היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » פראקטישער בריוו אין "דער איד" די וואך פון קאקאש אינדיג

פראקטישער בריוו אין "דער איד" די וואך פון קאקאש אינדיג

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2958374

סענעטאר » 10/5/2012 18:56

אין היינטיגן דער איד האט קאקאש אינדיג אריינגעשיקט א פראקטיש בריוול, אונטערגעשריבן מיט ר"ת נ.מ.א. שרייבט ער אז יעצט ווען מ'הייבט אן איינקויפן די קליידונג פאר די קינדער אין קעמפ איז ראטזאם נישט צו קויפן קיין ליכטיגע קליידונג, היות די קינדער שפילן זיך אסאך אין די זאמד, און אזוי אויך עסן די קינדער רינעדיגע קאקאש קעיק, וועלכע לאזט איבער שווערע פלעקן אויף די קליידונג און עס קומט שווער אראפ.

כלל ישראל באדאנקט דעם בארימטן שר העסקנים והשתדלנים ר' קאקאש אינדיג אויף די אנווייזונגען, און מיר האפן אז ער וועט ממשיך זיי מיט די עבודת הקאקאש ביתר שאת ויתר עז.

דאסטערס » 10/5/2012 22:43

יעצט ווערט מיר שוין קלאר וואס רעבארן האט געוואלט מיט די קאקאו דרשה פאריאר. דער רעבארן האט געהאט א ווייטע בליק אז נפתלי משה קאקאש קעיק וויל געוועלטיגן איבער אלע קאקאש קעיק, האט נפתלי משה קאקאש קעיק געהייסן רעבארן זאל האקן אויף קאקאו, איי פארוואס פונקט חול המועד פסח? ווייל חול במועד פסח איז דאך א געווען די טאג ווען רעבארן האט געוואלט ווערן רב הסעיר און אייננעמען סאטמאר, האט מען צאמגעשטעלט חול המועד פסח נ"ט און חול המועד פסח ע"א און געמאכט א פשוטע חשבון אז קאקאש קעיק מאכט מען דאך מיט קאקאו, און נפתלי משה האט דאך נישט געהאט קיין קאקאש קעיק אין קעמפ, מילא וועט מען אנווארענען יעדן איינעם אז נאר די פלעטבושע אידן און רב יושע העכט מעגן האבן קאקאו / קאקאש קעיק אום פסח וואס דעמאלטס האט געזאלט זיין די גרויסע טאג אז רעבארן זאל ווערן רבי אין סאטמאר און אזוי וועט ער קענען אנשטאפן דעם הונגעריגע אינדיק מיט קאקאש קעיק, אבער... נו העלפטס מיט...

באלאנד » 10/5/2012 23:32

לערנסט סוגי' דמתוך אזוי טיף ווי ר' אהרן.

נארפאקטן » 10/5/2012 23:38

אויב עס איז טאקע דא אזא בריוו אין דער איד האבן זיי זיך דערנידערט צו די בלאט׳ס לעוול

אזא טפשות

דייקן » 10/5/2012 23:43

בכלל נישט קיין טיפשות, אזוי רעדט מען ווען מ'איז אין אן אויפגעלייגטן שטימונג.

נפל » 11/5/2012 00:52

שרייבט מיר איינער אין אישי אז קאקאש אינדיג האט היינט ביי תיקון געווארפן אויף איינעם א שאכטל הערינג ווייל יענער האט אים דערלאנגט א סלייס קאקאש

קאקאש_קעיק » 11/5/2012 03:19

היינט איז געווען פרייליך אין די גרינע מוסדות, מען האט געהייסן נעכטן אלע קינדער ברענגען עסן לכבוד ל"ג בעומר, א יעדע אינגעל האט טאקע געברענגט, איין אינגעל האט אבער געברענג קאקאש קעיק, מער פון דעם האט נישט אויסגעפעלט, די מלמד האט אריינגעריפן די מנהל ר' יודא בער טעללער, ר' יודא בער האט אנגעכאפט דעם אינגעל ביים אויער און אים אראפגעשליידערט אויף די ערד מיט א ווילדע רציחה, און אים אנגעריסן די ביינער, די אינגעל האט זיך אויפגעהויבן און געגאנגען צום פאבליק פאון קאלן זיין טאטע, די טאטע איז אנגעקומען און אריין אין די קלאס ווי די אינגעל איז שוין געזעצן מיט געשוואלענע באקן, די טאטע האט באמערקט ווי עס זיצן 7 אינגלעך, פרעגט ער דעם מלמד וואס גייט פאר? דא זיצן נאר 7 אינגלעך מיין אינגעל זאגט מיר אלץ אז עס איז דא 16 קינדער אין די קלאס, די מלמד ענטפערט אמת טאקע געווענליך איז דא 16 קינדער אבער היינט זענען עטליכע קינדער געקומען געקומען מיט ווייסע העמעדער האט מען זיי אהיימגעשיקט, דיין אינגעל איז אבער געווען א אויבער חכם און געבליבן מיט די ווייסע העמד און קאקאש קעיק האט ער אויך געברענגט במילא האט ער געדארפט אויספאלגן די ווארענונג פון די הויעכע פענסטערס אז מען זאל נישט לאזן ברענגען קיין קאקאש קעיק צום סעודה ווייל עס ברענגט אויך שלעכטע זכרונות, און פאר די זעלבע טעם האט מען נישט געמעגט קומען מיט א ווייסע העמד. קאמענטארן זענען איבריג!

געלעכטער » 11/5/2012 03:30

לאנג לעבן זאל די קאקאש קעיק רעוועלוציע! ‎​
 
אינדיג וועט שוין לכאורה פאראייביגט ווערן אלס קאקאש אינדיג, א צייכן צו זיין גרויס חכמה און פקחות וואס האט דעליווערט די קעמפס פאר די אהרונים.

נארפאקטן » 11/5/2012 18:07

א חידוש אז נאך אזא געווינס איז מען נאך פארנומען מיט אזעלעכע שטותים

דאס פאסט פאר לוזערס

kj_monroe » 11/5/2012 18:19

איז שוין איינעם בייגפאלן אז אפשר האט די 2 זאכן נישט קיין שייכות די בריוו מיט טיפוש אינדיג (וואס ווער סגענדענקט אביסל היסטארי געדענקט ווי זיין באבע איז אריין געקימען און בית המדרש וויינען ווען מהאט גענימען דעם סבלן פאר רב פאר קיט"ל ק"י און תשמ"ה)

זאלי200 » 11/5/2012 20:08

איך האב יעצט אראפגעלייגט די טעלאפאון מיט ר' יודא בער טעלער, ער געפינט זיך אין ארץ ישראל יעצט, 

זיבענבערגן » 11/5/2012 20:21

ער איז געפארן מיט די "קעמערא" אדער אן דעם?

fido005 » 11/5/2012 21:22

אפשר קען איינער מיר מסבור זיין וואז איז די וויץ מיט קאקאש קעיק, איך האב זעהט אויס עפעס פארפאסט, ביטע ענטפערען א דאנק

קאקאש_קעיק » 11/5/2012 23:32

שוין גארנישט קיין וויץ די קאקאש קעיק, פרעג נאר קאקאש אינדיג ער וועט עס דיר זאגן.

קאקאש_קעיק » 13/5/2012 17:59

דער לוזער קאקאש אינדיג געט נישט אויף און קען נישט אראפשלינגען אז ער האט נישט באקומען קיין קאקאש קעיק, נעכטן מוצאי שבת האט קאקאש אינדיג אריינגערופן אויף די זאב ברענער טאולק שאו און זיך באקלאגט מיט די אלטע טענה אז די די קעמפס טאר נישט גיין צו די זאליס ווייל ער האט נישט באקומען קיין קאקאש קעיק אין קעמפ! איר הערט ווערטער? א גרויסע טאטע וואס מאכט שוין חתונה קינדער וויינט אז ער האט נישט באקומען קיין קאקאש קעיק, זאב ברענער האט אויסשאסן אין א געלעכטער ווי דער קאקאש אינדיג קען נישט מוחל זיין אז ער האט נישט באקומען קאקאש קעיק. קאקאש אינדיג עס איז שוין די העכסטע זאלסט אויסוואקסן דיין בעבישקייט און אויסטון די קינדערישע שיך, ווייל אז נישט וועסטו אריינגיין אין איין פנקס מיט יאסי בראך און אברהמי רובין.

עםהארץל » 13/5/2012 22:05

קאקאש אינדיג האט באקומען א מתנה די וואך שבת פון אפאר געטרייע עסקנים, א דעליווערי פון א ריזיגע באקס קאקאש קעיק

ער האט זיך געקענט שטאפן מיט קאקאש קעיק א גאנץ שבת

זאלי200 » 14/5/2012 03:28

אז  מרעדט ביי די זאליס פין  קאקאש קעיק זעהט מען ביי די בחורים אין  אינגעלייט אז דאס איז א'גאנצע אישו, אין זיי וייסן מיטאמאל פין וויא דאס שטאמט, אויב אזוי מיז מען דאס דערמאנען למען ידעו דור אחרון, 

ד' עפיזאד איז פארגעקומען אין ראש השנה תשס"ז, דאס ערשטע יאר וואס ר' זלמניו האט זיך איינגרעדעט אז ער איז רבי, (די לעצטע ל"ג בעומר האט ער שוין פארציילט ברבים ד'גאנצע אמת, "איך קען נישט זאגן א'מיינונג פאר אנדערע, נאר פאר מיר אליין, לדעתי דארף מען גיין צום כינוס) 

על כל פנים, ס'קימט צי גיין תקיעות, ר' זלמניו פראבירט אהער אין אהין, אין ס'גייט נישט, ער שטרענגט זיך אהן בלאזן פין אויבן ביז דער וייל בלאזט זיך פין אונטען, 

בצר לו האט מען איבער געגעבן די תקיעות פאר איינע פין זיינע קינדער וואס איז געווען גערישט אויף דעם מיט א' צווייטע שופר,אין ר' זלמן'ס שופר האט מען אין זייט גענומען באקוקען וואס דא גייט פאר, 

אין דעמאלטס איז אלץ געוואר געווארען, ר' זלמינא האט זיך אן געגעסן ביי די פאוזע מיט גרויסע כזיתים קאקאש קעיק פין ראזנפעלד'ס בעקערי, אין סאיז געבליבען אסאך שטיקלעך צווישען די ציינער, אין אזוי ווויא ער האט געוואלט בלאזן, איז ארייו געפלויגן אשטיק קאקאש אין שופר, אין גענצליך פאר שטאפט, 

זייט דענסט מאל האט מנשה פיליף געפאסקנט, אז די שופר פין ר' זאלישל איז א' מקום שמכניסים בו חמץ אין סאיז מחוייב מיט ביעור חמץ בברכה כדין, 

דאס די היסטוריע פין די קאאש קעיק ביי די לעגאר פין די זאלונים, ואידך זיל גמור, 

נישטאמת » 14/5/2012 17:06

[בילד – נישט אפגעהיט]