| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אומזיסט.
דיין קשיא איז א גוטע קשיא. אבער איך טראכט אז איך האב א גוטן תירוץ.
אויב העצט מען, איז עס כאילו יצא מפי משה גבאי ורעב יעקב שמשון שליט"א, און ס'איז ליידער גארנישט ווערד. אויב העצט מען נישט, איז אלעס וואס ער זאגט קודש קדשים.
נאך עפעס איז אייך שווער? |
|
ניין, כאב נאר דאס געוואלט הערן. דער ברך משה איז געווען פולי קעיפעבל צו מאכן באשלוסן, נאר אפשר אלס אלטער איד האט מען אים געקענט אויפהעצן.
(גראדע, מענין לענין באותו ענין, דערמאן איך זיך וואס כאב געהערט פון משה מרדכי פריעדמאן יארן צוריק, אז אום תשמ"ט האבן זיי שוין געהאט א פארשטענדעניש מיטן ברך משה הארט בעפארן אפפליען קיין פלארידע, און אפשר גאר אין פלארידע גופא,
אבער למעשה איז ר' אהרן אפגעפלויגן קיין פלארידע צום פאטער פאר אפאר טאג, און סאם האו איז פלוצלינג נתהפך געווארן דער גאנצער ענין, און תיכף נאכן אהיים קומען פון פלארידע האט דער בר"מ געהאלטן די באקאנטע מוצ"ש תשא דרשה, און די רעסט איז היסטארי. סאו איך גלייב דיר אז צען יאר שפעטער האט מען אים זיכער אויך געקענט העצן).
סאו יעצט איז נאר די שאלה, ווער האט געזאגט אז ווען א מענטש טוישט זיין מיינונג (נניח אז פאר דעם האט ער געהאלטן אנדערש) צוליב "העצעריי", אדער "הסברה", אדער דורכן זיך דורך רעדן מיט מענטשן, רוף עס וויאזוי דו ווילסט, איז זיין מיינונג שוין נישט ווערט קיין שוה פרוטה? איך קען נישט קיין חו"מ, אבער בפשטות טוישט זיך גארנישט די הלכה אדאנק דעם.