היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הגז"ל ט"ב'ס פליפ פלאפ'ס איבער'ן כינוס כלל ישראל

הגז"ל ט"ב'ס פליפ פלאפ'ס איבער'ן כינוס כלל ישראל

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2958441

FiveBoro » 11/5/2012 07:06

עס איז געשמאק צו זעהן וויאזוי עס ארבעט דער סיסטעם וויאזוי עס קומט ארויס א "דעת תורה" ביי די זאלונים.

ווען עס האט זיך אנגעהויבן שמועות אז רבינו שליט"א האלט אז דער געדאנק פון א כינוס כלל ישראל איז נישט געמאכט פאר סאטמאר, האט זיך אנגעהויבן פאליטישע רייבערייען צווישן די זאלונישע עסקנים ורבנים וויאזוי זיי זאלן זיך ארויסשטעלן.

זייער הויפט פראבלעם ביי אזא נושא איז די סתירה פון 2 וואגאנען אויף וואס די פארטיי פרובירט צו פארן: 1) אז זיי זענען די "רעכטע" און רבי אהרן איז א לינקער. 2) זיי זענען מענטשליך צו די גאס, נועם המידות סטייל.

יארן לאנג וואס מען האט מיר איינגערעדט אז ביי די זאלונים איז דא א "דעת תורה" פון א "הנהגה רוחני" פון די הייליגע חברי הביד"ץ, וואס דאס האט געברויכט זעטיגן זייער בני יואל'ישער ציבור וועלכע האט זיך קיינמאל נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער א הנהגה פון א מנהיג, אבער דא איז "א בי"ד", אזוי ווי הגרז"ל פילעפף האט געזאגט ביי די אסיפת הכתרת עם הארץ ווען דער רבי ז"ל דער ברך משה איז נסתלק געווארן, אז הגז"ל גייט זיין אזוי ווי א לבנה מיט די שטערנס, ער וועט פירן די קהילה אינאיינעם מיט די הייליגע דיינים, וואס איינער פון זיי טראגט שוין טאקע דעם טיטל 'כ"ק'.

דא האט זיך אבער ארויסגעשטעלט א אינטערסאנטע בילד.

די חברי הבג"ץ זענען געזיצן טעג און וואכן, יעדן טאג האבן די עסקנים פונעם כינוס ווידעראמאל געוויסט אז "היינט נאכט" קריגן זיי א תשובה צו מען גייט צו נישט. אבער, יעדע אסיפה איז געבליבן אז עס גייט זיין נאך א אסיפה.

וואס גייט דא פאר? די הויעכגעשעצטע דיינים וועלכע זענען דן אזעלכע גרויסע טיפע סוגיות און ענינים ווי 'קשר בוגדים' וכדו' ווערן אזוי פארלוירן פון א סאטמארע השקפה שאלה?! זיי זענען דאך די אמת'ע ממשיכי דרך פונעם הייליגן רעבעזיכרוינעליבראכע! קען מען נישט עומד זיין על דעת צדיק?!.. מען זיצט און זיצט און זיצט, און מען איז מחליט ווייטער צו זיצן...

עכ"פ, ויהי היום, און עס ווערט באקאנט אז די גרעסטע גדולי ישראל האבן זיך אפגעשמועסט אויף איין נאכט און זיך אינאיינעם ארויסגעלאזט קיין קרית יואל צום סאטמארן רבין שליט"א, אויסצושמועסן זיין מיינונג בנוגע דעם כינוס, און זעהן צו עס זענען פארהאן געוויסע פרטים אין וואס דאס איז אנגעוואנדן און צו מען דארף עפעס טוישן אז ער זאל יא שיקן זיין עולם.

למעשה האט דער סאטמארער רבי שליט"א מסביר געווען אין א לאנגע שמועס זיין שטעלונג אז אזא זאך מיינט נישט סאטמאר, און ער אלס מנהיג וואס איז פאראנטווארטליך פאר זיין ציבור שפורט ער נישט אז ער מעג הייסן זיין ציבור גיין.

דא האט שוין די קאמפאני פון 550 בעדפארד אנגעהויבן שפורן דרוק אז מען מוז זעהן אז די רבנים זאלן קומען צו אים אויך. די רבנים האבן גערן מסכים געווען, ווייל למעשה זוכן זיי שטיצע פון סיי וועמען, און אויב זאגט מען אז א וויזיט ביי אים וועט מאכן די זאך פאר יענע פארטיי, שטרענגט מען זיך אן. טאקע נישט אזא גרויסע אראנדשירונג צוזאמענצוברענגען אלע אויפאיינמאל, אבער מען איז גרייט אריבערצוקומען פאר אפאר מינוט אפגעבן א "וויזיט".

די ליצנות דארף מען נישט מסביר זיין, ווען מען סקעדשולט א "וויזיט" (פון 10 מינוט) פאר סקולענער רבי און וויענער רב אויף 5 אזייגער, און אינדערצווישן גייט מען זיצן מיט די דיינים ("ישיבת בי"ד"...), און אויף 11 אזייגער סקעדשועלט מען הרב סאלאמאן. איז אפשר קען מיר איינער מסביר זיין, וויאזוי גייט עס צי. 5 אזייגער נעמט מען אויף די בקשה פון סקולענער בי, און דערנאך איז וואס? מען גייט איבערשמועסן מיט די דיינים וואס דער סקולענער רבי זאגט און מען גייט דן זיין צו ער זאגט אמת? און אויב יא? וועט מען שפעטער ווארטן אויף 11 אזייגער צו הערן וואס די ליטווישע זאגן? און נאכדעם? וועט מען באשליסן לויט?. נו שוין, צו פיל געטראכט...

עניוועי, דער עיקר ווארט איז, אז עס איז שוין געווען דרוק אז היינט מוז מען שוין ארויסקומען מיט עפעס א החלטה.

זעצט מען זיך ווידער צוזאם. פון איין זייט שטייט אבער יצחק שטערן און שרייט אז מיר מוזן זיך צושטעלן צו די זאך און דאס וועט אונז גרויס מאכן, עס וועט ברענגען כבוד, פון די צווייטע זייט שרייט מנשה פילעפף אז מען קען נישט לאזן רבי אהרן זיין דער 'רעכטער' און די זאלונים זאלן ווערן די לינקע.

למעשה קומט אן טעקסט פון די זאלונישע טוויטער-הויפטקווארטיר, אז עס איז געווען א ישיבת בי"ד איבער די "כינוס קעגן טעכנעלאגיע", און צום סוף האט די רבי מחליט געווען צו "סופארטן" די כינוס קעגן טעכנעלאגיע.

א רגע, אזוי ארבעט א ישיבת בי"ד? אז די רבי איז מחליט? גוט, ווייל ביז היינט האט מען אנדערשט פארקויפט. גוט צו וויסן. סוי האט מען מחליט געווען אז וואס? ערשטנס אז מען גייט עס נישט רופן כינוס כלל ישראל... מען גייט זיך אריינשטעקן די אויגן און זאמד, און פראקלאמירן אז עס הייסט "כינוס קעגן טעכנאלאגיע". געוואלדיג. אבער וואס טוט זיך למעשה מיט די כינוס קעגן טעכנעלאגיע, מען גייט? מען גייט נישט?

יענע פאר טעג, וועלכע זאלי איך האב נאר אפגעשטעלט מיט די פראגע: "וואס איז געבליבן, מען גייט אדער נישט"? האב איך נישט געפינען "איינעם" וואס האט זיך נישט צוקעקעצט. אלע שמועסן זענען געגאנגען בערך אזוי:

פייוו_בארא: נו יענקי, ענקער רבי הייסט גיין?

יענקי: אםם יא די רבי גייט עס מחזק זיין.

פייוו_בארא: וואס הייסט מחזק זיין?

יענקי: אה, אםם ווייל עכט א סאטמארע בי"ד קען נישט הייסן גיין, סוי גייען זיי נישט שרייבן מען זאל גיין.

פייוו_בארא: אה, נישט גיין, סוי וואס יא?

יענקי: אםם, כמיין.. סתם, מחזק זיין.. דארפסט פארשטיין, מען מוז מחזק זיין סקולענער רבי...

פייוו_בארא: יא, אבער סקולענער רבי וויל דאך מען זאל גיין, ניין?

יענקי: אםם, יא גערעכט, איך מיין טאקע אז מען גייט גיין, נאר עס גייט נישט שטיין בפירוש מען זאל גיין.

פייוו_בארא: אהא, סוי סאטמארע אידן באלאנגען עכט יא דארט?

יענקי: אםם, כמיין אז די דיינים האלטן אז נישט, אבער דאך, די רבי וויל מחזק זיין..

פייוו_בארא: מחזק זיין וואס?

יענקי: מחזק זיין די וואס פירן עס.

פייוו_בארא: אהא, סוי ענקער עולם גייט למעשה וויסן אז די רבי האלט מען זאל נישט גיין?

יענקי: אםם כמיין אז יא, אבער... ווייסט.. עכט בינעך נישט זיכער..

עד כאן בקיצור...


נו, איך האב געקלערט אז ווי נישט ווי וועט דאך נישט קענען אנהאלטן אזא צומישעניש, אפשר וועט נאך ארויסקומען א אגרות שניות מיט א פירוש עברי טייטש וואס וועט יא גיבן צו פארשטיין: יא אדער נישט. א שטייגער ווי אלע אנדערע רבי'ס וועלכע זענען דערפאר, און קומען ארויס אן קיין פחד און אן קיין קונצן, און רופן אויס מען זאל גיין.

היינט ל"ג בעומר, האט הגז"ל אויסגערופן אז... איך ווייס אויך נישט וואס!

ער האט געזאגט עפעס אזוי: איך מיין אז ווער עס גייט האט א גרויסע זכי'.

ווידער האט ער געשפילט פאליטיק און געזאגט ווערטער אז קיינער זאל נישט קענען האבן קיין טענות. מנשה פילעפף מוז זיין צופרידן ווייל ער האט נישט געזאגט אז זיין עולם דארף גיין אזוי ווי די אנדערע רבי'ס זאגן קלאר, און יצחק שטערן וועט אויך זיין העפי ווייל משה פר"מ וועט קענען מאכן א העדליין אז ער זאגט אז ס'איז א זכי' צו גיין.

ווער עס קען מסביר זיין וואס הגז"ל זאגט, יא גיין אדער נישט גיין, באקומט א אומזינסטע טיקעט צו א פראטעסט, סיי וועלכע טאג אין יאר.


תוקן על ידי FiveBoro ב- 11/05/2012 07:26:53

UnitedWill » 11/5/2012 08:27

They are selling already tickets for zalis to the Kinus.

I wonder if it was a new Yeshivas Bes Din?

תוקן על ידי UnitedWill ב- 11/05/2012 08:28:38

ויואמ_אמת » 11/5/2012 20:03

א קהילה אן קיין תורה'דיגע פיערערשאפט, מען דארף געפעלן אזוי סאך פראקציעס אין מען מוז אויסרופן די פיינעל החלטה די לעצטע מיניט אז די קעגנער פראקציעס (די רעכט געשטימטע) זאלען נישט האבען ציפוהל צייט צו פארפירן, אין די לינקע זאל קענען אויספירן דעם שיינעם פיקטשער פארן נויסוויק פיקשטער אדמו''ר, א פאני קהילה (ווייניג געזאגט)

געלעכטער » 11/5/2012 20:45

אינטערעסאנט אז אלע קהילות האבן פארשטאנען אז מ'דארף גיין צום כינוס, קיינער האט נישט געקוקט אויף די תורה, נאר ר' אהרן טייטלבוים פארשטייט צו די תורה.

ויואמ_אמת » 11/5/2012 20:54

אוי געלעכטער דערמאנסט מיך גיט, דאס האבען דאך אלע לינקע געזאגט אויף רביה''ק ז''ל בשעת זיינע הייליגע מערכות, עס איז אינז א כבוד דיין תגובה

ויואמ_אמת » 11/5/2012 20:56

פאר א טויש ביטע פארדריי נישט די אשכול, אין אז די קענסט זיי אויך מסביר לשיטתך פארוואס ביז יעצט האט דיין פארטיי נישט געקענט זאגען זייער החלטה נאר געמוזט ווארטן ביז די לעצטע מיניט?

פאמאגראנט » 11/5/2012 21:32

95 פראצענט כלל ישראל גייט צי די בחירות הטמאות
הייסט קומט אז זשיגאן וועט לכאורה אנהייבן צי גיין צי די בחירות ווייל ער איז הולך אחר הרוב

קראך_היט » 11/5/2012 21:56

די חברה ווילן נישט הערן ווילן נישט פארשטיין וויפיל מאל מ'זאל עס נאר זאגן

הערטס נאכאמאל גוט אויס:

דער סאטמאר רבי האט גארנישט קעגן דעם כינוס, אדרבא ער האט א גרויסן קורת רוח דערפין ער טאנצט און שפרינגט ביזן הימל אז די עסקנים אראנזשירן דאס,

נאר זיין דעת תורה איז אז ס'נישט פאסיג צו מחייב זיין יעדן צו גיין מטעם קהילתו הק' וואס ער איז דער מנהיג רוחני, אויב א יחיד שפירט אז ער גייט נישט נחמץ ווערן דארט, איינער וואס וואטשט יוטוב אגאנצן טאג ליינט גויאישע צייטונגען און ספארטס, טוט דאך ממילא נישט ווי דער רבי'נס הדרכה, און אזא איינער האט דער רבי קיין שום פאראיבל אז ער גייט, איך גאראנטיר אז דער רבי וועט איהם פריוואט מחייב זיין צו גיין,

דער קלארער דעת תורה איז געווען זיין מיינונג, נעכטן, אייערנעכטן פאריגע וואך, 2 וואכן צוריק, 3 חדשים צוריק, ער האט זיך נישט גערירט קיין זוז כ"ש,

איך מוז זאגן, וואס דער רבי האט יענעם טאג געזאגט:
די וואס וויל פארשטיין פארשטייען, און די וואס וויל נישט פארשטיין וועלן קיינמאל פארשטיין

געלעכטער » 11/5/2012 23:12

זאגט מיר ווער ס'איז דער פליפ-פלאפער: ‎​
 
מ'טאר נישט גיין צום כינוס כלל ישראל, ווייל דער יו"ר מועצת גדולי התורה אין אמעריקע ר' מלכיאל קאטלער פירט דאס אן. אבער רופן רעדן ביי א סיום מסכת פון יסודי התורה? דאס איז א מצוה מן המובחר. ‎​
 
מ'טאר זיך נישט מתחבר זיין מיט די פרעמדע קרייזן דורכן גיין צום כינוס כלל ישראל. אבער זיין אין ארץ ישראל און גיין באזוכן יעדן לינקן רבי'ן, דאס איז א חוב קדוש. ‎​
 
מ'טאר נישט זיצן אינאיינעם מיט פלעבושער מגדלי בלוריות. אבער וועגן "נימוס" איז מען געלאפן צום בעלזער, און צוריקגעברענגט דעם בעלזער צו זיך. ‎​
 
מ'טאר נישט גיין צו א מסיבה ווי מ'רעדט ענגליש. אבער כ"א כסליו האלטן דרשות אויף ענגליש, דאס מוז מען. ‎​
 
אדרבא אהרונימליך. שטעלט מיר קלאר איינמאל פאר אלעמאל. ווען נוצט מען דעם סאטמאר'ן התבדלות תירוץ, און ווען נוצט מען דעם נימוס תירוץ. ווען מעג מען רעדן ענגליש, און ווען איז דרשות אויף ענגליש א חרם. ווען איז ר' מלכיאל קאטלער א אגודיסט, און ווען איז ער א ידיד נפש מיט ר' אהרן.

קראך_היט » 11/5/2012 23:29

בלא בלא בלא בלא בלא

קיין הענט און קיין פיס

אבי צאמגעהאקט א תגובה

זיי נישט ברוגז

גרוינים » 11/5/2012 23:35

געלעכטער זאג נאר האלטסט טאקע אז דער רבי האט א פאליטישע סיבה פארוואס ער שיקט נישט דעם עולם? האלטסט טאקע אז נאך וואס אלע גדולי ישראל זענען געפארן צו אין בכבוד מלכים און אנגעטראגן ער זאל זיין נשיא
האלטסטו טאקע אז דאס איז פאליטיש? און האלסטו דען נישט אז די אלע פראגן האבן שוין די גדולי ישראל אנגעפרעגט דעם רבין קלאר אויף וואס דער רבי האט פונקטליך מסביר געווען דעת תורתו ע"פ דרכי אבותיו וואס יא און וואס נישט און אלע רבנים האבן דאס פארשטאנען חוץ געלעכטערל וויל עפעס דא פלוצים נישט פארשטיין ווייל ער האט מורא אז מוועט טייטלען אויף ר' זלמן אלס לינקער

געלעכטער » 11/5/2012 23:55

מורא'דיגע קשיא גרונים. עס קען ממש נישט זיין אז דער קדוש וטהור ר' אהרן האט עפעס פאליטישע ענינים. ער ווייסט מיטאמאל וואס פאליטיק איז, ער איז נאך אין זיין לעבן נישט געשטאנען נעבן פאליטיק, ער ווייסט נישט וויאזוי מ'עסט דאס אפילו. עס איז ברור כשמש אז ער האט געזען אין הימל אז אזוי דארף זיין, און ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט נישט.

גרוינים » 12/5/2012 00:54

אין סאטמאר איז דא רעגולאציעס וואס יא און וואס נישט
לדוגמה ממעג שלום געבן און ליב האבן א צווייטן איד אפילו ער איז חלילה נתפס לציונית אדער שוואך אין אנדערע ענינים אבער ווערן איינס מיט יענעם און אין אידישקייט ווייזן דעם וועג פאר חסידים ואנשי מעשה צו זיצן אינאיינעם ביי איין אידישקייט מסיבה מיט א עמטליכקייט בפקודת הקודש דאס נישט
וכו' וכו' איז יעדע זאך געמאסטן
משא"כ ביי די זאליס ווען דער רבי טרעפט זיין שוואגער וואס אפילו ביז יעצט פלעגט מען וויסן אז ביי משפחה מישט מען נישט מחלוקת אפילו לש"ש אבער פארט צוליב די שארפקייט פון די חוצפה בימים ההם האט מען עס צוריקגעהאלטן ביז יעצט און יעצט קומט ער איבערבעטן בחרפה נורא רבינו הקדוש און דער רבי גייט אים סך הכל וויזיטן פריוואט דאן פליעט פאשקעווין אין אלע גאסן און סאיז יהרוג ואל יעבור בדארף אפהאקן די פינגער און מאיז נישט נזרע ישראל גזלנים וחמסנים און וואס נישט 
אבער ווען סקומט צו אביסל תאות הכבוד איז אלעס געשטארבן מקען שוין אפילו רופן צו א פקודת הקודש אז איש בל יעדר יעדער מוז זיך מבטל זיין צו אלע אנדערע פרעמדע קרייזן החל מכל צרי וזב פון מאנהעטן און גענדיגט ביי די ערליכע גדולים פון יענע קרייזן וועמען מיר זענען גראדע מעריץ בפרטיות
 א רחמנות איז נאר פאר טייל פון די סיקריקיי האזאליס וואס האבן נישט געכאפט אז די גאנצע תורה איז נאר אהרן פוי און ווען סאיז נישט אהרן פוי איז קיין שום פראבלעים ממילא זענען די סיקריקים און רוב זאלי בני יואל חברה אינגאנצען צעחושט משרייט זלמן לייב האט זיך געשמדט ועוד אבער טייערע זאליס דאס איז אייערע פירות פון פירן די תורה לויט די פאלטיק 
דא האט איר א דוגמה פון א זאלי טעקסט גרופע היינט 
ChomesHadashq ‏ @ChomesHadashq

RT @TorahNews1: SHOCK! ! ! In lee gardens bihm"d was buyed yesterday 1,000 tickets for t kinus. ZALMEN LIEB T"B BRAKE T TIELUNG

TorahNews1 ‏ @TorahNews1

BREAKING: rav shtienman ym"sh will attend by the kinus k.y.#HIBODLI MITOCH HUIEDU HAZOS!

TorahNews1 ‏ @TorahNews1

R' chaim yosef lietner (montevidaio) said: the terrorist yitzchok shtern was terrorized me, i am really not agree of my signature for kinus!



תוקן על ידי גרוינים ב- 12/05/2012 00:56:22

געלעכטער » 12/5/2012 01:16

דוגמה פון אהרוני טעקסט גרופע: ‎​
 
@SupportKinus: Matis Deutsch stop terrozing Rabbe Shlita about Kinus! Let the rabbe say his Das Torah and join all Gdoili Yisroel

FiveBoro » 13/5/2012 23:51

געלעכטער, איך טרעף נישט אזא טוויטער אקקאונט.

פרוביר נאך איינס.

ויואמ_אמת » 14/5/2012 23:20

געהערט א אמתדיג ווארט: פארפאלען סאטמאר האט ערלעדיגט 2 קהילות צום כינוס אין סיטי פייעלד 1) די זאלונים 2)ליאבאוויטש

שלמהווייס » 15/5/2012 21:56

אזהרה חמורה לר' זלמן לייב ט"ב

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

ריפל » 15/5/2012 22:41

עיין במכתב השני, ער שרייבט דארט אז האדמו"ר מבעלזא איז א חבר הכנסת. ווי לעבט ער? ווען איז דאס געשעהן? באלד וועט ער שרייבן אז הרב חיים קניבסקי איז א גענעראל אין צה"ל...

שלמהווייס » 16/5/2012 00:29

This is a good point

סטראבערי » 16/5/2012 00:34

רעב אהרן'ס פליפ פלאפ איז מעכטיג און שרייט פון יעדען ארוני'ס פנים.
אז ער האלט אז מ'טאר נישט גיין, וואס שעמט ער זיך מיט זיין דעת תור"א???
ער איז דאך געגאנגען צום בעלזער ווי א תקיף און אריינגעפיפן אין אלע תלמידי רבינו! לאמיר זעהן דא זיין תקיפות, וואס טשיקענ'ט ער!?

האלט ער ס'איז א רשות, איז דאך עס אויטאמאטיש א חוב. פאר אזא וויכטיגע כינוס.

סטראבערי » 16/5/2012 00:42

איינער פרעגט מיר אין אישי
וואס איז דרבי ז"ל מיינונג

אפשר קענסטו מיר זאגן וואס האט דרבי זכרונו לברכה גהאלטן בנוגע צי די בחירות צום עיריה (שטאט ראט, ווילעדזש) רשות? חובה? איסור ? אזוי וויא די עדה חרדית האלט? פאר וואס האט ער נישט געזאגט א מיינונג אין דעם? טאמר ספעלט פרטים בנוגע דעם ענין קענסטו אריין קוקען אין הקדמה פין ד'ספר 'המאזרני חי"ל' פין ר' ליפא שווארץ ע"ה דער מנהל המוסדות אין ירושלים וואס באשרייבט די גאנצע עפאכע,
_______________________
מיין תשובה:

סארא פארגלייך!? דארט האט די רבי געהאלטן ס'איז א איסור, אבער האט זיך "געמיזט" מונע זיין צו זאגן אז ס'איז אסור, ווייל ס'איז דאך נישט קיין "יהרג ואל יעבור" ווי די כנסת בחירות. און האט נישט געוואלט דורך דעם איסור מיניזימירן די שרעקליכע איסור פון די אלגעמיינע בחירות.

(אבער האט אגב געזאגט פאר איינעם פאר'ן אוועקפארן פון א"י מיט'ן שיף, אז ער וואלט יא גע'אסר'ט ווען ער ווייסט ווען בעפאר וואס ער וויסט יעצט וואסארא שרעקליכע איסורים די ערייה איז עובר, און מ'איז מיט זיי אויך א שותף.)



תוקן על ידי סטראבערי ב- 16/05/2012 00:47:05


FiveBoro » 16/5/2012 00:45

סטראבערי טייערער.

גענוי ווי ער איז "געגאנגען" צום בעלזער, ווייל ער האט א אמת'דיגער און גראדער דעת תורה, דאס זעלבע וועט ער "נישט גיין" צום כינוס כלל ישראל, ווייל ער האט א אמת'דיגער דעת תורה.

ארויסגעבן חרמות וקנמות, דאס באלאנגט אויסשליסליך פאר דיינע סיקריקים, און ער וויל דאס נישט פון זיי אוועקנעמען...

סטראבערי » 16/5/2012 00:51

ביים בעלזא האט ער זיך אויסגעטיען נאקעט פאר זיינע ראציגע בחורים און זיי ערקלערט בלית ברירה די געקינצעלטע חילוק פון גיין ביז האבן שייכות.
דארט האט ער נישט מורא געהאט צו זיין א קיצוני.

לאמיר זעהן דא זיין גאטס. לוזער וואס ער איז. 

סטראבערי » 16/5/2012 00:59

קרעדיט: עכטער-חסיד

ווי הרב בנציון יאקאבאוויטש שליט"א ברענגט אין זיין ספר זכור ימות עולם ח"ד, האט דער רבי אים געזאגט בנוגע די בחירות העירי' פון די שטאט בני ברק, אז דאס איז א זאך וואס באלאנגט פאר די ערליכע רבנים פון שטאט, און זיך אויסגעדריקט בזה"ל "אבער זאגן אז נישט אין א שטאט וואו ערליכע רבנים וועלכע זענען באקאנט מיט די ענינים, און זיי האלטן אז מ'דארף שטימען, איז א גרויסע אחריות צו זאגן אז נישט". (עיין בדף קל"ט). 


אפילו אין ירושלים האט דער רבי נישט גע'אסר'ט זאגענדיג אז עס איז נישט גלייך ווי די בחירות צום כנסת המינים. אבער וויבאלד דאס בי"ד האט עס גע'אסר'ט האט ענר גארנישט געזאגט דערקעגן. אבער דאס ערשטע מאל ווען עס האט געהאנגען אזא מודעה אין זיין נאמען האט דער רבי געהייסן דאס אפרייסן (עס איז געוען תשט"ו).

FiveBoro » 16/5/2012 00:59

דארט האט ער גערעדט צו די בחורים אז זיי זאלן פארשטיין אז בעלזא איז חלילה נישט איינס מיט סאטמאר צוליב די געפלאנטע באזוך, ווי געוויסע צייטונגען און בעלי אינטערעסן האבן געפרעדיגט.

ביים כינוס איז נישטא קיין שום חחש אז א בחור וועט חלילה נישט פארשטיין פארוואס די רבי גייט נישט.

==

אגב וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון דיר:

דיין רבי האט געזאגט אז מיט זיין ערשטן בריוו האט ער געוואלט טעסטן די מצב און זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן, און יעצט קען ער שוין זאגן "פארזיך אליינס" אז לדעתו איז א זכי' צו זיין.

זאג מיר דעם ריינעם אמת: האלטסט עס מאכט סענס? הזאת הנהגה?! האסטו נישט געשפורט אז דו זוכסט א לאך פאר באהעלטעניש בשעת ער האט דאס געזאגט?

פאמאגראנט » 16/5/2012 01:15


הגז"ל קען טאנצען און קישן דער ספר תורה פונעם דברי חיים, אבער ער גייט עובר זיין בשאט נפש אויפן א איסור פונעם דברי חיים!!!

סטראבערי » 16/5/2012 01:15

שקר ווי אלע דיינע שקרים, אדרבה הער אויס די דרשה פון רבי'ן
http://dl.dropbox.com/u/15983596/%D7%93 ... 0-%201.pdf 

FiveBoro » 16/5/2012 01:17

איך האב עס שוין געהערט.

יישר כח עניוועי.

סטראבערי » 16/5/2012 01:19

ער האט געזאגט ער האט געווארט צו זעהן די עסקנים פון איחוד קהלות וועלן קענען צושטעלן סאטמאר זאל קענען גיין, דהיי' מיט די רעדנערס, פראגראם וכו'
דאס איז געווען די בריוו, יעצט קען ער זאגן אז ס'איז מסודר און ס'איז פאר א סאטמאר'ן קיין פראבלעם צו גיין

פאמאגראנט » 16/5/2012 01:21


גייט נישט זיין קיין ענגלישע דרשות????????

FiveBoro » 16/5/2012 01:33

לייג זיך נישט צונאר!

עס זענען געקומען צו אים די עסקנים, און געזאגט אז זיי זענען גרייט אלעס נאכצוגעבן אז ער זאל שיקן זיין עולם.

האט ער פארלאנגט אז בעלזא רבנים טארן נישט רעדן, און אז יצחק שטערן דארף וויסן פאראויס ווער עס גייט רעדן, און זיי האבן מסכים געווען.

דאס אלעס איז געווען נאך פאר סקולענער רבי איז געקומען!

סוי וואס איז געווען ווייטער? וואס האט געמיינט דער בריוו?

און לו יהא לשיטתך אז ער האט נאכנישט געוויסט צו זיי גייען נאכגעבן וועגן בעלזא, איז דער בריוו א מיטל וויאזוי צו וויסן צו די עסקנים קענען זיך צושטעלן?

דו קענסט "דיר" אשפר בעסער מסביר זיין דעם דורכגעפאלענעם ספין?

מאך נישט ליצנות פון דיין פארטיי.

גרוינים » 16/5/2012 01:36

כדאי צו פארשטיין דעם רבין ויל איך אייך מיטטיילן א אינטערסאנע מעשה וואס האט יעצט פאסירט אין ב"פ אבער איך וויל מאכן א הקדמה אז איך וויל חלילה נישט שטערן דעם כינוס לש"ש און אדרבה ווער עס האלט אז סוועט אים העלפן זאל אהין גיין 
אבער אין מציאות איז דער חלק העסקנים כמובן ווען מארבעט מיט 50 טייגן אינאיינעם איז דאך אלעס צופארן (טראץ די כלליותדיגע הצלחה ב"ה) האט פאסריט אז די עסקנים פון הגרמ"ד מבאבוב האבן צוזאמענגשעטעלט אסאך ארבעט און ווי יעדער איינזייטיגער מעטש קען דער יצר גובר זיין אז פאליטיק זאל זיין פאר תכלית האבן זיי באשלאסן אריינצומישן פאלטיק אינעם קונטרס וואס זיי האבן געמאכט פאר די עסקני האיחוד לטוהר המחנה און זיי האבן דארט מכתיר געווען הגרמ"ד פאר באבוב און הגז"ל פאר סאטמאר רבי 
אזוי ווי די עסקנים האבן דאס געכאפט האבן זיי שנעל אנגערופן אין פאסט אפיס און געבעטן דאס צי קענסלען וויסנדיג אז דאס וועט מאכן פונעם כינוס א פאליטישן ציהל ברעט פאר פריוואטע קהלות סכסוכים און למעשה איז טאקע אנגעקומען דער קונטרס נאר אין ק"י וואו סאיז שוין געווען צו שפעט אבער אין גאנץ ניו יארק נישט
די עסקנים האבן באשטעלט א גארבטיש קאמפאני עס אפצונעמען פון פאסט אפיס אבער מהאט עס נישט געפונען 
און ווי סשטעלט זיך ארויס האבן די עסקנים פון 45 באבוב ארויסדערווישט פון איינע פון די העכערע עסקנים ווי מהאט עס געלייגט און זיי האבן עס גונימען און נעכטן געמאכט אן אקציע און פארשפרייט אין אלע שוהלן אין ב"פ און ביי אלע הייזער דעם פאליטישן קונטרס 
אזוי ווי די עסקנים האבן זיך געוויסט דערפון האבן זיי נעכטן אנגערופן דעם ראש ישיבה פון באבוב 48 און זיך אנטשולדיגט אז סהאט נישט מיט זיי
האט דער ראש ישיבה גענטפערט בזה"ל: אויב קענט איר נישט קאנטראלירן אייערע אייגענע עסקנים ווי חלומט איר פון קאנטראלירן כלל ישראל" ע"כ

איך מיין אז דאס איז איבער גענוג פאר ווער עס וויל פארשטיין אז מקען נישט נעמען קיין "אחריות" פון פארויס אויף קיין שום זאך פונעם כינוס נישט ווייל די עסקנים זענען נישט ערליך אדרבה זיי מיינען לש"ש און וועלן אי"ה מצליח זיין 
אבער מיט א לאקשען קוגל פון אלע מיני טייגן פון כלל ישראל איז יעדע דיטעיל "איינגעשטעלט" און מקען קיין אחריות נישט נעמען אפילו מען וויל 

און דער ענין פון אחריות מיין איך איז געווען די ערשטע זאך וואס דער רבי האט געזאגט פאר סקולענער רבינס זוהן וד"ל



תוקן על ידי גרוינים ב- 16/05/2012 02:00:45

ריזקאליש » 16/5/2012 01:38

סטראבערי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ער האט געזאגט ער האט געווארט צו זעהן די עסקנים פון איחוד קהלות וועלן קענען צושטעלן סאטמאר זאל קענען גיין, דהיי' מיט די רעדנערס, פראגראם וכו'
דאס איז געווען די בריוו, יעצט קען ער זאגן אז ס'איז מסודר און ס'איז פאר א סאטמאר'ן קיין פראבלעם צו גיין


איך וויל פארשטיין וואס מיינט די ווערטער
איז אויף דעם ארויף איז געווען דער בריוו וואס איז ארויסגעקומען וואס איז געווען געשריבן אזווי מ'האט געזעהן, ווייל מיר האבן געוואלט זעהן וואס דער פועל יוצא (העתק מילה במילה)
וועגן וואס האט אויסגעפעלט צו שריבן א בריוו כדי צו זעהן דעם פועל יוצא?

און ווידער אז ר' מתתי סאלמאון שליט"א לאדנט איין שטיינמאן דאס הייסט פאר סאטמאר נישט קיין פראבלעם?

ריזקאליש » 16/5/2012 01:43

גריונם[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמהווייס » 16/5/2012 02:01

אזהרה חמורה לר' זלמן לייב ט"ב
שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

גרוינים » 16/5/2012 02:13

שלמה סטאפ שוין מיט דעם קראק 

שלמהווייס » 16/5/2012 02:26

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
This is a good point