היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דעת תורה: דער כינוס מיינט חלילה נישט אונז!

דעת תורה: דער כינוס מיינט חלילה נישט אונז!

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2957010

מלחמת_מצוה » 3/5/2012 17:37

דא אויפן פארום זענען דא אזעלכע וועלכע האבן נישט גוט פארשטאנען די דעת תורה וואס איז ארויסגעקומען פון די דייני קהילתינו שליט"א נאכן ישיבת בי"ד בבית כ"ק אדמו"ר שליט"א דינסטאג נאכט.

איך האב היינט גערעדט מיט הגה"צ רבי יקותיאל יהודה פילעפף שליט"א חבר הביד"ץ, און ער האט מיר קלאר געזאגט אז רבינו שליט"א האט אים געזאגט נאכן אסיפה די ווערטער: "דער כינוס מיינט נישט סאטמארע אידן", אבער עס איז זייער וויכטיג דאס מחזק צו זיין ווייל עס פעהלט אויס פאר די ברייטע גאס.

איך ווייס נישט פארוואס דער איד האט אריינגעלייגט די חיזוק בריוו אויף די ערשטע זייטן ווי כאילו דאס איז א רוף צו אונזער הייליגער ציבור, אבער אז מען ליינט גוט דורך דעם מוראדיגן בריוו זעהט מען אז מען מיינט נישט אונז חלילה!

א סאטמאר חסיד טאר נישט זיצן אינאיינעם מיט כופרים בביאת המשיח!
א סאטמאר חסיד טאר נישט זיצן אינאיינעם מיט מתחברים לרשעים!!

ביטע ביטע! ווערט נישט פארנערט פון פאליטישע חשבונות!! מנע רגלך מנתיבתם!!! 

חס ושלום שתשתכח תורת ההתבדלות מישראל

ישמאלכץ » 3/5/2012 17:40

רב המלחמות, דער בריוו מיינט יא אויסדרוקליך אונז, אז מען זאל ח"ו נישט מזלזל זיין אין די הייליגקייט פון דעם כינוס לשם שמים, ווייל פאר די אידן פון אנדערע קרייזן איז דאס זייער וויכטיג, אונז קענען טאקע נישט דארט זיין, אבער אזא זאך איז זייער וויכטיג

און פאר אונז ברויך מען אויך מאכן אזא כינוס, טאקע אפגעטיילט, אבער עס ברויך זיין, און מען טאר נישט העצן און שימפן אקעגן דעם בייליגן כינוס

גינגריטש » 3/5/2012 17:43

מלחמת, דו האבסט קיינמאל נישט געהערט די ווערטער פון הגה"צ רזל"פ שליט"א, ווייל ער הייסט קלאהר יא גיין!! פילע מערכות אין כלל ישראל איז מען געגאנגען צוזאמען מיט אלע יודען, א שטארקע משל איז די גיוס בנות מערכה

אונזערע דיינים און אונזער הייליגער רבי שרייבען נישט א בריוו פאר פוניביזש אדער באיאן, זיי רעדען צו אונז, און יא, אונז האבען אויכעט א פראבלעם מיט אינטערנעט ליידער!

ישמאלכץ » 3/5/2012 17:45

נישט אמת אויפן בריוו שטייט נישט מען זאל גיין

מלחמת_מצוה » 3/5/2012 17:45

אוודאי נישט העצן קעגן עס איז טאקע א גוטע זאך פאר די ברייטע גאס ווער זאגט אז נישט.

אבער עס איז דא עסקנים פון די כינוס וואס רייסן אונטער יעדן וואס שיקט נישט זיינע מענטשן און זיי מאכן א ווינט אז יעדער וואס איז טייל פון כלל ישראל מוז דארט זיין און דאס איז שקר!!

און נאך א זאך, יעדער ווייסט אז עס זענען דא פאליטיקאנטן וואס ווילן אונז ציען צו א נישט גוטע ריכטונג און מען דארף זיין זייער דערשראקן דערוועגן און אכטונג געבן מען זאל אונז נישט פארדרייען.

גינגריטש » 3/5/2012 17:49

איך מיין דו ביסט גערעכט, אין סאטמאר זאל מען ווייטער ניצען אינטערנעט, און נישט לייגען קיין פילטערס, און ווייטער לאזען אויסשפרייטען די מספחת פון סמארט פאונס, און אפשר גאר איז א מצוה צו געבען פאר יעדע קינד א בלעקבערי צו ווייזען אז מפאראייניגט זיך נישט חלילה מיט אנדערע קרייזען וואס פירען א קאמפ אקעגען די זאכען,

מלחמת, get a life!

מלחמת_מצוה » 3/5/2012 17:53

גינריטש אין סאטמאר האט מען זיך נישט יעצט אויפגעוועקט, רבינו שליט"א האט דעם חוה"מ פסח שטארק ארומגערעדט וועגן פילטערס און מען טוט שוין לאנג דערין, און אפשר טאקע דארף מען מאכן א כינוס אויך אבער דעיס מיינט נישט אז אונז מעגן גיין אויף דעם כינוס וואו עס וועלן קומען און אויפטרעטן אלע לינקע חברה.

און דאס איז נישט מיין מיינונג עס איז די מיינונג פון די רבני קהילתינו תלמידים פון רביה"ק זי"ע און קוק די בריוו וועסטו זעהן די זעלבע!

גינגריטש » 3/5/2012 17:54

וועל איך נישט קאמענטירען אין די ענין ביז איך זעי די בריוו, איך נעם אהן דיינע ווערטער

פרייליך123 » 3/5/2012 19:33

מלחמת_מצוה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
חס ושלום שתשתכח תורת ההתבדלות מישראל


וועק דיך אויף צו ריאליטי. עס איז שוין לאנג נשתכח תורת רבינו יואל!

שמעלקאלע » 3/5/2012 19:41

מלחמת מצוה לאמיר דיר אויפמערזאם מאכן,
דער עיקר פראבלעם איז דער בחורים, וואס איז געווען דער נידון צו זיי גייען,
יעצט איז אזוי: זיי גייען נישט, און דער ערנסטע ציבור וואס גייט נאר ווייל מ'הייסט גיין וועלן לכאו' אויך נישט גיין
איז ווער יא: נאר דער וואס האבן ליב צו זעהן אזויפיל מענטשן תחת קורת גג אחד, נו, זיי וועלן סייווי גיין (ווייל ס'איז דאך
נישט אסור)

איז אויב אזוי: וואס איז דער ציל סתם צו העצן, אדרבה מ'דארף עס מחזק זיין אזוי ווי רבינו שליט"א שרייבט אין בריוו


תוקן על ידי שמעלקאלע ב- 03/05/2012 19:42:52

עכטער_חסיד » 3/5/2012 21:05

די מערכה איז א הכרח, אבער וויבאלד אונזער ציבור קען דאך נישט גיין מיט אלע קרייזן, קען מען נשיט עפנטליך רופן צו גיין צו די אסיפה, אבער מען דארף מחזק זיין ידי העסקנים וואס טוען אלעס אין דער וועלט אז מען זאל צוימען דעם פראבלעם עד כמה שידי אדם מגעת, און דאס מיינט דער מכתב חיזוק.

נפל » 4/5/2012 07:17

מלחמת מצוה קוקט מיר אויס צו זיין אן אהרויני, איך וויל אייך דערמאנען אז לאנצעס האט אנגעהויבן זיין קראיערא אויף הייד פארק פונט ווי מלחמת. מען דארף זיך נישט בכלל וויסענדיג מאכן פון אזא איינעם.

תוקן על ידי נפל ב- 04/05/2012 07:18:06

סוג » 6/5/2012 17:50

ער מיז נישט זיין קיין אהכוני צו א פארריקטער

מלחמת_מצוה » 7/5/2012 00:32

אין די טעג זיצן די רבני ועד חומת הדת און מאיז דן אויף א פלאן ארויסצוקומען מיט א קלארע אויפקלערונגס וועגן די כינוס לש"ש א' במדבר צו וויסן קלאר וואס חסידי סאטמאר האבן צו טוהן נאכדעם וואס עס איז פארהאן א היבשע צומישעניש ביי א געוויסע טייל מענטשן, ספעציעל נאכדעם וואס די צייטונגען וואס פירן זיך שלא עפ"י תורה האבן היבש פארדרייט די משמעות פון די המלצה בריוו פון די בי"ד.

האלט מיט די אפדעיט'ס אויף קול חומת הדת 718-362-8800,
אויף נומער 12 מעלדט מען יעצט די דעטאלן דערוועגן.

געדענקט! מאכט נישט קיין אייגענע באשלוסן לויט ווי געוויסע יחידים פארדרייען ענק!!!

מיר האבן נישט קיינע חשבונות מיט די אנדערע מהרסים וואס רופן זיך סאטמאר און אונזער באשלוס איז גארנישט געוואנדן אין זייערע באשלוסן ודי למבין!

שמעלקאלע » 7/5/2012 01:20

ווער איז חומת הדת?? צו דען באשטעטיגן זיי אונזערע החלטות...
אונז האב מיר א רבי'ן זאל זיין געזונט ובית דינו הצדק, ושלום על ישראל....

דער רבי האט געשריבן א בריוו, און דער בריוו קומט אריינגעלייגט צו ווערן און אונזערע צייטונגען,
חומת הדת פארטרעט נישט "סאטמאר", ס'פארטרעט "בני יואל", איז דעריבער מישט נישט צוזאם דער יוצרות

מלחמת_מצוה » 7/5/2012 01:33

עס דארך טאקע ווערן קלאר געשטעלט אז די ועד חומת הדת האט נישט קיין שום שייכות צו די גליון חומת הדת וואס ווערט ארויסגעגעבן פון קרית יואל.

די ועד חומת הדת זענען היימישע סאטמארע בעלי השקפה פון וויליאמסבורג וועלכע פירן זיך לויט די דירעקטע הוראות פון די ערליכע רבנים מיט די ריינע השקפה.

אמת אז רבינו שליט"א האט ארויסגעגעבן א המלצה אינאיינעם מיט די בי"ד אבער עס איז דא פאליטיקאנטן וואס פירן עס אויף א וועג מען זאל מיינען אז דארט שטייט אז די אסיפה מיינט חלילה אונז. למשל די צעטל וואס איז געווען די וואך מיט די בריוו פון די בי"ד און די רבי שליט"א און עס איז געשטאנען דערויף "כולנו" דעס האט דען א פשט??? דעס מיינט דאך ריכטיג פארדרייט דעם אמת!!

מען ווארפט אונז זאמד אין די אויגן דא?! דאס איז שוין די צווייטע מאל וואס מען פארדרייט די מיינונג פון די רבנים! איינמאל ביי די אזויגערופענע בעלזא מחילה און יעצט נאכאמאל!

דאס איז די ציהל פון חומת הדת! זיך האלטן פעסט מיט א אמת!

פרעג נאר די רבנים פונעם בי"ד צו א סאטמארע איד מעג גיין צו די כינוס, רובם ככולם שרייען קלאר אז נישט!! ווייל דאס צוברעכט די חומת התבדלות צווישן אונז און די ציוניסטישע קרייזן!

דאס איז דער אמתער קלארער דעת תורה וואס מקען נישט לייקענען.

גינגריטש » 7/5/2012 01:50

זיי נישט ברוגז מר. מלחמת, אונז גייען טוען וואס אונזער הייליגער רבי שליט"א זאגט אונז, אין וואס אונזערע חשובע דיינים חברי בד"ץ זאגען אונז צו טוען, נישט וואס א אנינימער אינטערנעט שרייבער אדער פאשקווילען דריקער זאגט

מלחמת_מצוה » 7/5/2012 01:54

אונז אויך אבער נישט וואס די לינקע פאליטיקאנטן זאגן!

קוק די בריוו פון רבינו שליט"א און די בי"ד און זאג מיר אליינס זייער דעת תורה.

נפל » 7/5/2012 07:11

ווער זענען די "בעלי השקפה" וואס שטייען אינטער דעם חומת הדת בלעטל?

שמעלקאלע » 7/5/2012 14:22

מלחמת מצוה, זיי קלאר ביי דיר:
רבינו שליט"א ובית דינו הצדק האבן מחזק געווען דער זאך, יא, דאס איז כו"ע מודו, ווייל זיי האבן דאך געשריבן א בריוו לחזק האסיפה קדושה. פון דער בריוו איז משמע אז סאטמארער אידן האבן נישט קיין חיוב צו גיין אהין, יא דאס איז אמת ויציב, אבער דאס וואס דו פארקויפסט אז סאטמארער אידן טארן נישט גיין, און ס'איז אן איסור חמור, איז אלעס שקר מיסודו, הה"ד נארישע פאליטיקאנטן (בני יואל בלע"ז)

פרייליך123 » 7/5/2012 17:41

מלחמת_מצוה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז דער אמתער קלארער דעת תורה (לייען תורא) וואס מקען נישט לייקענען.