היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » די פייערליכע הדלקה צערעמאניע איז א גרויסע מאגנעט פאר אלע חסי...

די פייערליכע הדלקה צערעמאניע איז א גרויסע מאגנעט פאר אלע חסי...

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2958163

צביהירש » 9/5/2012 16:19

די פייערליכע הדלקה צערעמאניע איז א גרויסע מאגנעט פאר אלע חסידי אדמו"ר

א גרויסע שאד אז די חשובע עסקנים וגדולי ישראל וועלכע זענען עוסק למען חיזוק הדת וכינוס הכלל ישראל האבן נישט געוויסט פון דעם בייפאל (טריק) וויאזוי מ'קען צוזאמען ברענגען אידן פון אלע שיכטן צום מקום האסיפה.

 

אויב מ'וואלט באשטימט די אסיפה אויף היינט נאכמיטאג ביום ד' פ' אמור ערב ל"ג בעומר און מ'וואלט מכבד געוועהן דעם חשוב'ן אדמו"ר הגדול פון סאנז קארט צו אנצינדן דארט א ריזיגן הדלקה מיט א גרויסע טראסק מיט א פייערליכע צערעמאניע תיכף נאך די דרשות למען חיזוק היהדות. דאס וואלט זיכער געגעבן פאר עהם די גרעסטע כבוד המדומה און דאס וואלט צוגעצויגען אהין די שוואכערע עלעמענטן פון די חסידישע בויעס וואס האבן יא אומגעפילטערטע אינטערנעט. ובכלל וואלט דאב אהין געברענגט אלע זיינע חסידים וידידים פון די וואס זיכן אזעלכע פייערונגען.

 

יעצט איז שוין צו שפעיט דאס צו טוען.

א שאד! א שאד!

קליפ » 9/5/2012 16:57

הדלקה » 9/5/2012 17:35

[בילד – נישט אפגעהיט]

נישטאמת » 9/5/2012 18:16

יא יא פלאצן זי בזכות התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי

שמעלקאלע » 9/5/2012 19:33

נישטאמת גוט געענטפערט
זייער קלוג!!

נישטאמת » 9/5/2012 20:08

שמעלקאלע
געשאסענע פאלן

צביהירש » 9/5/2012 22:37

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים

מיר דאנקען דעם רבון כל העולמים אז מיר באלאנגען "נישט" צו די פארטיי.

נישט נאר מיר פלאצען "נישט" נאר מיר פרייען זיך בשמחה אמיתית אז מיר האבן ב"ה זוכה געוועהן נהנה זיין פון אור קדושתו און געשטאנען איבער 18 יאהר ביים טיש כ"ק מרן רבינו בעל ויואל משה זכרונו לברכה.

ער האט גוט פארשטאנען דעם באדייט פון ל"ג בעומר בנגלה ובנסתר טראץ דעם וואס ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיין הדלקה.

ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף (כפשוטו וכמשמעו) סיי ער האט עם נישט געקאנט חאטש ער איז געוועהן זיין נעפיו. ומכל שכן לפי הפשט "עשה עצמו כאילו לא ידע" ער האט עהם אלעמאל פיינט געהאט ער האט עהם נישט געוואלט קענען. והראי' אז ער פלעגט חוזק מאכן פון זיין ישיבה. אזוי ווי דער בן הגדול האט מיך פערזענליך אליין געפרעגט אמאל (בשנת תש"ל) אמאל פארענדיג אינאיינעם פון ווילאמסבורג קיין בארא פארק, ווען דער בן הגדול האט מיך געזעהן אפשטייגן ביי די ישיבה אויף סאנז סטריט. זאגט ער מיט אזא חוזק שמייכל, די לערנסט אויך אין די עקעדעמי.

צביהירש » 9/5/2012 22:54

לאמיר אביסל מתבונן זיןן אין די מאמרי חז"ל אין מס' סנהדרין דף ק"ב איבער די פרשה פון ירבעם בן נבט. וואס ער איז נתמנה געווארן פאר א מלך ישראל על פי הנביא. נישט דורך אפאר אינגע היציגע קעפ.
דער ירבעם איז געוועהן פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורו, ער האט געקענט כל התורה כולה בלי גוזמא.
אמר רב יהודה אמר רב שכל תלמידי חכמים דומין לפניהם כעשבי השדה ואיכא דאמר שכל טעמי תורה מגולין להם כשדה.


פון דעסטוועגן דאך האט ער מחמת נגיעות, פארפירט די אידן צו מאכן א צערעמאניע (בנוסח די נייע סטייל ל"ג בעומר סעלעברעישאן) פאר זיינע קעלבער. אלעס נאר כדי די אידן זאלן נישט גיין צו ירושלים עולה רגל זיין.

רוב כלל ישראל זענען ליידער געוועהן זיינע נאכפאלגערס, (בנוסח די פארטיי וואס רופן זיך אהרונים. זענען 10 שבטים אריין געפאלן צו ירבעם, טייל מחמת אהבת ירבעם און טייל מחמת פחד.)

השי"ת האט עהם געבעטן קום און טוע תשובה. ווי די גמרא פארציילט: אמר ר' אבא אחר שתפשו הקב"ה לירבעם בבגדו ואמר לו חזור בך ואני ואתה ובן ישי נטייל בגן עדן אמר לו מי בראש בן ישי בראש אי הכי לא בעינא.

שוידערלעכע ווערטער. ווייל ער האט געוואלט זיין בראש, איז ער ל"ע פארפאלען געווארן אויף דורי דורות.

ממש ווי מיר זעהן היינט די רייסערייען צווישן די 2 פארטייען, וואס ביידע וואלטן געקענט וואקסן אין בליען פאר זיך. ביידע האבן טויזענטער מעמבערס איבער די וועלט, נאר קוקענדיג אז די פארטיי פון דעם יונגערן ברודער האבן אפשר שענערע אידן צו שענערע אינגעלייט, גייט מען אין קארט אלעס חרוב צו מאכן, בבחינת גם לי גם לך לא יהי'.

לאמיר זיך מתבונן זיין און תשובה טוען באצייטענס.

לאנצוט » 9/5/2012 23:42

צבי_הירש. נישהקשה פון א קוגל לכבוד ל"ג בעומר, לע"נ התנא אלקי רשב"י. אמן.
יעצט ווייס איך שוין אז אהרן איז פינקט ווי ירבעם, ווייל ער לאזט נישט די רבבות גיין קיין ירושלים.

אבער ווער איז רחבעם?

נישטאמת » 10/5/2012 00:56

צבי הירש
די האסט באוויזן גאונות

lankee » 11/5/2012 08:01

די נישט אידישע נייעס באריכטן די הדלקה