היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » סידור קידושין אין קרית יואל און דער כינוס

סידור קידושין אין קרית יואל און דער כינוס

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959120

עכטער_חסיד » 15/5/2012 21:34

די אהרונים זענען פלוצלינג געווארן פייערדיגע אנהענגער פון כ"ק הגה"צ אבדק"ק שאפראן שליט"א וועלכער האט געזאגט זיין דעת תורה קעגן דעם כינוס. זיי זענען ביזי אז דער שאפראנער רב שליט"א פון די חשוב'ע תלמידים פון רביה"ק זי"ע האלט פונקט ווי זייער רבי אז מען טאר נישט גיין צום כינוס.

וויל איך זיי פרעגן: גייט מען יעצט אראפנעמען די חרמות וקונמות קעגן שאפראנער רב שליט"א פאר זיין מסדר קידושין זיין אין קרית יואל שלא ברשות ה[געוועזענער] מרא דאתרא?

לאנצוט » 15/5/2012 22:36

עכטער
שטארק איבערגעטריבן.
איך האלט נישט אז איין ארוני גייט יעצט דאווענען אין שאפראן, אדער אריינלייגן זיינע קינדער אין שאפראן.

איך האלט אויך נישט אז איין ארוני האלט דעם שאפראנער פאר א קלענערע שונא פאר ר' אהרן. ער איז פערצופאל נישט אזא היפאקריט ווי זיין מחותן, וואס וועט פאר פאליטיק טרעטן אויפן ויואל משה.

אבער ביז'ן טאנצן מה יפית מיט אים, איז דענק איך איז פאלג מיך א גאנג.

אינטער_חכם » 15/5/2012 22:39

לאנצוט קיינער רעדט נישט פון אריינלייגן קינדער אין שאפראן, אבער לייקן נישט אז די ארוינימלעך זענען אים ביזי פאמפן יעצט!

לאנצוט » 15/5/2012 22:41

אינטער_חכם.
איבערגעטריבן.

קיינער פאמפט נישט דעם שאפראנער. מ'פאמפעט אז ס'איז א רייבעריי צווישן די תלמידי רבינו רייען.

איך האב עס פריער מגדיר געווען, און קענסט לייענען דא נאכאמאל:
דער שאפראנער איז פערצופאל יעצט נישט אזא היפאקריט ווי זיין מחותן, וואס וועט פאר פאליטיק טרעטן אויפן ויואל משה.


עכטער_חסיד » 15/5/2012 22:43

האסט א גרויסן טעות

א היפאקריט איז דיין רבי, אין א צייט וואס ער האט קיין שום פראבלעם נישט צו מאכן שלום מיט אלע שונאים פון זיין הייליגן פעטער און טאטן, און דא ווען עס האנדעלט זיך אין המלת הדורות ווערט ער מיר א פרומער!

דאס מיינט א היפאקריט!

אישור » 15/5/2012 22:46

דאס האב איך געשריבן נעכטן

איך פארשטיי נישט די פארגלייך אנטשולדיגט ביטע

אז א רבי טרעפט זיך מיט א אגעדיסט האט גארנישט פאסירט

אבער אז דער גאנצער עולם גייט אויף א כינוס וואס ווערט געפירט דורך אלע קרייזן אינאיינעם

דאס איז א אפיציעלע צוזאמענשטעל פון כלל ישראל

ריפל » 15/5/2012 22:47

און ווי אזוי פינקטליך גייט מען ראטעווען די דורות ביי די אסיפה?

לאנצוט » 15/5/2012 22:50

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
האסט א גרויסן טעות

א היפאקריט איז דיין רבי, אין א צייט וואס ער האט קיין שום פראבלעם נישט צו מאכן שלום מיט אלע שונאים פון זיין הייליגן פעטער און טאטן, און דא ווען עס האנדעלט זיך אין המלת הדורות ווערט ער מיר א פרומער!

דאס מיינט א היפאקריט!


הצלת הדורות קען מען מאכן אין וויליאמסבורג פינקט אזוי.

עכטער_חסיד » 15/5/2012 22:51

עס איז א חילוק ווען מען טרעפט זיך מיט אן אגודיסט וואס האט נישט געפירט דירעקט א מערכה קעגן רבין זי"ע.

למשל גור, האט קיינמאל נישט געפירט קיין דירעקטע מערכה קעגן רבין. זיי זענען אגודה פון אנהויב אָן, און דאס אזי געווען זייער דרך. אודאי, זיי האבן נישט געפאלגט דעם רבינס איסור קעגן די בחירות אבער נישט ווייל זיי האבן עס געוואלט אפווישן, נאר ווייל זייער מנהיג האט אזוי געהאלטן.

דער בעלזער האט זיך ארויסגעשטעלט מיט אן אויסערגעווענליכע חוצפה ועזות קעגן רביה"ק זי"ע ולמעלה בקודש קעגן דעם גאנצן דרך ההתבדלות און געטאן אלע פעולות דאס צו בארעכטיגן ווייל ער האט קלאר געוואוסט די שטעלונג פון די מנהיגי בעלז אין דער פארגאנגענהייט (אזוי ווייט אז דער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט, אז ווען ער זאל זאגן גענוי וואס מרן הגה"ק מהרי"ד זי"ע האט געזאגט קעגן די אגודה וואלט מען אים פארשטיינערט) צו ציונות און אגודת ישראל.

און דער בעלזער האט קיינמאל זיך נישט אויפגעשטעלט צוריקציען פון זיינע ווערטער, נאר אדרבה, ער פירט נאך היינט א מערכה קעגן יהדות החרדית אין ירושלים מיט שוידערליכע מסירות וכדומה.

טא, דאס טרעפן זיך מיט אזא מנהיג מיינט קלאר אז עס ווערט א נאענטקייט!

עכטער_חסיד » 15/5/2012 22:52

אדרבה, וויאזוי קען מען עס מאכן אין וומס"ב? ווען דער סאטמארער רבי זאל עס פאררופן וואלט דאך דיין רבי עס באיקאטירט, ניין?

אישור » 15/5/2012 22:53

אי משום חוצפה איז געווען א ריכטיגער מעמד פיוס

בלי שום חולק


איך שיהיה איז נישט דאס די נידון דא

נאר דאס צושטעלן דעם ענין פון באזוכן רביים

ביזן ענין פון גיין אויף א כינוס וואס ווערט געפירט דורך אלע סארט קרייזן אינאיינעם

איז א נארישע גזירה שוה

לאנצוט » 15/5/2012 23:01

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אדרבה, וויאזוי קען מען עס מאכן אין וומס"ב? ווען דער סאטמארער רבי זאל עס פאררופן וואלט דאך דיין רבי עס באיקאטירט, ניין?


איך האלט אז מ'קען יא מאכן א גרויסע מעמד און ביידע סאטמארע רבי'ס זאלן דארט זיין.

און לאמיר זאגן אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל וועט נישט וועלן צושטיילן איז אויך נישט עק וועלט.
זאל יעדע קהלה מאכן עקסטער. וואס האב איך דערפון אז א סקווערער איד איז די נעקסטע רייע פון מיר.
עס איז מיר גארנישט מער מחייב.

ריפל » 15/5/2012 23:02

אין מיין סידור שטייט ותלמיד תורה כנגד כולם, לערנען די הייליגע תורה איז מער חשובע'ר און הייליגער פון אלעם, אין זוהר הקדוש שטייט והאור שבו מחזירה למוטב. אז אויב פאר די סכנה פון אינטערנעט קען מען גייט מיט אגודה, מזרחי און סתם אויסווארפן (אגב, "קיינער" האט מיר נישט מסביר געווען וואס גייט מען אויפטוהן דארט?), פארוואס קען מען נישט פאר די גרויסע זאך ווי לערנען די הייליגע תורה גיין צום סיום הש"ס? די תורה איז עפעס אזוי מונח בקרן זוית?

ווארט נאר ווארט, ווי נאר דער נאווימינסקער גייט קומען צו הגז"ל אז ער אריינקומען מיט זיין נייע שומרים-לעלו עס. יו. ווי אינעם זאל מיט אלע בליצערס אנגעצינדען צום סיום הש"ס, קומט ער צו לויפן אויף אלע פיר אזוי ווי צום כינוס 

עכטער_חסיד » 15/5/2012 23:42

לאנצוט

וועמעןווילסטו פארקויפן לאקשן תורות אז דיין רבי גייט זיך צוזאמענזעצן מיט'ן סאטמארער רבין?

ער שרייבט נישט אונטער קיין קול קורא'ס ווייל ער וויל נישט זיין אינאיינעם מיט זיין ברודער.

אזא פנים האבן דיינע געסעקסן.

עכטער_חסיד » 15/5/2012 23:42

אישור

מעמד פיוס איז געווען א פערזענליכע.

דאס וואס ער האט געזאגט ברבים דארף עס צוריקציען ברבים!

אישור » 15/5/2012 23:45

בעפארן פיוס האט איר דאס נישט געזאגט



ווען ער וואלט איבערגעבעטן ברבים

וואלט איר געזאגט אז ער ברויך גיין צום ציון

זאלי200 » 15/5/2012 23:48

איך האב געזאגט פון אנפאנג אהן נאו וואן קערס וואט די פורצי גדר:
שמחה ישראל בלום און הערשל מייזליש זאגן ווייל זיי זענען סייווי אין חרם לויטן רמב"ם,
און מאי טעמא איז חזקאל גאלד'ס הכשר אויך אפגעפרעגט און מהאי טעמא גופא איז זאלי אויך נישט כשר צו מנין

די ארוינים ווילן נאר וויסן אז אלע דייני זאלי האלטן אז די רבי וואלט ווען נישט געלאזט גיין צו אזא כינוס

עכטער_חסיד » 15/5/2012 23:55

אישור.

איך האלט נישט אז ער האט נשיט געמוזט מפייס זיין ביים ציון הק'.

דאס איז אבער נאר דער חלק וואס ער האט פוגע געווען בכבודו הק'.

אבער ער האט געטון א מעשה ברבים מיטן וועלן אפשוואכן דעם כח הקדושה אין ירושלים עיה", מוז ער טאן א תשובות המשקל ברבים. 

עכטער_חסיד » 15/5/2012 23:57

דער חילוק צווישן סאטמארער חסידים און די אהרונים איז:

ביי די אהרונים זענען די רבנים אפגעפרעגט, ווייל זיי האבן געזאגט זייער דעת תורה.

ביי סאטמארער חסידים זענען די רבנים נישט אפגעפרעגט, טראצדעם וואס זיי האבן געזאגט זייער דעת תורה!

לאנצוט » 16/5/2012 00:02

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט

וועמעןווילסטו פארקויפן לאקשן תורות אז דיין רבי גייט זיך צוזאמענזעצן מיט'ן סאטמארער רבין?

ער שרייבט נישט אונטער קיין קול קורא'ס ווייל ער וויל נישט זיין אינאיינעם מיט זיין ברודער.

אזא פנים האבן דיינע געסעקסן.


עכטער. יעצט האב איך א שאך-מאט.
ביי די אישו פון מציצה בפה, איז כ"ק אדמו"ר מהר"א געקומען צו זיצונג אין סיטי האול מיט אלע אנדערע רבנים.
אבער עפעס א פאני זאך האט פאסירט... דו ווייסט אפשר וואס?
-
כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א איז אויך געקומען אויפטאן פאר מציצה בפה. אבער ווי נאר ער האט געזען אז זיין עלטערע ברידער איז דארט... האט ער געמאכט א "ברכו" בשם ומלכות (ברחו) און אנטלאפן פון דארט. און אוועקגעווארפן די מצוה פון מצוה בפה פאר פאליטיק.

יעצט זאג מיר ביי וועלכן ברידער איז  פאליטיק העכער די תורה?

ביי מיר הייסט דאס שאך-מאט.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:06

אמת, ער האט אים נישט געקענט קוקן אים פנים, ווען אין יענע טעג האט ער געשיקט פאר זיין אלטן טאטן א סאמענס אין קאורט



תוקן על ידי עכטער_חסיד ב- 16/05/2012 00:19:49

געלעכטער » 16/5/2012 00:17

אישור כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אי משום חוצפה איז געווען א ריכטיגער מעמד פיוס

בלי שום חולק


איך שיהיה איז נישט דאס די נידון דא

נאר דאס צושטעלן דעם ענין פון באזוכן רביים

ביזן ענין פון גיין אויף א כינוס וואס ווערט געפירט דורך אלע סארט קרייזן אינאיינעם

איז א נארישע גזירה שוה
‎​
 
לאמיר צוריקמישן דאס בלעטעלע מיט אפאר יאר, און רעדן פון דעם "עצרת המיליון" ארענדזשירט דורך חה"כ מנחם פרוש. דאכט זיך אז פאר דיר אלס תושב בית שמש (...) דארף איך נישט מסביר זיין אז די גרעסטע לוחמים פאר התבדלות זענען די עדה החרדית אין ירושלים. און דער סיבה איז פשוט, וויבאלד דארט וואוינט מען אינאיינעם, מ'לעבט אינאיינעם, אויטאמאטיש דארף יעדע שמעק פון התחברות פארדאמט ווערן אויפן שארפסטן אופן. ‎​
 
הכלל דעמאלס ביים עצרת איז אויך געווען א שטארקע פארגלעגענהייט ביי די חברי בד"ץ עדה החרדית צי מ'זאל גיין צו נישט. עס איז למעשה געבליבן אז מ'גייט ווייל עס איז א אידישקייט זאך וואס יעדער האט די זעלבע אינטערעסע דערצו, ממילא גילט נישטא קיין התחברות. ‎​
 
אפשר זענט איר מיר מסביר די נפק"מ פון דעם עצרת המיליון, ווי מ'האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט א חבר כנסת המינים ביז דעם יעצטיגן כינוס פאררופן דורך להבדיל אזא ערליכער איד ווי דער סקולענער רבי שליט"א, וואס נניח אפילו אז ער איז נישט 100 פראצענט מיט די שיטה, (וואס איז גראדע אויך א נארישער שקר פון שמואל שלמה טעללער, אבער דאס איז נישט מיין פוינט דא) אבער כלל ישראל וויל זיך דאך פאראייניגן אויף איין ציהל, לוחם צו זיין קעגן דעם שרעקליכן גזירת השמד, דער אונטערנעט.

לאנצוט » 16/5/2012 00:19

מ'איז דן איבער א גזירה נוראה איבער כלל ישראל וואס איז נוגע יעדן איד, און ער איז ביזי מיט פאליטיק.
קומסטו מיט א תירוץ פון די פעמילי קאורט. (פאליטיק).

איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול: אבער דזשאסט צו ענטפערן דיין געמויזעכץ:
מ'האט קיינעמ'ס טאט נישט גערופן אין קאורט. מ'האט אים פשוט געוואלט ראטעווען פון די אנשי דלא מעלי.
זיין טאטע האט נישט געמוזט אראפגיין. ס'וואלט גארנישט פאסירט. די לאקשן פארקויף ביטע פאר אנדערע.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:22

שוין ווייטער לאנצוט מיט זיינע געבעקסן

אויפן סאמענס שטייט בערך (אין ענגליש): אויב איר אדער אייער פארשטייער קומט נישט אראפ אין קאורט ענטפערן די קלאגע, קענט איר אויסשטיין לעגאלע פראבלעמען (איך וועל עס אפירזוכן).

עס אזי קיין חילוק נישט צי ער וואלט געדארפט פעראזענךיך אראפגיין צי נישט: דאס עצם קלאגן א טאטן איז א זאך וואס אפילו עשו האט נישט געטאן פאר יצחק אבינו!

לאנצוט » 16/5/2012 00:27

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שוין ווייטער לאנצוט מיט זיינע געבעקסן
איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול.
אויפן סאמענס שטייט בערך (אין ענגליש): אויב איר אדער אייער פארשטייער קומט נישט אראפ אין קאורט ענטפערן די קלאגע, קענט איר אויסשטיין לעגאלע פראבלעמען (איך וועל עס אפירזוכן).
שקר. קיין שום לעגאלע פראבעלעמען. איין פראבלעם וואלט געווען פאר ר' משה פריעדמאן, אז מ'וואלט אריינגעשטעלט אנדערע  מענטשן. מ'האט בסך הכל גע'טענה'ט אז דער ברך  משה איז שוין ליידער נישט געזונט, און ווער נישט גוט קעיר-גענומען. קיין שום קלאגע.

די לאקשן פאסט פאר ר' נחום ראזענבערג.

עס אזי קיין חילוק נישט צי ער וואלט געדארפט פעראזענךיך אראפגיין צי נישט: דאס עצם קלאגן א טאטן איז א זאך וואס אפילו עשו האט נישט געטאן פאר יצחק אבינו!
ליידער דא האט מען דעם טאטן שרעקליך מבזה געועון און געפייניגט. מ'האט געטאן א מצוה אים צו ראטעווען.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:43

לאנצוט

וואס מיינט דאס? דאס איז א הזמנה צו כ"א כסלו...

[בילד – נישט אפגעהיט]

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:47

דא האסטו נאך

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 16/5/2012 01:14

אוי...  מסירה נוראה רח"ל.
מ'האט געוואלט אריינלייגן דעם שייגעץ הירצקא צוויבל אינעם הויז פון ברך משה... שומו שמים !

דאס איז עכט מסירה. עכט גערופן דעם ברך  משה אין קאורט מיט שלשלות של ברזל, ווי עס האט אים געדרויעט סיביר.

הער אויף מיט די לאקשן. עס איז געווען א פארזוך צו ראטעווען דעם אלטן צדיק דעם ברך משה. אויב ער וואלט נישט געגאנגען אין קאורט וואלט גארנישט פאסירט. מ'וואלט אריינגעשטעלט נארמאלע מענטשן.

אפשר איז דאס ערגער ווי מציצה בפה.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:02

ווען דיינע קינדער וועלן עס טון פאר דיר וועט עס באמת זיחין א שיינע זאך. אזוי האלסטו דאך.

אין דעם צעטל שטייט קלאר אז דער רבי מוז רעספאנדן

לאנצוט » 16/5/2012 02:13

איך וויל נישט אז מיינע קינדער זאלן זיך משתלט זיין אויף מיר און מיך מאכן ללעג ולקלס. איך וויל אפילו נישט טראכטן דערפון.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:15

זאלסטו טאקע זוכן אן אנדערן רבין