היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברעיקינג: אהרונים ווידעראמאל אריין אין קאורט וועגן די קעמפס!

ברעיקינג: אהרונים ווידעראמאל אריין אין קאורט וועגן די קעמפס!

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2958387

סענעטאר » 10/5/2012 20:25

היינט צופרי זענען די אהרונים ווידעראמאל אריינגעלאפן אין געריכט, אן רשות בי"ד פארשטייט זיך, און פארלאנגט א עמערדזשענסי הירינג וועגן די קעמפס קומענדיגן דינסטאג.

פרטים יבואו


תוקן על ידי סענעטאר ב- 10/05/2012 20:29:21

kj_monroe » 10/5/2012 20:27

הא לן והא להו

לאנצוט » 10/5/2012 20:30

וועלכע איסור איז פאראן אין שלחן ערוך קעגן רופן די קאונטי אין קאורט
(אויב די היידפארק באריכט איז אמת).

לאנצוט » 10/5/2012 20:32

איך ווייס נישט צי ס'איז בכלל אמת. אבער דיין עצה פון שוין גיין אין קעמפ יעצט (אן א פערמיט דערווייל) איז אביסל אן שכל.

חוץ אז פאר נצחון וועט מען טאן סטופיד זאכן, דארפסטו אויך נישט פארציילן אזא סיקרעט אקציע.

סענעטאר » 10/5/2012 20:35

דו ווייסט נישט צי ס'אמת, אבער דו ווייסט אז פונקטליך וועם מ'קלאגט. מאדנע.

לאנצוט » 10/5/2012 20:42

איך ווייס טאקע נישט צי מ'איז אריין אדער נישט.
אבער דאס אז מ'זאל רופן יאנקעל כהנא אדער דוד ראזענבערג איז אוממעגליך, ווייל די פערמיטן גיט די קאונטי. ממילא קען מען נאר זיי רופן אין קאורט. אזוי פארשטייט אזא חלה דעקל ווי לאנצוט.

אויף היידפארק קענסטו שרייבן אז מ'רופט כ"ק מהרז"ל אין קאורט, אבער מאך דיך נישט נאריש. אויב עפנט מען א קאורט עקשאן איז עס אוודאי נאר קעגן די קאונטי.

ממילא פרעג איך נאכאמאל, אין וועלכע שלחן ערוך שטייט אז ס'איז אסור צו רופן די קאונטי אין קאורט?

סענעטאר » 10/5/2012 20:56

לאנצוט, די אהרונים דארפן נישט קיין היתר בית דין אפילו ווען זיי רופן ר' דוד ראזענבערג אדער ר' יעקב כהנא, והא ראי' זיי זענען געגאנגן אין קארט מיט א יאר צוריק און נישט געהאט קיין היתר בית דין.

למען הפונקטליכקייט: די אהרונים האבן נישט געעפענט קיין נייע קלאגע אין געריכט, נאר באצוען זיך אויף די אלטע קלאגע וואס זיי האבן אריינגעגעבן מיט א יאר צוריק.

לאנצו"ט יעצט לאמיר הערן וואס דו זאגסט.

לאנצוט » 10/5/2012 21:03

איך טראכט אריין צי דער מהלך פון די ארונים צו גיין אין קאורט איז קלוג אדער נישט.
פארשטייט זיך אז מ'קען דן זיין ביידע זייטן און איך וועל עס פראבירן אויסשמועסן:

איך גיב נישט קיין איין פראצענט אז ס'וועט געלונגען פאר די ארונים אז די קאורט זאל זיך אריינמישן, און אפשטעלן די פערמיט פאר די זאליס.

די קאונטי וועט כמעט זיכער געווינען 99 פראצענט און די זאליס וועלן זיי אין די קעמפס.

אבער... שיטת לאנצוט איז אז אלעס איז פאר רשעות, רשעות פון די ארונים קעגן די זאליס, און רשעות פון די זאליס קעגן די ארונים. עס האט גארנישט מיט די קינדער, גארנישט מיט די צאן קדשים, יעדער איז נאר דא צו פליקן דעם אנדערן. ממילא אויף דעם סמך טראכט איך אביסל חיה'יש און אפשר איבערגעטריבן אבער וואס קענען די ארונים דערלייגן... די זאליס האבן עס ממילא שוין באקומען, וואס איז דא צו דערלייגן פאר די ארונים.

ממילא איז מיין מיינונג אז אויב מ'קען גארנישט דערלייגן קלער איך אז עס איז יא א גוטער מהלך צו גיין אין קאורט און פראבירן וואס מ'קען. איי די ארונים וועלן סיי-ווי פארלירן לוינט זיך נאך אלץ צו גיין און פראבירן אפשר איז עס "יא באשערט" פאר די ארונים.. (יעצט לאמיך אביסל שפילן הייליג...)

דייקן » 10/5/2012 21:15

נאכאמאל, וויפיל פראצענט געבסטו, איינס אדער גארנישט?...

סענעטאר » 10/5/2012 21:15

קום מיר צוריק צום אלטן. לאנצוט בשיטת יוסי בראך ושמעון ישראל קליין אזלי.

לאנצוט » 10/5/2012 21:18

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נאכאמאל, וויפיל פראצענט געבסטו, איינס אדער גארנישט?...

איך גיב ווינציגער פון א פראצענט.
דאס מיינט 99 מיט עפעס אז מ'וועט פארלירן.

סענעטאר » 10/5/2012 21:19

[בילד – נישט אפגעהיט]

סענעטאר » 10/5/2012 21:21

[בילד – נישט אפגעהיט]

סענעטאר » 10/5/2012 21:22

[בילד – נישט אפגעהיט]

סענעטאר » 10/5/2012 21:24

[בילד – נישט אפגעהיט]

סענעטאר » 10/5/2012 21:26

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 10/5/2012 22:09

סענאטאר טייערער,

א דאנק פאר'ן ארויפשטעלן די פאפירן.
יעצט זעה איך טאקע, אז קהל יטב לב האט א תביעה צו א דריטע-פארטיי, (קאונטי), היתכן זיי האבן גענומען א צד אין דעם סכסוך וואס די קאורט האט געזאגט אז זי קען נישט אריינרעדן.

אגב איך האב שוין געזאגט מיין מיינונג אז עס איז נישטא קיין פראצענט אז די קאורט וועט זיך אריינמישן. אבער עס איז דאך כדאי, לדעתי. כאטש וואס די טענות וואס דער לאיער ברענגט ארויס זענען גאנץ גוטע, וועט די קאורט נישט גיין קעגן די קאונטי).

איז דא עפעס וואס איז קעגן די הלכה ספעציפיש.

זאלי200 » 10/5/2012 22:20

אז מייק היין האט געזאגט עטליכע וואכן צוריק אז ער וויל געבן פערמיט פאר זאליס נאר עס איז קעגן די געזעץ, דארף מען אים רופן אין קורט היתכן ער טוט קעגן געזעץ, און מען איז מחוייב עס צוטוהן ע"פ צו ראטעווען נכסי הקהלה

oאטמארער » 10/5/2012 22:38

ווייל אזוי איז געשטאנען אין דער בלאט?

זאלי200 » 10/5/2012 23:35

ניין, די בלאט זאגט מיר נאך

יוסף90 » 11/5/2012 03:38

כל זמן וואס עס איז נישט גע'פסק'נט אז קהל יטב לב באלאנגט נאר פאר די אהרונים, קענען די אהרונים נישט פאדערן ארויסווארפן ר' דוד ראזענבערג אדער "מחנה רב טוב" פון די קעמפ'ס, במילא ווער עס איז דער מוחזק וועט עס האבן


לאנצוט דערמאן זיך, ווען איר האט געמאכט דעם ערשטן "טי-אר-או" ביי באטרא


תוקן על ידי יוסף90 ב- 11/05/2012 03:39:41

געלעכטער » 11/5/2012 04:03

יוסל, וואס גייט דיך אן אז די אהרונים וועלן טאנצן נאך אפאר מאל חסדי השם?

מאירשלום » 11/5/2012 05:23

זייער קליג פון די ארונים פארן גיין אין קארט, אזוי וועט די דשארדש זאגן אז וויבאלד צד מהריי זענען ליגאל און די בנינים קען מען געבן א פערמיט, וועט מען בעזרת השם פראווען נעילת החג שבועת אין נייעם בית מדרש

געלעכטער » 11/5/2012 05:26

קינדערישע שטותים.

קל_וחומר » 11/5/2012 06:16

Quote of The Century

This was the very first time that the
"real" CYL has some up before the Ulster County Department of Health. Until now, David Rosenberg (who was expelled from the true CYL.) filed for permits through the prior fraudulent deed holder. Everything has now changed

קליפ » 6/6/2012 15:45

Kiryas Joel Allies File $50M Suit Over Camps

liner1 » 10/6/2012 09:51