מאך דיך נישט נאריש
דו ווייסט גאנץ גוט אז דיין רבי האט קיין פראבלעם מיט מאכן א טשאלענט פון כלל ישראל, אדרבה ער וויל מאכן א טשאלענט אלעס ווייל ער איז נישט דער איינציגסטער מנהיג אין סאטמאר. טאקע פאר דעם איז ער געלאפן אויף אלע פיר קיין נתני' צום קלויזענבורגער, בעת דער קלויזנבורגער איז קיינמאל נישט געווען ביי אים אין ניו יארק פאר דעם טראצדעם וואס יענער איז שוין מערערע מאל געווען דאהי.
דאס זעלבע מיטן בעלזער, האט בעלז זיך אויסגענומען אז ערשט מוז דיין רבי קומען באזוכן, ערשט נאכדעם וועט ער צוריקגיין. און איך דארף דיר נישט זאגן וואסערע כבוד ער האט געהאט אין בעלז, אז לויט ווי די בילדער זאגן איז ער געזעסן ווי א חסיד צום בעלזער. דערצו האט קיין איינעם פון זיינע גבאים נישט געקענט שטיין אונטער אים ווי עס פירט זיך ביי אלע רבישע באזוכן.
און די סיבה פארוואס דיין רבי האט נישט געהאלטן ביים אנשליסן זיך איז נישט געווען ווייל ער האט באמת נישט געוואלט, ער האט געהאלטן אז זיין ברודער וועט זיך נישט צושטעלן און ער האט געוואלט פראווען מעשי קנאות. ווי דער ווינער רב שליט"א דערציילט האט דיין רבי זיך אויפגעפירט ווי א פשוטער בעיבי בעת יענער באזוך. ער האט נישט געקענט אפענטפערן דעם ווינער רב'ס טענות.
צום שלוס: דיין רבי האט געמיינט צו שפילן פאליטיק זיך אהערצושטעלן אלס א קנאי, אבער איז אריינגעפאלן אין גרוב אריין. דאס אז זיין ברודער איז געזעסן במשך פון עטליכע טעג מיט הרבנים הגאונים הצדיקים הראב"ד וחברי הביד"צ ד'סאטמאר שליט"א דן צו זיין בכובד ראש וואס מען דארף טאן אין אזא גורלדיגע צייט ווען עס פלאקערט די יצרא דאינטערנעט וואס איז מכלה מנפש ועד בשר, האט ער נישט געוואוסט.