע אינטערנעט, ער האט גערעדט בכלייותץ גיין אריינגגין, שנה ולא פירט.
אוודאי האט ער גערעדט פון כשר'ע קאמפיוטערס.  פארשטייסט נישט אליין?


ביי די וויזנער רבינ'ס בריוו קעגן זיינע איידעמער האסטו פארקויפט א לאקשן תורה, אז טאמער איינער שרייבט בכלליות קען מען קיין ראיה דערפון נישט ברענגען אז ער האט געמיינט עפעס ספעציפיש, נו, מה נשתנה איצט?

וואס איז דיין פראגע. מ'קען נישט באשולדיגן א מענטש מיט א כלליות'דיגע זאך. חוץ אויב דו פארמאגסט "דירעקטע" באווייזן. נישט כלליות'דיגע. דער בריוו פון וויזניצער רבי רעדט נישט צו א יחיד. ממילא קען מען "גארנישט" ארויסנעמען צו באשולדיגן קיינעם.

צווייטענס. דיי רבי אסר'ט כלל אינטערענעט אפילו כשר'ע אזוי דארף עס צו הייסן און דאס איז איינע פון די טעמים, פארוואס ער וויל נישט גיין צו יענעם עצרת הצלת הדורות, אין פון צווייטן זייט ווען עס קומט צו זיינע אינטרעסן הייסט ער אריינגיין אין די כלי

-ער אסור'ט צו האבן אינטערנעט אינדערהיים. אמת.
האט ער דען דעמאלט געזאגט אז מ'מעג יא האבן אינטערנעט אין שטוב. ער האט געזאגט אז "מ'קען היינט נאכקוקן" און זיך איבערצייגן. ער האט נישט גערעדט בלשון צווי.

יעדע זאך וואס מ'קען נאר, קוקסטו אן קרום ווי די נאכט, אז עס מאכט איינעם לאכן פון דיינע תגובות, בטעות פאלט נישט אריין קיין נארמאלע לאגישע תגובה. פארוואס?

יוסף90 » 17/5/2012 20:03


אוודאי האט ער גערעדט פון כשר'ע קאמפיוטערס.  פארשטייסט נישט אליין?
ניין איך פארשטיי נישט, און די אויך נישט, ער האט נישט גערעדט קיין ווארט פון כשר'ע אינטערנעט, דאס האסטו צוגעלייגט.


וואס איז דיין פראגע. מ'קען נישט באשולדיגן א מענטש מיט א כלליות'דיגע זאך. חוץ אויב דו פארמאגסט "דירעקטע" באווייזן. נישט כלליות'דיגע. דער בריוו פון וויזניצער רבי רעדט נישט צו א יחיד. ממילא קען מען "גארנישט" ארויסנעמען צו באשולדיגן קיינעם.
די האסט דירעקטע באוויזן אז דיין רבי האט ביי יענע דרשה געמיינט ארינגיין נאר אין כשר'ע אינטערנעט?



-ער אסור'ט צו האבן אינטערנעט אינדערהיים. אמת.
האט ער דען דעמאלט געזאגט אז מ'מעג יא האבן אינטערנעט אין שטוב. ער האט געזאגט אז "מ'קען היינט נאכקוקן" און זיך איבערצייגן. ער האט נישט גערעדט בלשון צווי.
ער האט נישט געזאגט נאר אז מ'קען היינט נאכקוקן, ער האט באשטעלט, איך בעט יעדער זאל גיין נאכקוקן, נו,אויב ער אסר'ט בכלל אינטערנעט, און ער איז עס מתיר נאר כשר'ע אויך נאר לצורך די ארבעט, ווי קען עיר בעטן יעדן איינעם אז מ'זאל גיין קוקן אינטערנעט, לאמיר זאגן אפילו לשיטתך כשר'ע.




פארוואס ענטפערסטו נישט אויף די אנדערע צווי זאאכן


ווייל די האסט נישט וואס צו ענטפערן?

לאנצוט » 17/5/2012 20:09

יוסף90.

דארפסט נישט מאכן גרויסע אותיות ווייל עס מאכט נישט דיין ארגומענט קיין טראפ שטערקער.

צו באשולדיגן א מענטש, קען מען נישט קומען מיט קיין כלליות'דיגע "דזשענעראל" סטעיטמענטס. מ'דארף האבן "דירעקטע" באשולדיגונגען. וויפיל מאל דארף איך עס דיר איבערזאגן.

יעצט סאטמארער רבי האט געזאגט אז מ'קען נאכקוקן אויף די כלי, און אז ס'איז דא כשר'ע האט ער זיכער דאס געמיינט. חוץ אויב דו האסט "קראנטע באווייזן" אז ער האט נישט דאס געמיינט.

באשולדיגן אדער אטאקירן קענסטו נאר ווען דו האסט "ספעציפישע" באווייזן.

דאס פארמאגסטו נישט.

יוסף90 » 17/5/2012 20:15

און אז ס'איז דא כשר'ע האט ער זיכער דאס געמיינט



פון ווי ווייסטו אז ער האט זיכער דאס געמיינט?

יוסף90 » 17/5/2012 20:15

און פארוואס ענטפערסטו אויף די אנדערע צווי פוינט'ס


פון יצחק ראזענבערג'ס ערכאות?

לאנצוט » 17/5/2012 20:40

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און אז ס'איז דא כשר'ע האט ער זיכער דאס געמיינט



פון ווי ווייסטו אז ער האט זיכער דאס געמיינט?
אז מקען גיין גראד גייט מען נישט קרום.

יוסף90 » 18/5/2012 05:20

אויבב אזוי קענסטו נישט דיין רבי'ן


ער אויס יוסל וואלדמאן'ס טעיפ'ס און די זאפטיגע שמועסן מיט דיין רבי'ן און מיט תלי גראס'נען, און דערנאך זאג מיר ווער גייט גראד און ווער גיין קרום




און וואס איז מיט יצחק ראזענבערג פארוואס האט ער געמעגט גיין אין ערכאות ביי די ציונים?


ווי איז געווען דיין רבי דאן?

לעכעריג » 18/5/2012 20:37

לאנצעט
לויט ווי איך געדענק איז עס געווען נאך פארן אפילו איינמאל אויפברענגן די געדאנק וועגן די כשרע קיאסק

און אפילו ווען נישט אז ער האט שוין יא גערעדט פארן עולם אז מען זאל קוקן אויפן כלי און אז מען קען זיך עס אליין איבערצייגן  וואלט ער עכ"פ געדארפט צולייגן א ווארענונג, היות עס וועלן זיך מאכן מענטשן וואס זענען נייגעריג צו זעען ווואספארא שקצים בראדוועי מצות זענען, זאלן זיי ח"ו נישט נכשל ווערן מיטן נישט געפילטערטען כלי

 די אויספיר לאז איך פאר דיר בפה מפיק לשונך !!