דער פאקט אז טראצדעם וואס דער סאטמארער רבי שליט"א האט
געזאגט זיין מיינונג איבערן השתתפות ביי דער כינוס הצלת הדורות, און עס
זענען דא חשוב'ע רבנים תלמידים פון רביה"ק זי"ע וואס האבן אן אנדערע
מיינונג, איז נישטא קיין שום טעראר קעגן די רבנים!
יא, דאס טוט וויי די אהרונים! עס ווייזט אז אויב א רב האט אן אנדערע
מיינונג מוז מען אים נישט פּלעטן דעם קאפ, אדער זיך אויפשטעלן זאגן "עפריה
לפומי'", אדער "זיין מיינונג איז קיין מיינונג", וכו'.
ועל כולם, ווער עס האט געהערט אדער געזען די ווערטער פון סאטמארער
רבי'ן שליט"א איז ארויס פון התפעלות ווי שיין און געמאסטן עס איז יעדעס
ווארט. קיין איבריג ווארט הערט מען נישט, אי הערט מען נישט קיין הסבר
וויאזוי אינטערנעט ארבעט, און אויך נישט וואס מען טאר נישט זען דארט וכו'.
יא! די אלע זאכן טוט זיי וויי, ווייל עס ווייזט וויאזוי אן אמת'ער מנהיג ישראל דארף זיך צו פירן!