היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » 2 סיקריקים ארעטירט יעצט אויף ראדני

2 סיקריקים ארעטירט יעצט אויף ראדני

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2958793
בלאט: 1 2

פריש » 14/5/2012 04:21

יעצט זענען געקומען בני יואל מיט נטורי קרתא פראטעסטירן קעגן די "התחברות לרשעים" קעגן ביהמ"ד הגדול אויף ראדני. פאליציי האט געפאדערט פון זיי צו צייגן א פערמיט, ווען זיי האבן נישט געקענט צושטעלן האט פאליציי זיי געהייסן זיין שטיל. זיי האבן נישט געפאלגט האט פאליציי ארעסטירט 2 שטיק.

סאטמער100 » 14/5/2012 06:51

פריש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט זענען געקומען בני יואל מיט נטורי קרתא פראטעסטירן קעגן די "התחברות לרשעים" קעגן ביהמ"ד הגדול אויף ראדני. פאליציי האט געפאדערט פון זיי צו צייגן א פערמיט, ווען זיי האבן נישט געקענט צושטעלן האט פאליציי זיי געהייסן זיין שטיל. זיי האבן נישט געפאלגט האט פאליציי ארעסטירט 2 שטיק.



אבי נישט צווישן אידן

געלעכטער » 14/5/2012 09:46

אודאי נישט צווישן אידן. די אהרונים, בני יואל און נטורי קרתא זאלן זיך אויפעסן צווישן זיך.

גינגריטש » 14/5/2012 15:22

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אודאי נישט צווישן אידן. די אהרונים, בני יואל און נטורי קרתא זאלן זיך אויפעסן צווישן זיך.


געלעכטער, דעס איז ארוינישער שפראך

outspoken » 14/5/2012 16:39

קען איינער אפשר דאס מסבר זיין,

ב''ה מיר האבן געהאט די זכי' נאך 12 יאר אז רז''ל  'אליין' האט גענומען א שטעלונג אין א קאנטערווארזשעל אישו וואס זיינע קאלעגע רבנים זענען צוטיילט, איצט ווען עס קומען אפאר בני יואל און נטורי קרתא און מאכען א פראטעסט קעגען ראדני, גייט מען זיי ארעסטירען??? איז רז''ל טאקע אזוי שוואך??? ווען די ארונים וואלטען ווען געלאזט ארעסטירען פאר א יאר ווען מ'האט מוחה געווען אקעגן מהר''א אויף יוז סטריט וואלט מען געשריגען מוסרים אויף זיי.

פריש » 14/5/2012 17:07

חסידי רבינו שליט"א האבן קיינעם נישט ארעסטירט און קיינעם נישט געלאזט ארעסטירן, פאליציי וועלכע האט זיך געפינעם אויפן ארט האט געבעטן דעם ציבור אריינצוגיין אין ביהמ"ד און לאזן די 'גאדער' אפען, דער עולם האט זיך אנגעהויבן ריקן און די 6 נטורי קרתא בהמות האבן זיך נישט גערירט, פאליציי האט זיי געווארנט אז זיי גייען ארעסטירן פארן בלייבן שטיין אן א פערמיט, ווען זיי האבן זיך אנגעפיפן האט פאליציי ארעסטירט.

עטס קענטס שמירן און פראבירן פארשמירן חסידי רבינו שליט"א, די וועלט איבער אבער נישט משוגע, ס'וועט אייך גארנישט העלפן.

לאנצוט » 14/5/2012 17:42

מזל טוב.
א' בהר בחקותי זענען געבוירן סיקריקים אין וויליאמסבורג.

ביי די וועי האבן מיינע קאלעגעס דא אויף היידפארק שטענדיג געשריגן אז דאס ווארט סיקריקים איז א שמוץ ווארט וואס די ציונים ימ"ש האבן אויסגעטראפן צו באשמוצן די ערליכע קנאים, וועלכע זענען מוחה אויף כבוד שמים.

עס קוקט אביסל אויס אז נאר ווען די סיקריקים זענען קעגן די "נועם המידות" פארטיי ווערן זיי סיקריקים, ווען זיי זענען קעגן די תורה הקדושה טאר מען נישט זאגן סיקריקים.

הא להן והא להוא ארבעט ב"ה גאנץ גוט.

שיףרבי » 14/5/2012 17:42

212-444-1117

געלעכטער » 14/5/2012 18:00

לאנצוט, בוסט אזוי צעמישט אז דו מישט שוין נעבעך פירוש המילות אויך. דער ווארט סיקריק טייטש עקסטרעמיסטן משוגעים. וואס מיר זאגן נאר איז אז די אלע קנאי ירושלים, די ערליכע פרומע אינגעלייט וועלכע זענען מוחה און מיינען דאס אמת'דיג, האבן זוכה געווען צו א טיטל מטעם די אהרונים און די פרומע אגודיסטישע קרייזן אלס סיקריקים. ‎​
 
די פאר משוגעים וואס זענען געווען נעכטן ביי ראדני, זיי זענען ריכטיגע סיקריקים. זיי זענען מער אראביש ווי אידיש. און וויפיל דו וועסט פרובירן צו מאכן א קוגל וועט דיר עס סייווי נישט געלונגן. עס איז פאר יעדן קלאר אז מ'רעדט דא פון 6 משוגעים. אז דו ווילסט נעמען קרעידט פאר אהרן טייטלבוים אז ער האט זיי ארויסגעשיקט, כל הכבוד.

לאנצוט » 14/5/2012 18:22

סיקריקים זענען יונגאטשן וועלכע טוען אייגענע ווילדע פעולות.

איך וועל דיך פרעגן א קלארע פראגע און ענטפער מיר קלאר:
איך האלט אז הרב ארי' לייב שטיינמאן האט פארראטן די תורה הקדושה מיט זיינע ציוניסטישע פסקים לגבי נחל חרדי וכו'. עכ"פ דאס איז מיין מיינונג.

וועל איך יעצט גיין מאכן א פראטעסט קעגן אים און שרייען שטיינמאן י.מ.ש.?
פארוואס נישט?
 
ווייל נישט אויף יעדע זאך איז דער ענטפער צו מאכן א פראטעסט אויף די גאס.
דער סיקריק פרעגט נישט קיין קשיות און הייבט גלייך אן פאשקעווילן און פראטעסטן.

יעצט אז זיי זעען אז כ"ק אדמו"ר האט געטאן א זאך צו צוברעכן די חומת ההתבדלות צוליב א פאליטיק שפיל,  מאכן די סיקריקים א פראטעסט. דאס זענען די זעלבע סיקריקים מיט זייער שיטה וואס אויסער רשעות פארמאגן זיי גארנישט.

זיי מיינע נישט די תורה, נאר די עקשאן.

kj_monroe » 14/5/2012 18:59

ס'האט מיט בני יואל א שייכות אזוי ווי די ארונים ווילן גיין צו דין תורה די לעצטע 11 יאר לאמיר נישט מיטשפילן מיט די ארונישע פארטיי וואס ווילן מאכן א ריס צווישן ערליכע אידן ס'איז אפאר צהיצטע חברה אן גערייצט ביי די ארונים


תוקן על ידי kj_monroe ב- 14/05/2012 19:12:04

לאנצוט » 14/5/2012 19:08

KJ,
ביסט אביסל 1 טרעק מיינענד, האט דיר עס איינער אמאל געזאגט.

ווי קומט דא אריין די תורה מיט די ארונים.
מען דעבאטירט די סיקריקים פראצעסט קעגן כ"ק אדמו"ר מהרז"ל, וואס איר זענט מודה אז "יעצט" זענען זיי סיקריקים און נישט קיין ערליכע קנאים.

גראדע ווען איינער פרעגט מיר וועגן די תורה און די ארונים, ענטפער איך בלויז: ציוניסטישע קאורט אין בני ברק, און געווענליך ווערט יענער זאפארט שטיל.

kj_monroe » 14/5/2012 19:17

אינטערסאנט ביי בני ברק זעט מען אז ענקערע הנהלה איז אריין אבער וואס קען מען ערווארטן פון א ארוני

לאנצוט » 14/5/2012 19:28

פאר עפעס א סיבה שרייבן אלע רבנים און גאונים פאר וואלערשטיין, אז ער מוז ארויסגיין פון ערכאות... ווייסן זיי נישט וואס דו ווייסט?

שמעלקאלע » 14/5/2012 19:50

לאנצוט וועלכע רבנים שרייען פאר וואלערשטיין ארויס??
וועלכע צד האט רבי יצחק טובי' ווייס גאב"ד ירושלים געדארפט צווינגען זיך צוצושטעלן צום דין תורה??

לאמיר נישט פארקריכן, סוף פסוק איז רעבארען יעצט דער גרויסע לוזער פון שטאט, דער גאנצע שטאט
לאכט פון אים, ווען ער וואלט זיך ווען ארויסגעשטעלט צו זיין א קנאי אלעמאל וואלט מען דאס אויך אפשר געקענט פארשטיין, אבער אז איבעראל איז ער דער קופץ בראש עוקר צו זיין שיטת רבינו, איז מה נשתנה ביים כינוס כלל ישראל, אלא מאי צ"ל אז דער מחלה פון "אני אמלוך" איז שולדיג דא, און דעריבער זעט יעדער איינער וואס דער מאטיווען פון דעם וויזשניצער קינד...

זייט'ס ממשיך!! יכירו וידעו כל באי עולם דער געוואלדיגע מעלות רמות פון אדונינו אני אמלוך'ניק

kj_monroe » 14/5/2012 19:51

ס'איז פארפארן איך האב געמאכט א טעות איך האב גענפערט פאר ארוני. און ווייטער וועגן בני ברק קימט נישט דא אריין און א אנדערע אשכול ווי דארט וועט מען ווייטער רעדון דערפון

לאנצוט » 14/5/2012 20:34

לאמיך דיר זאגן דעם אמת.

ביי מיר איז די דעת תורה פונעם הרה"צ שאפראנער רב, מיט הרה"צ ר' משה בער קויפמאן און הרה"צ ר' אלטר משה גאלדבערגער, הרה"צ איבראנער רב, הרה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א, הרה"צ ר' יואל מארגנשטערן, הרה"צ ר' מאיר יודל טענענבוים, און הרה"צ ר' מאטיל שטיין די זעלבע ווערד.

ביי דיר אבער וואס די אויבנדערמאנטע ערליכע אידן ווייסן גוט וואס איז אמת'דיגע שיטה פון רבי'ן זי"ע פרעג איך היתכן אז מ'נעמט אן נישט זייער דעת תורה?

היתכן אז אויב ס'איז דא אפילו א צד ספק אז מ'פארקריכט פון די שיטה הקדושה, פארוואס איז מען נישט חייש דערצו?

פארוואס איז מען עובר אויף א קום ועשה, ווען מ'קען זאגן שב ואל תעשה, און גיי נישט נאענט צו אן איסור חמור?

איי וועסטו זאגן אז די אינטערנעט איז א געפערליכע מגיפה און מ'מוז פארלעשן דאס פייער, און מ'דארף נישט קוקן אויף די חששות, האסט דאך אן עצה, מאך א כינוס פון די אידן אין וויליאמסבורג, און זיי יוצא ידי שניהם.

פארוואס גייסטו מיט אלע טשופיקעס?

לאנצוט » 14/5/2012 20:56

דער תירוץ איז:
פאליטיק יענה את הכל.

סענעטאר » 14/5/2012 21:23

כבוד תורתם פון הרבנים הגאונים שליט"א וועלכע זענען קעגן דעם כינוס איז ביי אונז הייליג און טייער. זיי ווערן נישט קיין שלשה רועי בקר, און מיר זאגן זיי נישט קיין עפרא לפומה, און מיר געבן זיי ניטאמאל אריין אין זיבעטן ריפ. די אידן וועלכע זענען סרים לשמעתם פון די חשובע רבנים האבן נישט וואס צו זוכן ביי דעם כינוס.

ווידעראום כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ובית דינו הצדק האבן ארויסגעגעבן חוו"ד אז מ'דארף יא שטיצן און מיטגיין מיטן כינוס, איז דאס מחייב יעדן סאטמארן איד.

לאנצוט » 14/5/2012 21:41

מיין פראגע איז דאס:

היתכן אז אויב ס'איז דא אפילו א צד ספק אז מ'פארקריכט פון די שיטה הקדושה, פארוואס איז מען נישט חייש דערצו?

פארוואס איז מען עובר אויף א קום ועשה, ווען מ'קען זאגן שב ואל תעשה, און גיי נישט נאענט צו אן איסור חמור?

איי וועסטו זאגן אז די אינטערנעט איז א געפערליכע מגיפה און מ'מוז פארלעשן דאס פייער, און מ'דארף נישט קוקן אויף די חששות, האסט דאך אן עצה, מאך א כינוס פון די אידן אין וויליאמסבורג, און זיי יוצא ידי שניהם.

פארוואס גייסטו מיט אלע טשופיקעס

פריש » 14/5/2012 21:43

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מיין פראגע איז דאס:

היתכן אז אויב ס'איז דא אפילו א צד ספק אז מ'פארקריכט פון די שיטה הקדושה, פארוואס איז מען נישט חייש דערצו?

פארוואס איז מען עובר אויף א קום ועשה, ווען מ'קען זאגן שב ואל תעשה, און גיי נישט נאענט צו אן איסור חמור?

איי וועסטו זאגן אז די אינטערנעט איז א געפערליכע מגיפה און מ'מוז פארלעשן דאס פייער, און מ'דארף נישט קוקן אויף די חששות, האסט דאך אן עצה, מאך א כינוס פון די אידן אין וויליאמסבורג, און זיי יוצא ידי שניהם.

פארוואס גייסטו מיט אלע טשופיקעס


ווייל אזוי האט רבינו שליט"א באשלאסן

לאנצוט » 14/5/2012 21:48

זייער גוט און אויך דעם האב איך געזאגט:
פאליטיק יענה את הכל.

פריש » 14/5/2012 21:50

בקיצור, דער אהרויני לאנצעס האט מחליט געווען אז דעם באשליס פון רבינו שליט"א איז פאליטיק און זיין רבי'נס החלטה איז כולו קודש.

דארפסטס אפילו נישט שרייבן, ס'איז מובן פון זיך אליינס אז די האלטסט אזוי

לאנצוט » 14/5/2012 21:53

דו טראכסט איין רגע אז איך האלט אז די זאלי קאמפאני האט פארגעסן דעם רבינ'ס שיטה פון התבדלות אז סאטמאר טאר נישט גיין מיט אלע אגודיסטן און טשופיקעס.

ניין. מ'האט נישט פארגעסן. פאליטיק איז פשוט שטערקער.

פריש » 14/5/2012 22:36

לאנצוס האט מחליט געווען אז שיטת רבינו איז געווען אז מען טאר נישט הערן דרשות וועגן אינטערנעט בשעת אינם זאל זיצן אגודיסטן און לכבוד דעם האט ער שוין מחליט געווען אז מיין רבי מאכט פאליטישע החלטות, זאל אים וואויל באקומען, נישט אזוי?

לאנצוט » 14/5/2012 22:49

רוב זאל זענען אגודיסטן. וועמען פאפסטו?

פריש » 14/5/2012 22:51

ממילא? האט די רבי מברר געווען ווי רוב פאסאדשירן געהערן פאר ער האט געהייסן פארן מיט תולעת יעקב באסעס און נישט מיט די טרעין?

לאנצוט » 14/5/2012 22:53

נישט רוב זאל זענען אגודיסטן.
נאר רוב זענען שטיינמאן חברה, און טשופיקעס.

פריש » 14/5/2012 22:58

און דער שוטה וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך אין "סאטמאר" ווייסט ווי די 50 טויזענט אידן געהערן.

און לאמיר שוין זאגן אז רוב פונם ציבור דארט גלייבט אז שטיינמאן איז א ת"ח, איז וואס?
די פראבלעם מיט טשופיקעס האב איך בכלל נישט דערהערט.

לאנצוט » 14/5/2012 23:02

אז סאטמארע קינדער זאגן נישט תהלים מיט אנדערע מוסדות קיין שום יאר, פארשטייסטו?
אז סאטאמרע אידן לערנען נישט אבות ובנים ווי אלע אנדערע אידן, פארשטייסטו?

דו פארשטייסט אויך ביי דעם כינוס אויך פארוואס רז"ל פילאפף און ר' מנשה פרידמאן פארשטייען זייער גוט אז סאטמאר באלאנגט נישט דארט, נאר פאליטיק איז העכער יעצט. אן קיין וד"ל.

געלעכטער » 14/5/2012 23:19

איך קען נישט אויפהערן לאכן ווי לאנצו"ט וועלכער איז געווען דער גרעסטער אפלאכער פון התבדלות מיט קנאפ דריי חדשים צוריק, ווען מ'האט געטראפן דעם בער הגדול, און געטראפן א זאק מיט תירוצים פארוואס מ'האט געמעגט באזוכן דעם בער. טרעפט ממש נישט יעצט קיין שום לימוד זכות אויף די שרעקליכע התחברות...

עכטער_חסיד » 14/5/2012 23:26

לאנצוט ווייסט שוין דער מיינונג פון הגה"צ הראב"ד שליט"א און פון הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א.

לאנצוט » 14/5/2012 23:58

זיי זאגן אז זיי זענען דערקעגן נאר האבן נישט קיין ברירה.

חמץ_גמור » 15/5/2012 00:19

נישט ריכטיג. זיי זאגן אז זיי וואלטן אנדערש געהאנדלט, אבער זיי פארשטייען אויך ע"פ תורה מהרז"ל'ס דרך.

לאנצוט » 15/5/2012 00:20

חמץ_גמור כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נישט ריכטיג. זיי זאגן אז זיי וואלטן אנדערש געהאנדלט (לייען דערקעגן)
, אבער זיי פארשטייען אויך ע"פ תורה מהרז"ל'ס דרך. (לייען, פאר'ן טשעקל האט מען מורא).

חמץ_גמור » 15/5/2012 00:23

שוין דו ווילסט ליינען קרום דאס קען איך דיר שוין נישט העלפן.
נאר וואגן זאל איך אזוי ליינען ר"א ווערטער, אוי וואלט איך געכאפט פון דיר.

לאנצוט » 15/5/2012 00:25

חמץ,
איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך בין געווען שאקירט אז דו וועסט מיר מודה זיין אז רז"ל פילאפף און ר' מנשה זענען געווען דערקעגן. כאטש איך ווייס עס ערשט-האנטיג, בין איך געווען סופרייזד אז דו וועסט מודה זיין.

איך מוז דיך גראטולירן פאר'ן מודה זיין אפילו האלב.

קליפ » 15/5/2012 00:27

Last Night
* width="640" height="480"><*

קליפ » 15/5/2012 00:27

ביידען » 15/5/2012 00:32

אן אינטרעסאנטע פאראדאקס ביי די דעקעלעך
אויב די דיינים שטעלן זיך צו שרייט מען אז זיי זענען פעיראלל דיינים
אויב דאכט זיך זיי אז די דיינים שטעלן  זיך נישט צו, שרייען  זיי אז עס איז נישטא קיין הנהגה

לאנצוט » 15/5/2012 00:37

ביידען,

הטה נאך אזנך לדברי אלה:

עס זענען דא צוויי ערליי פעלער ווען מ'זעט דעם כח פונעם טשעקל.

ביי דעם איצטיגן פאל פון דעם כינוס וואס איז נישט דירעקט קעגן ר' אהרן.
דערקענט מען אז זיי זענען פעיראלל, ווייל ווען זיי זעען אז מ'טוט קעגן ויואל משה זענען זיי שטיל. (אין הארץ טוט זיי וויי, אבער זיי שווייגן ווייל פאר'ן טשעקל האט מען מורא).

ביי די אנדערע פעלער ווי די מערכה איז דירעקט קעגן די ארונים, ווי ביי די ציוניסטישע קאורט, ביי די ארעסטירן בחורים, ביי די מסירות וכו' וכו'
דארט איז זייער טשעקל איז שוין שטארק אז זיי ווערן רח"ל עוקרי הדת בקום ועשה פאר פאליטישע שנאה און מחלוקת.

אלזא איז דא 2 באזונדערע זאכן, ביידע מאל שפילט די טשעקל א גרויסע ראלע.
ווען ס'איז קעגן ר' אהרן דירעקט, דארט זעט מען "כי השוחד יעוור" ויסלף דברי צדיקים, און רייסן אויס די תורה הק' ממש.

ווען ס'איז נישט דירעקט קעגן ר' אהרן, זעען זיי יא דעם אמת, אבער מוזן שווייגן וועגן דעם טשעקל.

אויסערדעם איז נאך אנדערע עוולות וואס פאר'ן טשעקל זעען זיי בכלל נישט אז זיי זענען ליידער אינגאנצן פארקראכן.


תוקן על ידי לאנצוט ב- 15/05/2012 00:44:01

נישטאמת » 15/5/2012 00:42

א שאד פאר די חינוך פין אינזערע קינדער צי זען אזא זאך

לאנצוט » 15/5/2012 00:46

ווער עס לערנט ויואל משה זעט וואס שרייב דא מערערע מאל. איך בין אייגנטליך גארנישט מחדש.
עס טוט דיר בלויז וויי אז מ'נוצט עס קעגן דיינים פון דיין פארטיי.

איך פארשטיי באמת דיין צער און איך פיל עס אויך. ס'איז אבער פארט אמת.

חמץ_גמור » 15/5/2012 00:50

האמת כואב.

עכטער_חסיד » 15/5/2012 01:01

דיין רבינס באשלוס זיך נישט אנצושליסן מיטן כינוס האט גארניקס מיטן ויואל משה.

אפילו נישט מיטן דברי יואל...

לאנצוט » 15/5/2012 01:08

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דיין רבינס באשלוס זיך נישט אנצושליסן מיטן כינוס האט גארניקס מיטן ויואל משה.

אפילו נישט מיטן דברי יואל...


עכטער_חסיד.

ס'איז מעגליך אז דו ביסט גערעכט.
ס'איז פינקט ווי זאלסט זאגן אויף א סאטמאר'ן אינגערמאן אז דאס וואס ער איז קעגן די בחירות איז נישט ווייל ער איז א סאטמארער נאר צוליב עפעס אנדערש.

אבער איך קען נאר זאגן וואס איך זעה. איך זעה אז ער פירט זיך אין די שיטה, איך בין נישט מחויב צו טראכטן וואס יענער טראכט. דאס איז נישט מיין ביזנעס.

חמץ_גמור » 15/5/2012 01:15

נאר אויף מהרז"ל זאלסטו טראכטן. דאס איז יא דיין ביזנעס.

לאנצוט » 15/5/2012 01:34

חמץ,
טראכט גראד, וועסטו זעהן אז איך בין 100 גערעכט.

איך זעה אז סאטמארער רבי הייסט "נישט גיין" - דארף איך נישט טראכטן פארוואס. ווייל יעדער סאטמארער איד פארשטייט אז סאטמאר באלאנגט נישט דארט.

ווען איך זעה אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל הייסט יא גיין, וואס איז נישט נארמאל. און אויך איז עס נאכדעם וואס ער האט געשריבן א פאליטישן בריוו פון "מחזק זיין". זעה איך דא אז ס'איז א שטיק פאליטיק. ממילא זאגט דער שכל הישר: פאליטיק יענה את הכל.

קענסט נישט לייקענען דעם מציאות אז ווען ר' אהרן זאל ווען זאגן אז מ'דארף גיין, וואלט יעדער געשריגן אז ער איז א שייגעץ !

יעצט זאג דו פארוואס ווען מהרז"ל הייסט גיין, פארוואס איז ער נישט קיין שייגעץ?

חמץ_גמור » 15/5/2012 01:36

ווייל ער איז מוחזק בכשרות. משא"כ אחיו הגדול.

לאנצוט » 15/5/2012 01:44

מוחזק בכשרות איז אזא סארט לאזונג וואס יעדער נוצט ווען אים שמעקט.

יעדער סאטמארער איד פארשטייט אז א סאטמארער איד דארף נישט אהינגיין, ממילא דארף מען אריינקיקן פארוואס הייסט דער יונגערער יא גיין.

אויב ברענט אים די אינטערנעט מגיפה, האט ער דאך א גוטע עצה, מאך אן אסיפה אין ווילאמסבורג, רוף דיינע מענטשן פון קרית יואל, פון בארא פארק און מאנסי און מאך פעסטע תקנות. צי וואס דארף מען גיין מיט אלע לינקע.
צי וואס דארף מען הערן ענגליש דרשות?
בלאט: 1 2