נאך די דעקלעראציע פון סגן ראש הקהל הרה"ח ר' שאול שליט"א אז אויב רעבארן וועט נישט אינטערשרייבן שטרי ברורין און ער וועט ממשיך זיין מיט די ערכאות של עכו"ם וועט קהל זיך שטעלן אויך אויף די ווייסע שול, וואונדערט מיר אזוי: איך האלט נישט אז קהל וועט קענען ארויסשטעלן רעבארן פון ביהמ"ד ווייל ער איז א מחזיק און די געריכטן מישן זיך נישט ווער ס'איז בעל הבית צווישן הרה"ח ר' יעקב כהנא און דעם מסור הידוע לשימצה בערל פריעדמאן שר"י. (לשיטת האהרוינים, לויט ווי איך גלייב האט הרה"ח ר' יעקב א אויבערהאנט אלס סטאטוס קווא) לאמיר רעדן לשיטתם אז דער מסור און עבריין בערל פריעדמאן שר"י קען אפהאלטן קהל פון ארויסשטעלן רעבארן, וואס טוט זיך אבער מיט בית רבינו? וועט קהל קענען שטעלן א וויטאו אז בית רבינו קען נישט בלייבן פארשפארט?
לשיטת האהרוינים קען יעדער טון וואס ער וויל און גם לי גם לך לא יהיה, זיי אליינס ווייסן אז איינציגער בעל הבית זענען זיי זעכער נישט. וועלן אונזערע ראשי הקהלה קומען צו הילף פאר די אהרוינים אדער וועלן זיי זאגן ענק האבן קיינמאל נישט געפירט אונזערע מערכות און מיר וועלן נישט פירן ענקערע?