ליבאוויטש ביטער פארראטן סאטמאר
40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2957755
אין דעם ביטערן פארמעסט אויף די בעלות פון די פיר סאטמארע קעמפס האבן די ארונים איינגעשפאנט יעדן פאלאטישן וואס האט סיי וואסערע שייכות מיט אלסטער קאונטי צו לייגן דרוק אויף די קאונטי אפיס אז זיי זאלן העלפן די ארונים זיך משתלט זיין אויף די קעמפס,
די ארונים וואס האבן די לעצטע יארן אנגעקניפט זייער א גוטן קשר מיט די ליבאוויטשע באוועגונג, האבן איינגעשפאנט די חב"ד שליחים פון אלסטער קאונטי און ארענדש קאונטי והגלילות זאלן משפיע זיין אויף דעם מושל מחוז אלסטער, ראביי העכט פון עלענוויל האט אינטערווענירט צום קאונטי עקזעקעטיוו מיט א בקשה צו מאכן א פשרה און געבן פאר ביידע סאטמארס די קעמפ,
דער קאונטי עקזעקעטיוו האט אנגענומען די פשרה און באשטעלט א זיצונג פון ביידע צדדים ובראשם ראביי העכט פון ליבאוויטש, נאכן זיצן מיט די צדדים פיר שעה שטעלט זיך ארויס אז ראביי העכט האט די ארונים ביטער פארראטן, און נוטה געווען אז די אלע פיר קעמפס זאלן בלייבן ביי די זאלונים אונטער דוד ראזענבערגס פירערשאפט,
וואס דער החלטה פון די קאונטי וועט צום סוף זיין ווייסט לכאורה קיינער נישט אבער אזויפיל זעהט מען פון די אפיציעלע ארונישע מודעות, האט ראביי העכט געהאלטן קעגן זיי,
די אוהבי קאנספיראציעס וועלן זאגן אז די גאנצע מערכה פון ר' אהרן מיט ר' מלכיא-ל קוטלר ווי ר' אהרן האט זיך ארויסגעשטעלט מזאל ארייננעמען חב"ד אין כינוס כלל ישראל, איז געווען בלויז צוליב ראביי העכט שתדלנות פאר די ארונים, און צום סוף האט ער זיי מיאוס מסדר געווען,
שימעלע מיט ר יונה מיט רב הסוער והפאבליק סקול די בליגע ארוינים פארקויפן שקרים אויף הרב העכט!
ארוינים פארקויפן שקרים אויף הרב העכט!
דער קאנטי עקזעקעטיוו האט גענומען אן אינדעפענדעט ראביי הרב העכט וואס איז אויך נאנט מיט די ארוינים
אז ער זאל דער פארמיטלער און זאל אויסהערן ביידע צדדים און אדוויזען אים
היינט איז דאס פארגעקומען אין פראנט פון אים,
און ביז 5:00 אזייגער וועט זיין די החלטה
מען דארף אבער ווייטער מתפלל זיין
עס זאל דורך גיין בשלום
מען זאל נישט דארפן אנקומען צים דריטן מיטעל
פון "למלמה"
מנהל ביטע מעק אויס דעם אשכול וויל עס איז מלא שקרים,
דאס איז זייער דרך עקלתון צו ערייכן וואס זיי ווילן באקומען וד"ל
תוקן על ידי 1satmar ב- 07/05/2012 22:40:08
געהערט שמועות אז די ארונים ארבעטן מעשים מיט די חבד'סקער בכל העולם כלו להעביר את רוע הגזרה, דערווייל זעהט אויס אז דער דעסישען איז נאכנישט ארויסגעקומען, זייער מעגליך אז זאכן קענען זיך טוישן איבערנאכט, עס האט זיך שוין אזויפיל מאל געטוישט, אז מ'קען שוין גארנישט וויסן,
פון שימעלע'ס פרופייל זעה איך קלאר ער איז א ארוני.
און דא פראבירט ער שפילן זאלי. און פראבירט ספינען מיט זאלידאון סטייל תגובות, אזוי ווי יונה שפילט אין אנדערן פארום.
זעה מיר אז סאטמאר1 פארשטייט גוט א פאליטיק...
ווער עס רעדט ווייסט נישט, ווייל ווער עס ווייסט רעדט נישט...
ווידעראמאל די חבד'סקער פארראטן די ארונים מיט זייער רבין, די חבד'סקער האבן זיך צוגעשטעלט צום כינוס כלל ישראל הצלת הדורות, אינדערצייט וואס ר' אהרן מאכט זיך ווי ער שלאגט זיך איבער די דיסקרימינאציע פון דעם כינוס קעגן חב"ד, מאכן זיי א יד אחת מיט די מארגני הכינוס,
א זאלי מיט וועמן איך האב א לאנגע געטואכץ אויף היידפארק האט מיר נעכטן געשריבן אין אישי אז הרב יהושע העכט האט גוט מסדר געווען די ארונים. זיי האבן געמיטינינגט מיט העכט מערערע מאל פאר דעם, און אז זיי האבן עס רעקארדירט, די ארונים קענען פארגעסן פון די קעמפס.
איך ווייס נישט צי אלעס וואס ער זאגט איז אמת, אבער דאס איז זיכער אז העכט איז געווען שטארק בייעסד לטובת ר' דוד ראזענבערג. די איבריגע זאכן קען מען זיך דינגען.
תוקן על ידי לאנצוט ב- 08/05/2012 17:22:55
אה דאס איז זיין אסמכתא, א אישי אויף היידפארק
קענסט אויסקלויבן צו גלייבן וואס דיר שמעקט. הרשות בידך.
געלעכטער.
יענער זאלי ווייסט אסאך וואס ער רעדט, און האט אינסייד נאלעדזש. ער דערמאנט אז הרב יושע העכט האט זייער גוטע רילעישאנס מיט ר' משה דוד נידערמאן און מיט הרב אפרים שטיין איבער פארשידענע פראגראמען, און איז גוט מיט די ראזענבערג פאר דרייסיג יאר וכו'.
איך האב אים געזאגט אז אים גלייב נישט אלעס וואס ער זאגט. זאגט מיר יענער צוריק אז די גאנצע מיטינג נעכטן איז רעקארדירט און ווען ער וועט קענען וועט ער מיר קענען אויפווייזן.
לאמיר ווארטן.
האט מען געוויסט פאראויס אז העכט גייט זיין דער מכריע ביי די אסיפה?
וואס הייסט מען האט זיך געטראפן מיט העכט קודם?
לויט מיין תיבה אישית אינפארמאציע פון א זאלי אינסיידער, וואס איך האב "נישט" באשטעטיגט, האט זיך צד מהרז"ל געטראפן מיט אים מערערע מאל איידער די מיטינג.
וויפיל איך הער האבן די ארונים נישט געהאט די מינדעסטע השגה אז הרב יושע העכט וועט דארט זיין, אבער די זאליס האבן יא געוואוסט און געארבעט זייער כיטערע. וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין. (נישט אז איך האב עפעס שטארק באווייזן), אבער אזוי זאגט מיר דער חברה-מאן וואס זאגט אז ער ווייסט קלאר.
קיין שום אינסיידער באשטעטיגט נישט
צו האט איר עפעס אינפארמאציע צו די ארונים גרייטן זיך צו תיכף טשאלענדשן אין געריכט אויב גייט אלע 4 פערמיטס פאר די זאליס,
| עכטער_חסיד כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | קיין שום אינסיידער באשטעטיגט נישט |
|
וויאזוי ווייסטו דאס?
קענסט העכסטנס זאגן אז יענער ווייסט נישט וואס ער רעדט. מסכים. (נאר דיין מיינונג פארשטייצעך).
אפי' מ'זאל מיר מקבל זיין אייער אינסייד אינפארמאציע, איז עס נאר אויפן סמך אז די קאונטי וועט טון פונקטליך ווי די הוראות פון העכט, וואס מוז דאך אויך נישט זיין,
איך בין אין דעם ענין זייער אומוויסנד. איך ווייס באמת גארנישט וואס עס טוט זיך אינעווייניג. איך האב נאר נאכגעשריבן וואס מיין קאנטאקט האט מיר געשריבן אין אישית אז, ס'איז דערנאך. די ארונים קענען פארגעסן פון די קעמפס ווייל העכט האט זיי אזוי גאראנטירט און ער האט געארבעט פאר זיי זייער העפטיג.
עפעס איז דא אין זיינע ווערטער, וויפיל ווייס איך נישט. ער זאגט אז ס'איז רעקארדירט די געשפרעכן און ווען די צייט וועט ערלויבן וועט ער מיר איבערצייגן. דעטס אלל.
לאנצוט פארוואס האב איך נישט די זכיה אז די הויעכע זאליס שישקעס זאלן מיר אויך אויסזאגן געהיימע סודות? קענסט אפשר שטעלן א סקרין שאט אז א זאלי האט דיר עס אויסגעזאגט? סתם פלאפעלען און שרייבן שטותים ווי נפתלי משה קאקשא קעיק קען איך אויך, אבער דא פארדריי נישט קיין פאקטן ווייל יעדער ווייסט אז העכט איז ארוניש געשטימט, און עס האט זיך ארויסגעוויזן אויך פאריגע וואך ווען רעבארן האט געפרעגט רב קאטלער היתכן ער ריפט נישט ליבאוויטש צום כינוס! אלזא זיי מוחל שרייב נאר אמת'ע זאכן און פארדריי נישט קיין קאפ.
דאסטערס.
אזעלכע נארישע ליגנט:
רבי אהרן האט קיינמאל נישט רב קאטלער היתכן ער ריפט נישט ליבאוויטש צום כינוס... ביסט א איינפאכער שוטה פאר'ן נאכזאגן אלע דיינע שטותים.
ער האט געזאגט פאר רב קאטלער, אז פינקט ווי לעיקוואוד רופט נישט חב"ד צוליב זייער מסורה, די זעלבע קענען מיר נישט גיין צוליב אונזער מסורה!
הימל און ערד פון דיינע געמויזאכץ. דאס איז ראשית.
שנית, זאגסטו אז קיין שום אינסיידער זאגט דיר נישט אויס. מעגליך אז מ'זאגט דיר יא, נאר דו ווילסט מיר נישט פארציילן. אדער איז מעגליך אז מען טראסט דיך נישט מיט אזעלכע אינסייד אינפאו. דאס פאלט דיר נישט ביי?
איך האב נישט גערעד מיט קיין אינסיידערס, אבער עס זעהט אויס אז צד מהרז"ל האבן מיט העכט זיך זייער גוט פארשטאנען און צד מהר"א נישט,
קומט צום לאכן. א אינסיידער זאלי געט ארויס אינפארמאציע מיט טעיפס פאר לאנצוט...
ווי האט שמואל ווידער געזאגט נעכטן פאר הלל ראזענבערג פארענט פון קאנטי'ס אפיס?! מ'דארף אנהייבן צוגרייטן אונזער עולם. זעט אויס אז מ'האט געשיקט לאנצו"ט אויף די מיסיע, און ער האט שוין א פארטיגע ספין.
איך האב דיר געזאגט אז איך ווייס?
איך האב געזאגט אז איינער האט זיך פאררעדט ווען עס איז אים גוט געגאנגען.
האט נישט דער-איד געשריבן א חודש צוריק אז ס'איז שוין ברוך השם ערלעדיגט. און די ארונים זענען דורכגעפאלן?
האט נישט די טוויטער פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל געשריבן אז ר' משה דוד נידערמאן האט עס ערלעדיגט בערך 3 חדשים צוריק?
וואס איז נעכטן אנדערש?
שוין, ספין נומבער 2. באמת האבן די אהרונים יא געווינען ווייל דער איד מיט טוויטער האבן שוין געשריבן פאר 3 וואכן צוריק, און לאנצו"ט'ס אישי קאנטאקט פערזאן האט הערשט נעכטן געשריבן וועגן העכט אז ער געט די קעמפס פאר די זאליס.
אויב לאכן, איז דא מער צו לאכן פון די לויזע ליפן אין די פירמע פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל.
איך מיין עס זייער ערנסט. דאס רעדן ביי ענק איז אויף א צעדרייטע לעוועל און ברענגט אייך נאר צרות און אומגליקן, און יעצט מוזטו עס לייקענען. איך פארשטיי דיין פראבלעם.
איך האב דיר אויפגעוויזן אז די לעצטע פאר מאל האט איר פובליצירט אייערע געווינסן ווען ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין געווינס. נעכטן האט מיר איינער געשריבן אין אישי, איך ווייס נישט ווי גרויס אן אינסיידער ער איז, אבער ער האט מיר געזאגט אז ווען די צייט וועט ערלויבן וועט ער מיר איבערצייגן, וואס ער האט מיר געזאגט. און לידיעתך, ער האט מיר געזאגט אז אלעס איז רעקארדירט. דאס איז זיינע ווערטער.
אז איך זאל ארויסגעבן מיין סאורס וואס האט מיר געשיקט אין אישי, דארף איך קודם גיין אין קינדערגארטן פאר 5 יאר. דאס טראכט איך נישט יעצט ביים טאן. איך האף אז איר פארשטייסט מיך.
וועמען זאל איך גלייבן?
לאנצוט סתם שרייען שקר קען איך אויך, איך ווייס פון אינסיידערס אז ר' אהרן האט געפרעגט ר9 קאטלער פארוואס ער ריפט נישט ליבאוויטש, אויב האלטסו מיט אביסל די נייעס וועסטו זעהן אז זיי שרייבן דערוועגן. נאך א זאך אויב וואלט דער רב העכט זיך אנגענומען אפילו נאר אויף 1 פראצענט פאר די זאליס דאן וואלט עטץ שוין מיאוס באוואשן אויף היידפארק, עס וואלט שוין געווען אויף אים צענדליגע ניק נעימס, העכט = קנעכט לעכט וכדומה, אבער אזוי ווי ער האט ענק - עכ"פ פרובירט ארויסהעלפן פאר די ארונים - האט עטץ אים נאכנישט געגעבן א נייע שפעט נאמען. אדרבה קוק אויף כל העולם כלו ווי דער אפיציעלע ארוני נאמען געבער שרייבט אויף אים הרב העכט מיט די גרעסטע כבוד! דעס אליינס ווייזט אויף עפעס.
קאטלער מיט ליובאווישט קומט נישט אריין., ווייל איך האב דיר איבערצייגט אז אלע שרייבן די מעשה גאנץ אנדערש. אפילו חיים שאולזאון שרייבט די מעשה אנדערש. (נישט אז זיין אינפאו איז קראנט).
יעצט לגבי דעם צו ר' יושע העכט האט געארבעט פאר די זאליס צי נישט ווייס איך נישט. ווייל איך בין נישט דארט געווען.
אבער אויב וואלט ער געארבעט פאר די ארונים, וואלטן די ארונים אים נישט צעשמירט. דאס דארפסטו אליין מאכן 1+1.
אויב ר' יושע העכט האט טאקע געארבעט פאר די זאליס האבן די זאליס געמאכט זייער א גוטע ארבעט. און איך גיב זיי קרעדיט, ווען קרעדיט איז DUE.
וויפיל איך בין נישט באקאנט אין די קעמפ פרשה, בין איך אזויפיל באוואוסטזינינג, אז די זאליס האבן 99 פראצענט שאנסן צו באקומען אלע פיר קעמפס.
אבער דאס טאנצן אין די גאסן יעצט צום פערטן מאל, איז דאס גרעסטע פערדישקייט וואס ענקער פארטיי טוט איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.
לאנצוט
אמאל זאגסטו אויך אן אמת ווארט
מיט דעם ביזטו גערעכט אז מען רעדט צופיל
דער אמת איבער לעיקוואד מיט ליבאוויטש איז נישט נתברר געווארן, אפילו לאנצוט האט געברענגט א בפירושער שוהלזאהן, דאס איז אמאל זיכער אז ליבאוויטש אויף זייער וועב זייטלעך האבן געשריבן אז דער סאטמאר רבי האט זיך אנגענומען פאר חב"ד, קען זיין אז זיי האבן נישט ריכטיג אפגעלערנט אז מהר"א האט דאס נאר גענוצט פאר א ראיה און נישט פאר א טענה, אבער דער פשוט'ער בליק דערויף איז אז ער געוויזן סימפאטיע פאר ליבאוויטש, וואס איז גראדע נישט קיין חסרון, פאר א איד וואס איז אלע יארן געווען פאר שלום און פרידן צווישן אידן, און דאס איז זיין מסורה צו לעבן מיט אלע אידן באחדות,
בנוגע ראביי העכט, מיין איך אז צד מהר"א האלט אז זיי האבן נישט געהאט אזאלעכע גוטע ארגומענטן און דעריבער האבן זיי ארויסגעשאסן די באמבע אז ראביי העכט זאגט די קעמפס פאר צד מהרז"ל, און נאכדעם קומט לאנצוט איז פארציילט א סוד וואס א אינסיידער האט אים פארטרויט מיט רעקארדינגס, יכול ליהות אבער קיין באווייזן דערויף איז דערווייל נישטא,
| פישמאן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דער אמת איבער לעיקוואד מיט ליבאוויטש איז נישט נתברר געווארן, אפילו לאנצוט האט געברענגט א בפירושער שוהלזאהן, דאס איז אמאל זיכער אז ליבאוויטש אויף זייער וועב זייטלעך האבן געשריבן אז דער סאטמאר רבי האט זיך אנגענומען פאר חב"ד, קען זיין אז זיי האבן נישט ריכטיג אפגעלערנט אז מהר"א האט דאס נאר גענוצט פאר א ראיה און נישט פאר א טענה, אבער דער פשוט'ער בליק דערויף איז אז ער געוויזן סימפאטיע פאר ליבאוויטש, וואס איז גראדע נישט קיין חסרון, פאר א איד וואס איז אלע יארן געווען פאר שלום און פרידן צווישן אידן, און דאס איז זיין מסורה צו לעבן מיט אלע אידן באחדות,
ער האט נישט געוויזן קיין סימפאטיע. ער האט געברענגט זייער א שטארקע אנאלאגיע, וואס האט געשטעלט רבי מלכיאל קאטלער פאר א שווערע דילעמא. פארוואס ביי חב"ד פארשטייסטו אז מ'קען נישט גיין ווייל ס'איז קעגן דיין מסורה. און פארוואס ביי סאטמאר פארשטייסטו אז איך דארף ברעכן מיין מסורה.
דאס הייסט נישט אנגענומען פאר חב"ד. דאס הייסט א קלוגער היכי-תימצא ארגומענט. אומדירעקט קען עס עמיצער אזוי אויסטייטשן, עמיצער וואס פארשטייט נישט צו פאלעקמיק'ס. איינער טראכט א טראפ טיפער, זעט זאפארט דעם אונטערשיד.
|
|
די סימפאטיע פון ר' אהרן צו ליבאוויטש איז זייער בולט אפילו ווער עס לערנט גאר טיף, און ווי די ליבאוויטשע וועבזייטלעך האבן דערמאנט פארגאנגענע וואך, איז ר' אהרן א מתפלל קבוע אין חב"ד קאליפארניע, און פראוועט דארט די יארצייט סעודה פון בעל התניא, און ער האט געפירט די הכנסת ספר תורה אין ארענדש קאונטי חב"ד הויז, ער האט אויך געהאט אלע ליבאוויטשע רבנים ביי זיין כ"א כסליו סעודה אין ארמארי, וואס איז מסתם געווען די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס חב"ד רבנים זיצן אויוון אן ביי סאטמארע כינוס,
באמת איז עס נישט קיין עולה בכלל, מ'דארף זיי מקרב זיין, און מ'מעג זיך האלטן מיט זיי נאנט, אפילו סאטמאר האט אסאך חילוקי דעות מיט עניני השקפה ודעות, אבער זיי טוען אויף אסאך, און רוב היימישע אידן זענען נהנה פון זייערע שלוחים בכל מקומות העולם.
פישמאן היקר:
עס זענען פאראן מערערע בילדער פון כ"ק מהרז"ל מיט חב"ד פירער און פארשטייער אין אפסטעיט.
איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט.
דאס וואס חב"ד מענטשן זענען געווען כ"א כסלו, איז ווייל דער דינער איז פארגעקומען אין קראון הייטס.
אינטרעסאנט אז אזא פשוט'ע זאך גייט נישט אריין אין דיין קאפ.
איך זאג אויך אז איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט, הגם איך האב נישט געהערט דערפון אז רבני חב"ד האבן באזוכט ביי אדמו"ר מהרז"ל, אבער זייער מעגליך אז די ביסט גערעכט, אבער עס איז א שטיקל חילוק, פון אויפנעמען רבנים ווי גיין אין א חב"ד הויז, אדער צו זייערע מסיבות ווי הכנסת ספר תורה,
דער כ"א כסליו וואס די חב"ד רבנים זענען געווען בראש, איז טאקע געווען אין קרוינהייטס אבער עס איז נישט געווען קיין דינער פאר קרוינהייטסער אידן, דעריבער פארשטיי איך נישט פארוואס ממוז רופן די רבנים פון חב"ד,
ניין. נישט רבני חב"ד זענען האבן באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מהרז"ל. נאר פארקערט. און דאס אויך נישט קיין פראבלעם, אויב עס רעדט זיך פון א געלט אקציע וכדומה. און איך פארשטיי עס 100 פראצענט. זייענדיג "נישט קיין היפאקריט".
סאטמאר האט שוין געמאכט מערערע כ"א כסליו די לעצטע פאר יאר, און מ'האט נישט גערופן חב"ד, תשע"ב איז געווען אנדערש, ווייל ס'איז געווען אין זייער בעק-יארד, איז נישט מער ווי נארמאל צו רופן די פארשטייער פון דעם קרייז ווי די מסיבה קומט פאר.
אזוי פארשטייט א נארמאלער מענטש.
און פינקט ווי דו פארשטייסט אז ס'איז נארמאל צו רופן "פאליטישאנס" ביי א כ"א כסלו דינער, ווי מ'גיט אפ א שבח והודי' פאר'ן בוכ"ע פאר'ן מציל זיין דעם רבי'ן זי"ע, פארשטייסטו אז ס'איז נארמאל צו רופן גוי'אישע פירער, פארוואס פארשטייסטו נישט אז "אידישע חב"ד פירער" זענען נישט ווינציגער ווי גוים אין דעם הינזיכט ווען דער דינער איז אין זייער בעק-יארד.
לאנצוט ביסט מכובד צו ברענגן א מקור צו דיינע מעשות, ווען און וואו מהרז"ל איז געווען אין א חב"ד האוז, אדער ווען ער האט זיך משתתף געווען אין א חב"ד מסיבה,
און רופן פאלאטישאןס פארשטייט יעדער איינער אלס ודרשו את שלום העיר, אויסער דעם וועט קיינער נישט האלטן אז דאס איז התחברות מיט זיי אלס גוטע ברודער, משא"כ רבנים פון קרייזן וואס איז אפגעפרעגט צו געבן דעם כבוד פון ארויפזעצן אויוון אן, איז א בולט'דיגער שריט פון אחינו אתה,
איך האב נישט געשריבן חב"ד האוז.
איך האב געשריבן אז מהרז"ל איז געווען ביי חבד'קער צוליב געלט.
נאט אייך:

עס איז נישט קיין פעלער אז ער גייט צו א חבד'סקער אין שטוב.
אבער לייקענען און שפילן א דאפלטע-שפיל דאס ארבעט נישט.
צווייטנס האב איך דיר געזאגט זייער קלאר:
סאטמאר האט שוין געמאכט מערערע כ"א כסליו די לעצטע פאר יאר, און מ'האט קיינמאל נישט גערופן חב"ד, תשע"ב איז געווען אנדערש, ווייל ס'איז געווען אין זייער בעק-יארד, איז נישט מער ווי נארמאל צו רופן די פארשטייער פון דעם קרייז ווי די מסיבה קומט פאר.
חוץ אז דיין פאליטישע "דעת היידפארק" זאגט אנדערש.
איך בעט נאכאמלא לאנצוט זאל ביטע ברענגן א מקור ווי אדמו"ר מהרז"ל אין א חב"ד האוז, אדער ביי א חב"ד מסיבה,
גיין נאך געלט צו א איד וואס איז א חב"ד'סקער איז בכלל נישט ווי זיך קובע זיין אין א אפיציעלער חב"ד האוז און פראווען דארט סעודות, אדער פירן הכנסת ספר תורה אין חב"ד הואז,
דער חבד'סקער אויפן בילד וואוינט בשכינות פון סאטמארער באנגעלאו קלאלאני אין ווייט לעיק, און ער האט מנדב געווען א שיינעם סכום פאן דארטיגן נייע מקוה אדער ביהמ"ד
אה, קודם ביסטו שוין ב"ה מודה אז מהרז"ל איז געגאנגען צו א חבד'קער אין שטוב, וואס די פרוי דארט גייט מיט אייגענע האר וד"ל, און די זאקן איז נישט כשר. און כידוע האט דער רבי זי"ע נישט געוואלט גיין אין אזא שטוב.
אבער יעצט שפרונגסטו אויף אז איך האב געזאגט חב"ד האויז. איך האב דאס נישט געזאגט.
און איך האלט נישט אז ס'איז אן איסור דארט צו דאווענען.