היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מענדעלע טייטלבוים משנה ממנהג אבותיו

מענדעלע טייטלבוים משנה ממנהג אבותיו

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2957914

שמעלקאלע » 8/5/2012 13:54

כידוע האט דער רבי זי"ע נישט געלאזט דאווענען מעריב פרייטיג צו נאכט'ס פאר זמן ר"ת, אפי' אין אייראפע ווי דער זמן ער"ש איז זייער שפעט, האט דער רבי נישט געלאזט מאכן קיין פריע מנין אין זיין ביהמ"ד, ווייל ער האט געהאלטן אז מ'דארף דאווענען מעריב נאך ר"ת אפי' ליל שב"ק.

יעצט דא האט איר וואס בחצרות סאטמאר שרייבט:


"בשעת'ן צוגרייטן די סעודת ליל שב"ק איז פארגעקומען א שיעור און ספר הק׳ ייטב לב דורך נכדו החתן הרב יקתואל יהודה טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ דער רב שליט"א,
און בערך א שעה נאכ'ן דאווענען איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו די סעודה ווי מען האט געציילט ספירה  - צוליב וואס מען האט געדאווענט מעריב אין א פריע שעה, און דערנאך האט מען אנגעהויבן די סעודה אויף א גאר ווארימע פארנעם."

ע"כ לשונם.

נישטאמת » 8/5/2012 13:56

וואס איז געווען דער סיבה  צי דעם האסט אפשר מברר געווען אדער די ביסט ציפרידען ביזן דאך אז ב''ה די האסט וואס צי האקן

וואלןסח » 8/5/2012 14:55

כידוע? ווי איז דער כידוע? ברענג א מקור

לאנצוט » 8/5/2012 17:30

שמעלקאלע מישט אויף מיט מוצאי שבת קודש, איבער די שיטה פון ר"ת.
נישקשה. לאנצוט האט גארנישט געזאגט...

עכטער_חסיד » 8/5/2012 17:46

וואסערע פעלער איז עס?

ער אזי געוואוינט דערצו נאך זייענדיג רב אין אנטווערפען וואו רוב רובו פונעם חסידישן ציבור (אפילו אין ביידע סאטמארע בתי מדרשים איז דא אויך א פריע מנין) דאווענט מען פריער

שמעלקאלע » 9/5/2012 01:37

ס'איז נישט דא אין אנטווערפען קיין פריע מנין, נאר מ'דאווענט מעריב ביי 60, און ווען מ'ענדיגט האלט מען ביי ר"ת
און מ'ליינט צוזאמען קרי"ש, דאס איז נאר אין אנטווערפען וואס דער רבי האט דאס נאכגעגעבן זייענדיג דער שפעט'סטע זמן פון גאנץ אייראפע, אבער למשל אין לאנדאן און מאנטשעסטער איז בכלל נישט דא קיין מנין ביי 60 נאר ביים זמן פון ר"ת, אין דער סאטמארער בית מדרשים, און אין סיגוט איז דער זמן דאכצעך פריער ווי אין לאנדאן,
איז ממילא זייענדיג א רב וואס פאריפט זיך אלס סאטמארער רב אין ווילימאסבורג מכלומרש'ט איז דאס ריכטיג א משנה ממנהג אבותיו.

לאנצוט » 9/5/2012 01:59

אה מעריב ביי 60 איז נישט פרי... אקעי

ביידען » 9/5/2012 02:29

  סאטמאר לאנדאן 86 איז די איינציגסטע פלאץ ווי מען דאווענט ביים ר''ת זמן

שמעלקאלע » 9/5/2012 03:10

ביידען, שקר וכזב...
איך נאדיר א קוויטל מיט א פדיון טאמער דאווענט מען פאר ר"ת

שמעלקאלע » 9/5/2012 03:13

יעדער זאל פראבירען צו פראדרייען דער נושא...

פאקט בלייבט פאקט.... דאווענען מעריב פאר ר"ת, איז אפטייטשט משנה זיין ממנהג האבות
רבינו הק' איז געווען דערקעגן צו דאווענען מעריב אפי' ער"ש פאר ר"ת
דער מנחת יצחק פלעט דאווענען ביחידות מעריב אין מאנטשעסטער, היות ס'פלעגט נאר זיין א פריער מנין בבית מדרשו אין די זומער שבתים

עכטער_חסיד » 9/5/2012 05:16

שמעלקא'לע

פרעג דיך נאך ביי די אידן וואס פארן קיין אנטווערפען צום פשעווארסקער רבין שליט"א אדער זענען דארט פאר אנדערע סיבות, אז אין ביידע סאטמארער בתי מדרשים דאווענט מען ביים פלג המנחה דרבינו תם, דאס מיינט מנחה דאווענט מען בערך א האלבע שעה פאר'ן פלג, און דער זמן איז א 15 מינוט נאכ'ן פלג.

אין אלטן ביהמ"ד דאווענט מען אין ישיבה קטנה, נישט אין ביהמ"ד גופא ווייל דער רבי האט נישט געוואלט אז מען זאל דאווענען פרי אין ביהמ"ד.

אבער אין ביידע ערטער איז דא אויך א פריע מנין, וואו עס דאווענען שיינע אידן, אלעס ווייל עס איז שווער אויפצוהאלטן קינדער אזוי שפעט ווי 11-12 צו מאכן דעמאלסט קידוש.

לאנדאן איז נישט אזוי שפעט דער זמן ווי אין אנטווערפען, דעריבער פעלט עס נישט אויס.

עס איז א אסאך צו רעדן דערווען, אבער עס איז ניטש ווערד קיין ספעציעלן אשכול.

שמעלקאלע » 9/5/2012 12:12

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שמעלקא'לע

לאנדאן איז נישט אזוי שפעט דער זמן ווי אין אנטווערפען, דעריבער פעלט עס נישט אויס.

שקר וכזב!! אין לאנדאן און אין מאנטשעסטער דאווענט רוב שטאט פרי, און אין סאטמאר איז דא א קליינע מנין 40 מינוט נאכן זמן, און קיין פריע מנין איז דארט נישט דא ווייל דער רבי האט נישט געלאזט און לאנ' און אין מאנטש'...
יעצט אין סיגוט זיי מברר איז דער זמן פריע ווי אין לאנדאן אדער מאנטשעסטער
פינטל פינטל פינטל.

נישטאמת » 9/5/2012 14:49

שמעלקאלע עס וועט גארנישט העלפן די האסט מחליט געווען צי האקן בכל מחיר צי מען דאווענט אין לאנדאן אין מאנטשעסטער עס איז נישט וויכטיג דער עיקר די זאלסט קענען האקן
וכן דער זעלבע דיין אלע חברים דא אויפן אשכול....
איך האב  קיינמאל נישט געזען אז איינער דא זאל זאגן איי עם סארי איך האב געמאכט א טעות וד''ל

שמעלקאלע » 9/5/2012 14:51

נישט אמת ברענג ביטע ארויס קלארער דיין ווייטאג

נישטאמת » 9/5/2012 15:02

זעהר גיט צוריק גענטפערט
איך ווער ממש נתפעל!

נישטאמת » 9/5/2012 18:21

שמעלקאלע
אינזערע זיידעס האבן קיין הייד פארק אויך נישט געהאט
טיפש מטופש די האסט א פראבלעם מיט משנה ממנהג אבותיו
איך האב פאר דיר נאך אפאר דוגמאות אויב די דארפסט

עכטער_חסיד » 9/5/2012 18:40

שמעלקאלע

נישט יעדע זאך דארף מען אראפרייסן

ביידען » 9/5/2012 19:04

שמעלקאלע וואס איז נישט אמת? ביזט שוין אמאל דארט געווען:?
איך בין שוין יא געווען דארט
 סאטמאר 86 איז די איינציגסטע ביהמ''ד ווי די אפיציעלע מינין קבלת שבת פרייטאג צונאכטס איז ביי די 72 זמן רבינו תם כרצון רבינו הק'
קוקט אויס אז דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך מיין

שמעלקאלע » 9/5/2012 19:28

דער ציל איז געלונגען, אזויפיל תגובות, מסביר צו זיין אהער און אהין...

ס"ה= משנה געווען מדעת ושיטת רבינו הקדוש זי"ע

פינטל פינטל פינטל

נישטאמת » 9/5/2012 20:07

ווא!!!
קענסט יעצט שלאפען רואיגער באנאכט