היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מסירה קעגן קעמפס פון חסידי ר' אהרן ארויסגעשליידערט!

מסירה קעגן קעמפס פון חסידי ר' אהרן ארויסגעשליידערט!

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2958944

פריש » 14/5/2012 21:55

נאכדעם וואס די שטאטישע טעטעס האבן נאכגעגעבן דעם פארמיט צו עפענען די קעמפס טראץ די פארביסענע מערכה וואס די אהרוינים האבן געפירט די קעמפס זאלן בלייבן פארמאכט, האבן די אהרוינים זיך געוואנדן צו ערכאות של עכו"ם און געבעטן דעם שופט אז ער זאל אפהאלטן דאס עפענען די קעמפס.

דער שופט האט אין די מינוטן אפגעווארפן זייער פארלאנג.


תוקן על ידי המהדרין ב- 14/05/2012 21:56:20

לאנצוט » 14/5/2012 21:56

אלטע נייעס. נישט געווען קיין טשענס.

פריש » 14/5/2012 21:57

יא לאנצעס, הדא הוא דכתיב: מיטן קאפ אין וואנט אריין

המהדרין » 14/5/2012 22:00

*באלאנד*

העברת פי ה' והוא לא תצלח: שופט דינייט TRO אויף קעמפס!

דאס לעצט פארבליבענע טראפל לופט וואס איז נאך געבליבן אין די אהרונישע באלונען אז מ'גייט פארכאפן די קעמפס איז אין די מינוטן צורינען ווי א זייפן בלאז נאך וואס דער שופט האט ארויסגעווארפן זייער פרישע קלאגע פאר א עמערדזשענסי רעסטרעיניג ארדער, TRO, אז די קאונטי זאל נישט טארן געבן די פערמיטן צו עפענען די קעמפס. ‎​

דער שופט האט געגעבן פרישטע דאטומען ווען ביידע צדדים דארפן אריינגעבן פאפירן. ‎​

כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים!

1satmar » 14/5/2012 22:06

בס"ד האבן די ארוינים נאכאמאל געכאפט א שרעקדיגע מפלה
דער שופט האט דינייד - אפגעווארפן זייער מאשין פאר א TRO דאס מיינט,
א טעמפארערי רעסטרעינינג - צוריק האלט ארדער
און די קעמפס פערמיטס וועלין ווייטער געגעבן ווערן
פאר הרה"ג ר' דוד ראזנבערג כדאי צו עפענען די קעמפס ווי אלע יארן
תחת נשיאות רבינו מהרי"י שליט"א
מען דארף נאר אפענפערן זייערע פאפירן וואס וועט זיך אדורך שלעפן ביזן האלבן זוממער און נאך אפאר יאר 

דער שופט ווייסט גאנץ גיט אז עס איז בלויז א פאלשע קלאגע
אבער ע"פ געזעץ מיז יעדער שופט אננעמען יעדע קלאגע
אפילו די גרעסטע שטותים און לאזן דורך גיין דעם סיסטעם וד"ל
יעדער פארשטייט דאס! נאר עס איז א ווייטאג וויפל אידיש געלט,
און חילול ש"ש וועט דאס אפקאסטן



תוקן על ידי 1satmar ב- 14/05/2012 22:19:23

אישור » 14/5/2012 22:09

די עצם קלאגע

האט ער אנגענומען ?

oאטמארער » 14/5/2012 22:13

לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי

חמץ_גמור » 14/5/2012 22:21

.

תוקן על ידי חמץ_גמור ב- 14/05/2012 22:22:04

פריש » 14/5/2012 22:32

אישור כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די עצם קלאגע

האט ער אנגענומען ?


ניין

ער האט געגעבן פאר אונזער צד 2 וואכן אפצוענטפערן פארוואס ער זאל בכלל נישט אנעמען דעם קלאגע
דערנאך באקומען די מוסרים 2 וואכן צו ענטפערן אויף אונזערע פאפיר און מסביר זיין פארוואס דער שופט זאל'ס יא אנעמען

דערנאך מאכט דער שופט א החלטה צו ער גייט בכלל אויסהערן די קלאגע.

רב_הסוער » 14/5/2012 23:11

איך ווייס נישט ווי דא קומט אריין "מסירה",
פארוואס נישט רציחה, גלוי עריות
אז ס'שוין יא "מסירה" זענט איר דאך די וואס האבן אנגעהויבן די שרעקעדיגע מסירה,
ווען עטס האטס "געמסרט" די קעמפס ביים גיין צום ערשטן מאל צו דעם זעלבן דשאדש צו ארויסשווינדלן די קעמפס פון די בעלי בתים,
יעצט עסט די פירות פון ענקער "מסירה"

געלעכטער » 14/5/2012 23:16

גע'מסר'ט וועם?

רב_הסוער » 14/5/2012 23:17

איך פרעג די זעלבע פראגע

אישור » 14/5/2012 23:20

אה פריש

פון אייער קעפל האט מיר אויסגעזעהן

אז ער האט שוין ארויסגעווארפן די קלאגע



ווי לאנג דארף נעמען דער פסק דין ?

געלעכטער » 14/5/2012 23:22

ער האט ארויסגעווארפן די היינטיגע פארלאנג פון די אהרונים פאר א עמערדזשענסי TRO, און ער וועט פסק'ן וועגן די קעמפס סוף זומער בערך, נאך וואס מיר האבן אפיעלט זיין פאריגן פסק וועגן די דיעד'ס. ‎​
 
אגב, איז אינטערעסאנט אז א בית שמש איד'ל קען אזוי גוט אלע ענגלישע ווערטער און טערמינען. זעט אויס אז ער לערנט אין פאפענהיים'ס מכללה וואו מ'לערנט לשון העמים רח"ל (ר' אהרן אייכה?!..)

עכטער_חסיד » 14/5/2012 23:23

דער עצם זאך אז ער האט נישט איינגעזען פאר וויכטיג צו געבן א tro און אלעס קען ווייטער אנגיין, ווייזט וויפיל ערנסטקייט דער שופט זעט אינעם קעיס

אישור » 14/5/2012 23:27

געלעכטער

איר מיינט דאהי איז נישטא קיין בית משפט ?

וואס איז די פראגע

רב_הסוער » 14/5/2012 23:31

עכטער, איך וויל חלילה נישט אנטמוטיגן דיין האפענונג, אבער לידיעתך א TRO איז גאר גאר זעלטענע זאך וואס א דשאדש גיבט נאך ביים ערשטן מאל בעטן
נאר ביי גאר עקסטרעמע פעלער למשל ביי קרימינאלע קעיסעס ווען א מענטש איז א רודף וכדומה,
מאך אביסל א קליינע סערטש אויף גוגל וועט איר זיך איבערצייגן

עכטער_חסיד » 14/5/2012 23:33

דאס מיינט צו זאגן, אז ווען ענק האבן ארויסדערווישט דעם tro ביים ערשטן שופט אין די קהל יטב לב קעיס, איז עס געווען אומלעגאל

פיין געזאגט

לאנצוט » 14/5/2012 23:58

האט ער געזאגט אומלעגאל. ער האט געזאגט זעלטן.

חמץ_גמור » 14/5/2012 23:59

ביים איהם מיינט דאס אומלעגאל

לאנצוט » 15/5/2012 00:07

חמץ
האסט געענטפערט שלא מן הענין.

חמץ_גמור » 15/5/2012 00:17

וואס זאל איך טוהן אז ער נוצט שטענדיג דאס ווארט זעלטן אויף אומלעגאל. קוק נאך זיינע תגובות. 

רב_הסוער » 15/5/2012 00:34

אביי הוה מסדר סדר המערכה משמא דגמרא ואלבא דאבא שאול, מערכה גדולה קודמת למערכה שניה של קטרת. ומערכה שניה של קטרת קודמת לסדור שני גזרי עצים. וסדור שני גזרי עצים קודם לדשון מזבח הפנימי. ודשון מזבח הפנימי קודם להטבת חמש נרות. והטבת חמש נרות קודמת לדם התמיד. ודם התמיד קודם להטבת שתי נרות. והטבת שתי נרות קודמת לקטרת. וקטרת קודמת לאברים. ואברים למנחה. ומנחה לחבתין. וחבתץ לנסכץ. ונסכין למוםפין. ומוספין לבזיכין. ובזיכין קודמין לתמיד של בין הערבים. שנאמר וערך עליה העולה והקטיר עליה חלבי השלמים עליה השלם כל הקרבנות כלם

נישטאמת » 15/5/2012 00:35

רב_הסוער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אביי הוה מסדר סדר המערכה משמא דגמרא ואלבא דאבא שאול, מערכה גדולה קודמת למערכה שניה של קטרת. ומערכה שניה של קטרת קודמת לסדור שני גזרי עצים. וסדור שני גזרי עצים קודם לדשון מזבח הפנימי. ודשון מזבח הפנימי קודם להטבת חמש נרות. והטבת חמש נרות קודמת לדם התמיד. ודם התמיד קודם להטבת שתי נרות. והטבת שתי נרות קודמת לקטרת. וקטרת קודמת לאברים. ואברים למנחה. ומנחה לחבתין. וחבתץ לנסכץ. ונסכין למוםפין. ומוספין לבזיכין. ובזיכין קודמין לתמיד של בין הערבים. שנאמר וערך עליה העולה והקטיר עליה חלבי השלמים עליה השלם כל הקרבנות כלם

 .......................

יוסף90 » 15/5/2012 01:06

העכסט אונטערסאנט לאנצו"ט טוט וויי אז מ'ענטפערט שלא מן הענין.

לאנצוט » 15/5/2012 01:35

חמץ איז מודה אז ס'איז שלא מן הענין. ער זאגט נאר איז אומלעגאל מיט זעלטן איז די זעלבע.
דו פארשטייסט דעם תירוץ?

חמץ_גמור » 15/5/2012 01:37

איך זאג? סוער זאגט.

יוסף90 » 15/5/2012 02:13

לאנצו"ט שרייבט פריער אז די קאורט היינט איז געווען א דזשאוק שבדזשאוק


נו, פארוואס אטיז מען אריין?

לאנצוט » 15/5/2012 02:24

ווייל מ'פראבירט אלעס. און איך האלט אז זיי זענען גערעכט, אפילו די שאנסן זענען שוואך.

יוסף90 » 15/5/2012 02:25

אה, מקאיז לכתחילה געגאנגען מאכן א דזשאוק שבדזשאוק.

איך פארשטיי.

איך מיין אז דיין טיפשות גרייכט איבער דיין רבינ'ס טיפשות.

לאנצוט » 15/5/2012 03:02

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אה, מקאיז לכתחילה געגאנגען מאכן א דזשאוק שבדזשאוק.

איך פארשטיי.

איך מיין אז דיין טיפשות גרייכט איבער דיין רבינ'ס טיפשות.



האסט נאך נישט געהערט אזוינס אז מ'גייט אין קאורט אפילו די שאנסן זענען שוואך. ווייל מפראובירט אלע וועגן צוריקצובאקומען די גניבה. וואס איז דא שווער צו פארשטיין.

זענען דען די זאליס נישט געלאפן אין קאורט מערערע מאל און פארלוירן און דאך גייען זיי ווייטער און פארלירן ווייטער. (בית החיים יוכיח).

יוסף90 » 15/5/2012 04:03

טיפש איינער


טא דזשאוק שבדזשאוק מיינט אז עס איז נישטא קיין פינטל שאנסן


בית החיים קעיס, האט זיך נאכנישט אנגעהויבן

לאמיר צו ווארטן.

לאנצוט » 15/5/2012 17:35

יוסף90, איר זענט צו יונג צו וועפן.

בית החיים האבן שוין די זאליס פארלוירן אין דריי געריכטן...

יוסף90 אפשר מיינסטו דין תורה?

יוסף90 » 15/5/2012 20:48

אין דריי אינסטאנצן פון געריכט אדער אין דריי געריכטן וואס זענען אויפן זעלבן שטאפל?

לאנצוט » 15/5/2012 21:01

פרעג ווי א מענטש און איך וועל דיר ענטפערן.

בית החיים קאורט, ברוקלין, ריכטער דעמארעסט
בית החיים אראנדזש קאונטי, ריכטער אלפערי
בית החיים אראנדזש קאונטי, ריכטער מעקגוירק

אלע דריי מאל פארלוירן ביטער.

יעצט איז מען ביים אפעלאט, (4'טן קאורט) און לאמיר זעהן וויאזוי די השגחה עליונה וועט טאן, און צי די זאליס וועלן אנהייבן גלייבן אין באשעפער און זאגן יא, אז פון הימל וויל מען אזוי!

נישטאמת » 15/5/2012 21:03

לאנצוט מען טאר זיך נישט פרייען און זטגן אז פון הימל וויל מען אזוי ווען עס איז קעגן דער תורה

עכטער_חסיד » 15/5/2012 21:06

לאנצוט

דאס וואס דו שרייבסט "בית החיים אראנדזש קאונטי, ריכטער מעקגוירק" איז נישט ריכטיג.

ענק האבן עס בכונה ארוסיגעשלעפט פון דעם שופט, ווייל ער האט נישט מסכים געווען צו ענק.

והדברים ידועים.

עכטער_חסיד » 15/5/2012 21:12

איך פארשטיי לאנצוט אז דו פרעגסט ???


אבער אז מען ווייסט נישט קיין פאקטן קלאפט מען נישט אויפן קיבאורד.


דאס זעלבע האסטו געטאן אין אנדערן אשכול מיט די בארא פארקער דין תורה.


דו ביזט פשוט מבזה דיין צד מיט דיינע שקרים און לאקשן תורות.