די טעראריסטן האבן פרובירט לעצטנס צו אונטערדרוקן דעם רב וואס איז געשטעלט געווארן דורך הג"ר נסים קרליץ שליט"א צו ענטפערן די שאלות וואס מאכן זיך יעדן טאג בנוגע די קברים, וואס ביי אתרא קדישא ווערן די האקעלע שאלות גע'פסק'ט דורך אזעלכע גרויסע תלמידי חכמים ווי חיים טויסיג און יחזקי קאלמנאוויטש, אבער דא ווערט יעדע קלייניגקייט דורכגערעדט מיט א רב, וכל דבר הקשה ווערט פארגעלייגט פאר די גרעסערע רבנים ווי דער פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א.
די פארגאנגענע וואך האבן זיי באגאסן די גאסן מיט פאשקעווילן, וואו זיי האבן - ווי זייער שטייגער - געשריבן מיט א פרעכהייט און געמיינקייט קעגן א רב א מורה הוראה מובהק, צוליב זיין חטא פון געבן הוראות בעניני קברים אן זיך דורכצורעדן מיט די אידן וועמען בריסקער רב האט פארבעטן צו טוהן עסקנות אין טברי'...
אין די פאשקעווילן האבן זיי אויסגערעכנט פארשידענע מקומות וואו לויט זייער דעת תורא און לויט זייערע ביליגע שקרים און דמיונות האט מען דארט מחלל געווען קברי ישראל, און בעיקר אצינד אין יבנה.
אין רעאקציע צו דעם איז ארויסגעקומען א שארפע בריוו פון דריי גדולי ישראל, הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א, הגאון ר' נסים קרליץ שליט"א, און באזונדער שרייבט צו מרן הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד ירושלים.
דער בריוו באציהט זיך צו די ביזוי תלמיד חכם, און ברענגט אויך ארויס די עדות פון די גדולי ישראל אז די עסקני האגודה למניעת חילול קברים שטייט אונטער די הדרכה און פירערשאפט פון גדולי ישראל, און דערמיט ווארפן זיי אפ די שקרים וליצנות פון אתרא קדישא וועלכע שיקט ארויס פראטעסטירן אויף יעדן פלאץ וואו די ועד גיט א השגחה.
(אצינד איז ערווארטעט אז יוסל90 וועט זיך נעמען גיסן פעך און שוועבל אויף די רבנים שליט"א, בלויז א האלב יאר נאכדעם וואס ער האט טראמפייטערט מיט א בריוו וואו די זעלבע גאונים שרייבן אז מען טאר נישט מסרן אתרא קדישא...)
תוקן על ידי FiveBoro ב- 09/05/2012 01:03:29