היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אפדעיט פון היינטיגן מיטונג ביים קאנטי עקזעקטיוו וועגן די קעמ...

אפדעיט פון היינטיגן מיטונג ביים קאנטי עקזעקטיוו וועגן די קעמ...

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2957761

באלאנד » 7/5/2012 23:06

אפדעיט פון היינטיגן מיטונג ביים קאנטי עקזעקטיוו וועגן די קעמפס
די מיטינג פון די קאנטי מיט די צדדים היינט איז געווען מיטן ציהל צו ברענגן ביידע צדדים צו א פשרה, מיטן פארשלאגן צוויי קעמפס פאר יעדן צד, מיט דער האפענונג צו באקומען לכל הפחות איינס פאר די ארונים, אדער א געשריבענע הבטחה אז נעקסטן יאר וועט מען עס צוטיילן פאר די צדדים. אבער די צדדים האבן זיך נישט געקענט דורכקומען, האט די קאונטי געבעטן א לאקאלן ראביי העכט ער זאל פרובירן מפשר זיין.
 
לעת עתה האט מען נישט געגעבן קיין באשלוס, עס זעהט שטארק אויס אז העכט האט זיך געהאלטן אז מען זאל טיילן שטיקלעך צווישן די צדדים אבער דערווייל ווייסט מען נישט וואס און וויאזוי, איין פארשלאג וואס העכט האט געגעבן אז ער וועט צושטעלן א קעמפ פון ליבאוויטש וואס שטייט ליידיג און איז עוועלעבל צו נוצן פאר דעם צד וואס בלייבט אויסגעשפילט.
 
מען דארף מתפלל זיין לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי

לאנצוט » 7/5/2012 23:13

איך זעה יעדעס מאל דעם "לחש" לא ירעו ולא ישחיתו, און איך וואונדער זיך וואס מיינט עס?
לאמיר זאגן אז די ארונים באקומען איין קעמפ חלילה וחס. וועסטו זאגן אז "רעו והשחיתו" בהר קדשינו? 

וואו קומט דא אריין הר קדשי? וואו קומט אריין הר קדשי אין א פאליטישע, פארטייאישע פייט צווישן צוויי צדדים?

וואס האט די שמוציגע פייט מיט'ן באשעפער, רבוש"ע?

נישטאמת » 7/5/2012 23:17

לאנצהוט
דברי חכמה

יוסף90 » 7/5/2012 23:17

די קעמפ'ס איז די זעלבע הר קדשי, ווי די וויליעדזש אוו קרית יואל.

לאנצוט » 7/5/2012 23:22

אמת.
עס איז ריין פאליטיק און פארטיי. גארנישט מיט'ן רבוש"ע. לאז אים ארויס.

די ארונים ווילן אוועקכאפן א זאך וואס זיי האלטן עס געהערט זיי. די זאליס האלטן אז די ארונים דארפן פגר'ן, און שוין. איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט'ן זאגן דעם ריינעם אמת. עס האט גארנישט מיט הר קדשי, און גארנישט מיט די שכינה הקדושה.

קבל את האמת ממי שאמרו, אפילו מלאנצוט.

יוסף90 » 7/5/2012 23:24

די אונטערשייד איז נאר איינס

די קעמפ'ס האט רבינו הקדוש געגרינדעט

און דער סקול דיסטריקט האט ער נישט געגרינדעט

עכטער_חסיד » 7/5/2012 23:26

לאנצוט

פארוואס האלסטו אז לויט סאטמאר דארפן די אהרונים פגר'ן?

דאס מיינט אז אין קרית יואל האלטן די אהרונים אז סאטמאר דארף פגרן?

יוסף90 » 7/5/2012 23:28

א שטארקע קשיא?

דער תירוץ איז

ווייל אין פנים לפנים פלעג מען כבדר שרייבן די שפראך פון פגר'ן

און מ'איז נאך פשוט געוואוינט פון דעמאלץ צו אזא וואלגארישן זאפטיגן שפראך פון ואשיבה חורפי דבר פון זיבעטן ריפ אריין.

לאנצוט » 7/5/2012 23:28

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די אונטערשייד איז נאר איינס

די קעמפ'ס האט רבינו הקדוש געגרינדעט

און דער סקול דיסטריקט האט ער נישט געגרינדעט


ממילא? איז עס די נכסים פון מהרז"ל טייטלבוים??? פארוואס????
און ווי קומט דא אהער סקול דיסטריקט?

האסטו נישט פריער געזאגט ווילידזש??? וואס עפעס האסטו געשטוישט במחתרת??

יוסף90 » 7/5/2012 23:33

דער וויליעדזש מיינט היינט נאר סקול דיסטיריקט


און אז די קרית יואל'ער דוד עקשטיין'ס שרייבן אויפ'ן וויליעדזש וועלכע די בני יואל פירן א מערכה מיט זיי, ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי (ליין איבער די הקריה, און ער איבער ר' אהרן'ס דרשה א נאכט בעפאר די שטאטישע וואלן), מעגן מען זיכער שרייבן אויף די קעמפ'ס וואס דער רבי האט געגרינדעט, ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.

שמעלקאלע » 7/5/2012 23:39

איך פארשטיי באמת נישט, ס'איז שוין אפאר טעג וואס איז לאנצוט נישט דא געווען
און דער פורום ווערט געפירט נארמאל, נישט מיט קיין נארישע תגובות....

און יעצט איז דער תם ווידער אנגעקומען, רבותי!! לאזט אונז זיין נארמאל, און פארדרייט'ס נישט
דער נושא מיט נארישע טיפשות'דיגע תגובות, אלעס ווייל לאנצוט האט זיך געעפענט זיין פה מפיק..

נישטאמת » 7/5/2012 23:41

שמעלקעלע ביסט אים מקנא?

איך מיז זאגן אמאל זאגט ער גיט

לאנצוט » 7/5/2012 23:42

יוסף90,

לייג גוט צו קאפ, נאכדעם ענטפער מיט ישוב הדעת.

אמת. דער רבי זי"ע האט געגרינדעט די קעמפס, אבער וועט א נארמאלער מענטש זאגן אז אויב ארונישע קינדער וועלן דארט "חלילה" זאגן שמע ישראל איז צרות פאר כלל ישראל? אדער פאר "הר קדשי".

וואס האט דאס מיט'ן באשעפער?

קליפ » 8/5/2012 00:02

Rabbi Shea Hecht
[בילד – נישט אפגעהיט]

יוסף90 » 8/5/2012 00:11

לאנצוט


טאמער דער ר' אהרן (וואס דער רבי האט נישט געלאזט גיין אויף זיין חתונה, און וואס מאכט שלום מיט בעלז, אין מיט קלו"ז נתניה, און האט א סקול דיסטריקט) וועט זיין בעה"ב אויף די קעמפ'ס איז עס א השתחתה בהר קדשי.

לאנצוט » 8/5/2012 00:13

יוסף90,
אין וועלכע הר קדשי?
איך מיין עס איז ליבערשט א געפערליכעהשחתה אין "כוחי ועוצם ידי" !

שמעלקאלע » 8/5/2012 00:14

אזאנע שטותים, קליינע קינדער גארטן

יוסף90 » 8/5/2012 00:17

הר קדשי מיינט יעדע זאך וואס רביה"ק האט מייסד געעוען
 
מאנטיסעלא קעמפ איז נישט אריינגערעכנט דערין

לאנצוט » 8/5/2012 00:18

וואס האט "הר קדשי" אויב ארונישע קינדער זאגט דארט שמע ישראל?
האטסו ערגעץ א צוואה אז דער רבי זי"ע האט עס מייסד געווען נאר פאר זאלונישע קינדער?

עס איז א פליק פאר "כוחי ועוצם ידי". לאז ארויס דעם רבוש"ע פון דיין שמוציגע פאליטישע פייט, און פאפ דיך נישט אז דו פאפסט מיך.

1satmar » 8/5/2012 00:35

מיטן לעבאוויטשער רבין
[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 8/5/2012 00:44

לויט קראנטע אינפא היינט, האט ער שטארק געקעמפט פאר ר' דוד ראזענבערג.

המהדרין » 8/5/2012 00:48

ביטע נישט פארדרייען קיין אשכולות!!!!



תוקן על ידי המהדרין ב- 08/05/2012 00:48:59

יוסף90 » 8/5/2012 00:53

פון ווי איז דיין "קראנטע" אינפארמאציע?

לאנצוט » 8/5/2012 01:22

הרב העכט האט געזאגט אז ער ארבעט מיט ר' דוד ראזענבערג שוין איבער 20 יאר, און ער האלט אז זיי זאלן עס ווייטער פירן.

ער האט נישט געשפילט נוטראל, ער האט געזאגט אפן זיין מיינונג פאר יעדן צו הערן. קלאר און דייטליך.

באלאנד » 8/5/2012 01:25

פאר וועם האט ער דאס געזאגט? פאר לאנצוט פון היידפארק? א מקור ביטע.

קל_וחומר » 8/5/2012 01:27

איך מיין אז מען פארמישט דא די העכט'ליך
יהושע העכט איז די טאטע פין יצחק העכט וואס ער איז דער שליח אין אלסטער קאנטי.

[בילד – נישט אפגעהיט]

Rabbi Hecht offers a blessing at the opening of the ceremony. Ulster County Executive Mike Hein was sworn into office on Thursday at noon during a ceremony at the County Office Building in Kingston



Dean Skelos with Yitzchok, Shea and Moshe Hecht

יוסף90 » 8/5/2012 01:53

לאנצוט

ווייטער צייגסטו מעשיות

ברענג א ראיה פון ווי ווייסטו אז רב העכט האט אזוי געזאגט?

עכטער_חסיד » 8/5/2012 01:55

ווי עס קוקט אויס, ווילן די אהרונים נוצן היידפארק צו לייגן פרעשור אויף הרב העכט.

דאס האבן זיי געטאן אלעמאל ווען זיי האבן געוואלט עפעס דורכפירן.

אבער איך גלייב אז הרב העכט ווייסט נעשטאמאל פוטן היידפארק

לאנצוט » 8/5/2012 01:58

יוסף90,

אויב למשל הרב העכט איז געווען לטובת די ארונים, נאר דער קאונטי עקזעקטיוו איז געווען קעגן די ארונים, טראכסטו אז איך וועל באשמוצן א מענטש וואס האט זיך אנגענומען פאר מיר?

פליז, טראכט אריין פאר דו דרוקסט שלח, אז דיינע ווערטער מאכן נישט קיין טראפ סענס.

באלאנד » 8/5/2012 02:00


 
די אהרונים האבן נישט געקענט לייגן פרעשור און ערלעדיגן זייערע אייגענע חברי הנהלת המוסדות פון וויליאמסבורג, וועלכע זענען לכאורה די מערסטע נוגעים בדבר ווייל מ'רעדט דאך פון קעמפ'ס פאר זייערע תלמידים ותלמידות, האבן זיי נישט מצליח געווען אז מנחם גרשון לעבאוויטש, צי יחזקאל בערקאוויטש, צי אביגדור פרענקל זאלן אראפגיין צו די מיטונג, נאר זיי האבן געמוזט נוצן דעם קאקאש קעיק בא'עוולה'טן אינדיק, לייגן זיי נאך פרעשור אויף פרעמדע?

באלאנד » 8/5/2012 02:06

פאר די וואס פרעגן אין אישי וואס די מעשה איז מיט אינדיק'ס קאקאש קעיק, דא האט איר דעם באריכט וואס איך האב פריער ערהאלטן:
 
ביים קאנטי עקזעקעטיוו מיטונג האט נפתלי משה אינדיג זיך דערלערנט פון זיין אויבערהאר צו עפענען זיין טרערן קוואל, און פארגאסן טייכן טרערן מיט די שרעקליכע טענה פארוואס זיי זאלן באקומען די קעמפס. הלמאי ער האט קינדער אין שטוב, און זיין ווייב איז שוין דיאגנעזירט געווארן צום דריטן מאל ל"ע מיט יענע מעשה, דעריבער מוז ער באקומען די קעמפס זאפארט.
 
דערנאך האט ער געזאגט אז ער וויל אריינגעבן צו די קאנטי אז דיסקרימינעישאן קלאגע קעגן די ראזענבערגס, ווייל ווען ער איז געווען אין קעמפ האט אים ר' יודל אלץ דיסקרימינירט און נישט געגעבן קיין קאקאש קעיק, דעריבער קענען די ראזענבערגס נישט האלטן דעם קעמפ מער.
 
איר לאכט, אבער אינדיג האט געוויינט, און דער עקעזעקטיוו האט זיך נישט געוויסט ווי אהינצוטון פאר געלעכטער פון דעם חכם און אהרונישער שטעל פארטרעטער.

זאלי200 » 8/5/2012 02:12

באלאנד, ממקום שאתה מביא הוא תשובתך, 
די זאליס ווייסן די אמת אז זיי האבן גע'גנב'ט אלע נכסים וואס ליגט אויפן נאמען "קהל ייט"ל ד'סאטמאר וומ"ס" און זיי ווילן ווייטער גנב'נען שיקן זיי די מענטשן וואס האבן די מערסטע נגיעה כדי זיי זאלן פייטן און אפשר וועלן זיי זיין שטערקער ביז כל דאלים גבר,
משא"כ די ארונים ווייסן אז די נכסי קהל יטב לב איז ליידער גע'גנב'ט דורך בני המן/זאליס/מוסרים/מסרבים לדין פרובירן זיי כל טצדקי שבעולם צוריק צו באקומען די גניבה, און אזויווי די קעמפס ליגט אויפן נאמען פון קהל יטב לב שיקן זיי נישט קיין חברי הנהלת המוסדות , נאר זיי שיקן די געליטענע חברי הקהלה וואס פון זייער הענט האט מען ארויסגעריקט די נכסים בגניבה

לאנצוט » 8/5/2012 02:13

באלאנד.
גיין פערזענליך קעגן א מענטש האט ווייטע קאנסעקווענצן.
טוה נישט קיין פערדישקייט וואס דו וועסט באוויינען שפעטער.

באלאנד, איך וואונדער זיך אויף דיר צי טאן אזא טפשות... דו ווייסט פארוואס איך רעדט צו דיר אזוי. דער אידישער ג-ט האט דאס נישט ליב. טשעפע נישט מיט אים.

באלאנד » 8/5/2012 02:17

ווער טשעפעט? איך ברענג א באריכט דברים כהויתן, וויאזוי א מענטש נוצט ל"ע זיין ביטערן מצב פאר פאליטישע אינטערעסן.

יוסף90 » 8/5/2012 03:08

באלאנד

פון וועמען רעדסטו, פונעם ראציגן אינדיג?

נפל » 8/5/2012 03:43

באלאנד פיין געזאגט, ליידן פון יענע מחלה איז נאך נישט קיין היתר פאר רשעות, גניבה, שקר, הוצאת שם רע וכו'. און נאך די אלע בליט גיסעריי ווארט ער פאר נאך פאר א רפואה? קען גאר זיין ער וויל מוסיף זיין חטאים ווייל ער וויל פטור ווערן פון איר, אבער איך גלייב אז זי מאכט נעבעך אסאך מיט מיט אים און דער רבוש"ע וועט איר העלפן אן דעם וואס ער זאל פארדינען דערפון. אגב זי ווייסט אז דאס איז וואס ער טוט מיט איר?

עכטער_חסיד » 8/5/2012 04:56

נישט אויסנוצן דעם שווערן מצב פון א איד צו לאכן פון אים.

אויב איז דער מצב טאקע אזוי ווי עער האט געזאגט, איז עס גענוג אוועקצונעמען דעם קלארן דעת פון א מענטש.

זאל השי"ת שיקן די גאנצע רפואה.

הנגיד_רבי » 8/5/2012 05:15

די ארונים האבן געמאכט א פאטאלע טעות מיט'ן נאר ברענגען פייטערס, און נישט קיין אדמיניסטראטערס פון ווילי מוסדות אדער קעמפס.

דאס האט געגיבן די תירץ אין מויל אריין אז זיי זענען בכלל נישט דא צו פארטרעטן קיין קינדער, נאר צו יענעם מצער זיין.
און אזוי ווי לאפעז האט געזאגט פאר'ן פאוסט. 

דאסטערס » 8/5/2012 06:15

לאנצוט און וואס איז מיט טשעפענען טויזענטער קינדער פון גיין אין קעמפ - און זייער עלטערן וואס וועלן דארפן בלייבן אין שטאט, טויזענטער שעות לימוד התורה אין א ריינע הייליגע אטמאספערע, טויזענטער מאל נכשל ווערן מיט ראיות אסורות ר"ל אלעס דורך דעם אינדיק וואס קימערט זיך ווייניג וואס עס טוט זיך ביי אים אינדערהיים? די קעמפס זענען זייער זייער הייליג, ווער געדענקט דען נישט די אראדע רב זצ"ל ווי ער פלעגט פארן אהיימפארן פון קעמפ ארויפלייגן ווייסע טישטוכער אויף די טישן אין ביהמ"ד זאגנדיג אז די הייליגע קעמפס וועלן מיטגיין מיט משיח אויף א"י דאס יאר, און עס פאסט נישט עס זאל נישט זיין קיין טישטוך אויפן טיש.

נישטאמת » 8/5/2012 13:00

לאנצוט
לאז דיך אפ פון זיי
וואס די וועסט נאר זאגן וועלן זיי שרייען הר קדשי מיט חתיכה נעשית נבילה וכל דאלים גבר און קליטה כמי שהונחה דמי כמן דזריק דמי וכו'
וואס גייט דיך אן?

געלעכטער » 8/5/2012 15:26

וויפיל אזייגער הייסט עס אז דער החלטה דארף ארויסקומען היינט?

לאנצוט » 8/5/2012 17:13

דאסטערס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט און וואס איז מיט טשעפענען טויזענטער קינדער פון גיין אין קעמפ - און זייער עלטערן וואס וועלן דארפן בלייבן אין שטאט, טויזענטער שעות לימוד התורה אין א ריינע הייליגע אטמאספערע, טויזענטער מאל נכשל ווערן מיט ראיות אסורות ר"ל אלעס דורך דעם אינדיק וואס קימערט זיך ווייניג וואס עס טוט זיך ביי אים אינדערהיים? די קעמפס זענען זייער זייער הייליג, ווער געדענקט דען נישט די אראדע רב זצ"ל ווי ער פלעגט פארן אהיימפארן פון קעמפ ארויפלייגן ווייסע טישטוכער אויף די טישן אין ביהמ"ד זאגנדיג אז די הייליגע קעמפס וועלן מיטגיין מיט משיח אויף א"י דאס יאר, און עס פאסט נישט עס זאל נישט זיין קיין טישטוך אויפן טיש.


וואס האט עס מיט די "צאן קדשים"? וואס האט מיט עס אראדאער רב?
עס האט מיט פאליטיק. אויב די ארונים האבן עס וועלן ארונישע קינדער זאגן דארט שמע ישראל און ענטפערן אמן יהא שמי' רבא און לערנען תורה, און אויב זאלונישע קינדער האבן עס וועלן זאלונים קינדער פון בני יואל / מאנסי און וויליאמסבורג דארט מאכן ברכות, און זאגן שמע ישראל.

די פייט האט גארנישט מיט'ן רבונו של עולם, מיט אידישקייט און וועט נישט ברענגען משיח צדקינו קיין איין סעקונדע פריער. עס איז א סכסוך פון נצחון און פאליטיק און "בקהלם אל תחד כבודי" זאגט יעקב אבינו. לאז ארויס די שכינה הקדושה און די תינוקת של בית רבן.

ביטע לאזן דעם שכל גובר זיין א טראפ אויף די בעיבישע געפילן.

נארפאקטן » 8/5/2012 18:07

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הר קדשי מיינט יעדע זאך וואס רביה"ק האט מייסד געעוען
 
מאנטיסעלא קעמפ איז נישט אריינגערעכנט דערין


מוסדות ויוא״מ אין ק״י, די ישיבה אין קווינס, און די אלע מוסדות וואס צד מהרז״ל האט געבויעט ווייל זיי האבן נישט געקענט גנבענען די ארגינעלע מוסדות האט די הלכה פון הר קדשי?