היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » צענטראלע אשכול: "כינוס כלל ישראל!"

צענטראלע אשכול: "כינוס כלל ישראל!"

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956892
בלאט: 1 2

סיטי_פיעלד » 3/5/2012 05:28

דא וויל איך אדער ווער עס ווייסט מעלדן אלע אפדעיטס און געשעהניש ארום דעם היסטארישן "כינוס כלל ישראל"

(נאר כלליותדיגע נייעס, פאר פרטיות'דיגע אפגעיטס איז שוין -דוכט זיך- דא גענוג און נאך) 

סיטי_פיעלד » 3/5/2012 05:30

היינט נאכט איז אין בארא פארק פארגעקומען א צענטראלע מיטינג פאר גבאים פון אלע קהילות, אין ביהמ"ד ד'סקוירא 14 ביי 43 סטריט, ווי מ'האט אויסגעשמיעסט די סדר פון טיקעטס און וועגן די מעמד סדר.

סיטי_פיעלד » 3/5/2012 05:45

אפאר בילדער פון'ם ריזיגן סטאדיום:
א בליק פון די הייעך
 
פון גאס ארום
 
פון אינווייניג
 

סיטי_פיעלד » 3/5/2012 23:46

אפדעיט ה' אח"ק:

בנוסף צו אלע פריעדיגע קול קורות וואס זענען ערשינען פון אלע תורה ריזן בימינו אלה, רבנים און גאונים, אין א זעלטענע מחזה ווי די פייער כאפט זיך אריבער פון איין וועלט צום צווייטן - פון ארה"ק צו ארה"ב און צו אנטווערפן וכו'!

איז היינט ערשינען 2 פרישע שטארקע קול קוראות, איינס פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א פון בעלגיע
(וואס כמעט וואס ער גיבט קיינמאל קיין בריוו) ווי ער שרייבט צווישן אנדערע:
"ועל כן חובה גמורה על כל אחד ואחד לבא ולהשתתף באסיפת כלל ישראל!"
*
אויך איז היינט ערשינען א שטארקע קול קורא פון כ"ק אדמו"ר מהר"יי סאטמאר שליט"א, און סאטמאר-מאנסי רב שליט"א מיט זיין בי"ד און זיינע דיינים פון  איבער די וועלט, ווי ער שרייבט צווישן אנדערע:
"ובכן היות שהוקבע ע"י הרבנים הגאונים הצדיקים בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א והגאון רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א, לערוך מערכה גדולה להתאסף יחד רבבות אלפי ישראל ביום א' במדבר ערב ר"ח סיון הבעל"ט, באנו בזה לחזק אסיפה קדושה זו שהיא כינוס לשם שמים להצלת הדורות מרדת שחת ולגדור פרצת כרם ישראל, וכל העוסקים והמסייעים למען הצלחה העצרת עליהם נאמר ברוך אשר יקים את דברי התורה הזאת!"

____________________
(איך וויל זייער בעטן נישט דא צו דיסקוסירן, עס איז שוין דא אויף דעם גענוג אשכולות דא איז געווידמעט אויף נייעסן באריכטן און אפדעיטס) 

תוקן על ידי סיטי_פיעלד ב- 03/05/2012 23:49:21

סיטי_פיעלד » 6/5/2012 20:37

אפדעיט א' אמור:

נייע האט-ליין נייעס, באריכטן, און אינפא פון טיקעטס/טראנספארטאציע
צום היסטארישן "כינוס כלל ישראל"
718.819.3000
845.533.9000
1 פאר פרישע נייעס און אנטוויקלונגען
2 פאר טיקעט אינפא
3 פאר טראנספארטאציע
4 דרשות איבער'ן כינוס
5 פאר אינטערעסאנטע אינטערוויוס איבער'ן כינוס

סיטי_פיעלד » 6/5/2012 20:47

!Harav Chaim Kanievsky: Close the Gemarahs and Go To the Internet Asifah

Rav Kalman Khron was in Eretz Yisroel last week, where he asked Harav Chaim Kanievsky if bnei Torah should go the mass internet asifah, scheduled for May 20th in Citi Field.

In his weekly Motzei Shabbos shiur Rav Kalman related that Rav Chaim said everyone must go. When asked but what about the learning, Rav Chaim said a minyan should be left learning in yeshiva and everyone else should go.

Last night on FNW’s inaugural talk show R’ Lazer Paskes of the Ichud Hakehilos was on the show discussing the upcoming asifah. You will be able to hear a replay of the show later today on FNW’s audio section, 732-551-3351 extension 2 

סיטי_פיעלד » 7/5/2012 01:28

די אינטערוויוא אויף דעם נומבער 732-551-3351 אפציע 2
איז א זעלטן אפענע און זייער א בּלאָנט אינטערוויא מיט'ן גרויס'ן משגיח פון לעיקוואוד רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א, ווי ער ענטפערט אויף אלע דירעקטע שאלות וואס ווערן געפרעגט אין די אידישע גאס בנוגע די אסיפה.
 

קליפ » 8/5/2012 16:45

Chabad Invited to Citifield Event

lankee » 8/5/2012 23:38

Rabbi Of Kashow Against Citi Field Kinus

סיטי_פיעלד » 11/5/2012 00:24

שפאנונג וואקסט הערנדיג פון'ם מעגליכקייט אז דער גאון הדור רבי חיים קנייעווסקי שליט"א שיחי' לאוי"ו
וועט מעגליך פערזענליך ערשיינען ביי די "כינוס כלל ישראל"!
*
אין וויליאמסבורג ערשיינט יעצט א קול קורא מיט אלע רבני העיר אינטערגעשריבן אויפ'ן חוב אויף יעדן צו ערשיינען
*
רוב טיקעטס אויספארקויפט, כאפטס אריין נישט צו בלייבן אהן א טיקעט!
-און צו די פארקויפערס און גבאים וואס ווילן זיין גאראנטירט אויף זייער פארקויפטע גרופ-טיקעט'ס, זאלן אריינשיקן תיכף און כסדר די פארקויפטע טיקעט ליסטע מיר זאלן אייך קענען תיכף גיבן די טיקעטס פאר זיי, און נישט ווארטן ביז איר ענדיגט אלעס פארקויפן ווייל דאן קענען מיר נישט גאראנטירן די טיקעטס פאר יעדן! 
*
קול קורא ערשינען פון אדמו"ר ובי"ד ד'סקוירא שליט"א
*
מיטינג כללי פון גבאי ועסקני "איחוד הקהילות" פון ד'וויליאמסבורג פארגעקומען אין ביהמ"ד דסקולען
* 
פאר דרשות רבי מלכיאל קאטלער און דרשות רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א אין במ"ג פאר העכער 3 טויזענט בני ישיבה
רופט אויף אינזער האטליין 718.819.3000
*
לעצטע דעטאלן און פראגראם פון אסיפה ווערן נאך יעצט קאנפימד, און וועלן זיין פובליק בקרוב
*
מעגליכקייט אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"יי) וועט ערשיינען פערזענליך צום כינוס!
* 
מנהל מוסד "בוני עולם" רבי שלמה באכנער הייבט ארויס "כינוס כללי" ביי הויכפונקט פון דיננער אין ב.פ. מיט השתתפות פון טויזענטער

סיטי_פיעלד » 11/5/2012 00:35

מיר Encouragen זייער יעדער זאל אויך קויפן די באס טיקעטס, וואס דאס איז די באקוועמסטע שנעלסטע און ביליגסטע טראנספארטאציע מיטל צום סטאדיום.
*
פאר ווער ס'וויל קומען מיט די קאר איז צוגעשטעלט א ריזן פארקינג לאַט מיט פלאץ פאר 27 טויזענט פארקינג ספּעיסעס. שיין מסודר מיט נומבערס און רייעס צו גרינג טרעפן די קאר נאכ'ן מעמד. 

סיטי_פיעלד » 11/5/2012 00:39

מיר ווילן נאכאמאל בעהטן אויב שייך, צו דיקוסירן נאר אין אנדערע אשכולות, אזוי איז דא קלאר פאר מעלדונגען נייעס וכו' 

קליפ » 11/5/2012 19:23

Bobov 45
* width="640" height="480"><*

קליפ » 11/5/2012 19:24

קליפ » 11/5/2012 19:27

Wall Street Journal: Speakers Will Recommend Jews To Block Social-Media

SatmarBum » 13/5/2012 13:57

הצלת הדורות * id="doc_14522" name="doc_14522" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" height="600" width="100%"> <* Satmar Kintres Ichud Hakehillos Asifah In Citi Field * id="doc_60104" name="doc_60104" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" height="600" width="100%"> <* Satmar Kintres Ichud Hakehillos Asifah in Citi Field * id="doc_86589" name="doc_86589" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" height="600" width="100%"> <* הוציא את עצמו מן הכלל * id="doc_32544" name="doc_32544" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" height="600" width="100%"> <*

SatmarBum » 13/5/2012 13:59

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=40739


נגד הטכנולוגיה • 50,000 כרטיסים כבר נמכרו

הכניסה לילדים תיאסר, ומארגני כינוס 'כלל ישראל' בארה"ב מחפשים אולם עבור בחורי הישיבות • האדמו"ר מסקולען: "רק אחדות תוכל לעצור את סכנות הטכנולוגיה"

יקי אדמקר, בחדרי חרדים 12:33 13/05/2012
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]2


[בילד – נישט אפגעהיט]
האדמו"ר מסקולען, מיוזמי הכנס. צילום: ישראל ברדוגו

מארגני כינוס 'כלל ישראל' בארה"ב נגד פגעי הטכנולוגיה והאינטרנט שיתקיים בר"ח סיון, מחפשים אחר אולם נוסף שיאכלס את בחורי הישיבות שיבואו להשתתף במעמד, זאת לאחר שהאולם המרכזי בתפוסה מלאה ו-50,000 הכרטיסים כבר נמכרו.

באם ימצא אולם מתאים, האירוע יועבר אליו בשידור חי באמצעות מסכי וידאו.

ל'בחדרי חרדים' נודע, כי ככל הנראה לא תותר כניסת ילדים לכינוס.

כ-5,000 מקומות הוקדשו מבעוד מועד עבור עסקנים מחצרות שונות בארצות הברית העוסקים בתקופה האחרונה בארגון הכינוס.

עוד נודע כי במהלך השבוע הקרוב יקבלו תושבי בורו פארק, וילאמסבורג, מונסי, לייקווד ושכונות נוספות חוברת מפורטת בת 28 עמודים אודות הכינוס ובה גם יובאו דברי גדולי ישראל אודות סכנות הטכנולוגיה.

האדמו"ר מסקולען התבטא בפני מקורביו כי אין כוח נגד פגעי הטכנולוגיה החדשים, אך אם יראו משמים כי אלפים בעם ישראל מתאחדים כדי להלחם בתופעות המסוכנות, הדבר יעזור.

בשבוע שעבר הגיע המשגיח הגר"מ סלומון לישראל כדי להזמין את גדולי ישראל להשתתף בכינוס שיתקיים באצטדיון בניו-יורק. בין היתר הגיע לבתיהם של הגראי"ל שטיינמן, הגר"ח קנייבסקי וגאב"ד 'העדה', הגרי"ט וייס.

kj_monroe » 13/5/2012 21:14

בשבוע שעבר הגיע המשגיח הגר"מ סלומון לישראל כדי להזמין את גדולי ישראל להשתתף בכינוס שיתקיים באצטדיון בניו-יורק. בין היתר הגיע לבתיהם של הגראי"ל שטיינמן, הגר"ח קנייבסקי וגאב"ד 'העדה', הגרי"ט וייס.

קליפ » 13/5/2012 23:35

Tour of Citi Field - Google
* width="640" height="480"><*

קליפ » 13/5/2012 23:35

קליפ » 15/5/2012 19:44

סיטי_פיעלד » 15/5/2012 23:37

עסקנים ארבעטן איבערמידלעך צו לייזן דעם טיקעט מאנגל, פילע הצעות ווערן יעצט פיינעלייזט, בקרוב וועט אי"ה זיין א אפדעיט איבער דעם!
*
כ"ק הגה"ק מסקולען
 באזיכט נעכטן נאכט ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און ביי כ"ק אדמו"ר מקלונבורגשליט"א, איבער'ן כינוס
*
כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר פשעווארסק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא אה"ק שליט"א, הגאון האדיר רבי אהרן שיפף שליט"א - גאב"ד אנטווערפן,  און נאך וואס זענען נאכנישט אוועליבעל פאר פובליק יעצט, זענען ערווארטעט בעזר השם צום כינוס!
*
צונאַמי פון שווערע טויזענטער טיקעט-אויספארקויף בחצר סאטמאר פארגאנגענעם וויק-ענד, נאך פייערדיגע דרשה ביים ריזיגן ל"ג-בעומר-טיש, ערשטוינט איחוד-הקהילות עסקנים!
*
צענדליגע אדמור"ים ראשי ישיבות נעמען צוזאם זייער עסקנים און זענען משמיע דברות קודש, און דאן פאר זייער עולם ביי געלעגנהייטן! ווי ברייט באריכטעט אין אונזער נייע דיקע אויסגאבע "כינוס כלל ישראל"
*
עסקן ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א ערקלערט ביי מיטינג: "מיין רבי האט קיינעם נישט געזאגט נישט צו גיין, אבער וויל אויך נישט הייסן זיין עולם יא גיין."  

אישור » 15/5/2012 23:41

איחוד הקהילות קרוינט רביים ?

עס זענען דא צוויי באבוב 'ס

זאגט פון וועלכע איר רעדט

המהדרין » 16/5/2012 02:40

ביטע ממשיך זיין אין דעם אשכול וועגן אלגעמיינע נייעס פונעם כינוס.

די_אמת » 16/5/2012 05:23

צו באקומען טיקעטס אויף eBay!!!

שמעלקאלע » 16/5/2012 16:02

כ"ק מרן הגה"ק מפשעווארסק שליט"א, כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הגאון גאב"ד אנטווערפען שליט"א, הגאון גאב"ד לאנדאן שליט"א, קומען בעז"ה צו פארן צום כינוס כלל ישראל..
 
נאר גאב"ד מאנראו זאל ווערן געזונט און זיינע אנהענגער'ס, וועלן זיך נישט באטייליגן צוליב עפעס א סינדראם וואס ער ליידט שוין דערויף אסאך יארן.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 17:40

תקותינו שכ"ק גאב"ד מאנראו שליט"א ישתתף ויפאר את המסיבה...

ווער געדענקט נאך וויאזוי זיי האבן געשריבן די ווערטער אויפן רבין הברך משה זצ"ל?

נארפאקטן » 16/5/2012 19:21

גייט מהרז״ל זיך באטייליגן, דערווייל האט ער נאכנישט געזאגט זיין מיינונג פאר סאטמערע חסידים,

ער האט געזאגט אז עס איז א זכי־ה "ווער עס קען גיין", חסידי סאטמאר קענן נישט גיין צוליב דעת רביה״ק זי״ע

זיינע חסידים פון פלעבוש (יודא גרין וכדומה) איז א זכי־ה

קליפ » 16/5/2012 19:29

Citi Field Seating Diagram
[בילד – נישט אפגעהיט]

שמעלקאלע » 16/5/2012 19:44

נארפאקטן, נישט אמת, וכו', עטס מאכטס בזיונות פאר ענקער רבי'ן מיטן רעדן אזעלכע דברים של מה בכך....
אגב, אנאליזן קומט נישט אהער. דאס איז געווידמעט בלויז פאר מעלדונגען און נייעס


תוקן על ידי שמעלקאלע ב- 16/05/2012 19:45:58

kj_monroe » 16/5/2012 23:06

אגב מיין איך נאכן רעדן מיט אפאר שונאים פון סאטמאר בכלל אז מיט דעם וואס די רבי האט זיך צוגעשטעלט צום כינוס האט ער צונישט געמאכט זייער פלאן צו לויפן צום כינוס (נישט ח"ו די עסקנים פונעם כינוס בכלל האבן דעס געטראכט) צו ווייזן אז מקען אן סאטמאר יעצט זענען זיי חוזק

לאנצוט » 16/5/2012 23:10

ביי א סיום הש"ס פלאנט די אגודה חברה צו ברענגען א מאה אלף אידן.
טראכסט אז אז זיי דארפן סאטמאר?

הנגיד_רבי » 16/5/2012 23:15

אגודה-ד'אמעריקא האט זיך כלל נישט געלאזט הערן דא ביים כינוס כלל ישראל.
זיי האבן נישט הפנים קיין דאגות מיט אינטערנעט.

לאנצוט » 16/5/2012 23:20

הנגיד_רבי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אגודה-ד'אמעריקא האט זיך כלל נישט געלאזט הערן דא ביים כינוס כלל ישראל.
זיי האבן נישט הפנים קיין דאגות מיט אינטערנעט.


די ליטווישע אידן זענען נישט קיין חלק פון די אגודה?
די בעלזער, די גערער, די קלויזנבורגער, ווזניצער, זענען נישט אנגשלאסן אין די אגודה?

גינגריטש » 16/5/2012 23:28

ביטע איגנארירען דעם צעחוש'טען וואס פארדרייט יעדע אשכול, טאטאלי איגנארירען!!

לאנצוט » 16/5/2012 23:37

גינגריטש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ביטע איגנארירען דעם צעחוש'טען וואס פארדרייט יעדע אשכול, טאטאלי איגנארירען!!

עס צייגט אז דו ליינסט נישט וואס מ'שרייבט. די רעדע איז געווען אז דאס אז מהרז"ל האט זיך צוגעשטעלט איז א שאס פאר די אנטי-סאטמאר עלמענטן וועלכע האבן געוואלט ווייזן אז מ'קען מאכן א כינוס "אן" סאטמאר. און יעצט על אפם וחמתם איז סאטמאר יא דארט.

האט לאנצוט געעענטפערט: אז ביים סיום הש"ס איז דא דריי מאל מער מענטשן אן סאטמאר.

הנגיד_רבי » 16/5/2012 23:41

אגודה איז א ארג פאר זיך אויפגעסעט מיט א אייגענע פי.אר.
זיי האבן רבנים וואס זענען א רבנים פאר זיך און זענען אויך א חלק פון אגודה.
(לדוג' אז פאפא רב הייסט גיין צום כינוס מיינט נישט אז התאחדות הרבנים שיקט צו כינוס) 

לאנצוט » 16/5/2012 23:46

די ארגאניזאציע אגודה איז נישט אין טאשארדזש דא. אמת.

אבער אלע זייערע רבנים גייען, און רוב פון זייערע מענטשן גייען.

געלעכטער » 17/5/2012 00:20

און רוב פון אונזערע רבנים און אונזערע אידן גייען. חוץ אהרונים, בני יואל, און נטורי קרתא

שמעלקאלע » 17/5/2012 02:08

לאנצוט יעצט איז דיר געלונגען צו ווערן אנגערופן מכת הסיקריקים
נאכער וואס ס'שטעלט זיך ארויס, אז דער רעבארען האט זיך צוגעשטעלט צו דער כיתות הסיקריקים כגון בני יואל און נטורי קרתא....

ווי זאגט איינער: רעבארען איז אלעס מוחל זיין ברידער אבער נישט דער איינער זאך פון אים צאמשטעלן מיט בני יואל

לאנצוט » 17/5/2012 02:19

שב ואל תעשה איז דער היפך פון סיקריקים.

ווען רז"ל וואלט געהאלטן מ'זאל נישט גיין, וואלט ער געווען א סיקיריק. טראסט מיך.

מ'וואלט געריסן אלע צעטעלך, מ'וואלט געמאכט פאשקעווילן, מ'וואלט געהאלטן וויינענדיגע דרשות, מ'וואלט געשריבן מחאות אין דער איד.

ביי כ"ק אדמו"ר מהר"א איז שא שטיל. איך גיי טאקע נישט, אבער איך האק נישט דערויף. א דרך א ממוצע וואס איז ריכטיגער כבוד שמים.

דאס הייסט א מנהיג ישראל אמיתי !

שלום_היט » 17/5/2012 02:20

דו האקסט יא דערויף יעדער לאכט נאר פון דיר ווייל מ'ווייסט ס'איז פאוני בעלאני.

לאנצוט » 17/5/2012 17:42

שלום. איך האב קיינמאל נישט געהאקט דערויף. נישט ריכטיג. 

[במאמר המוסגר: א טיקעט האב איך שוין פון מיין איידעם. און ס'איז שטארק מעגליך אז איך וועל זיך דארט געפונען].


אבער איך האלט נאך אלץ אז סאטמארע רבי האט זייער א שטארקע טענה, און קיינער האט אים נישט אפגעווענדעט.

שמעלקאלע » 17/5/2012 18:03

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שלום. איך האב קיינמאל נישט געהאקט דערויף. נישט ריכטיג. 

[במאמר המוסגר: א טיקעט האב איך שוין פון מיין איידעם. און ס'איז שטארק מעגליך אז איך וועל זיך דארט געפונען].
שוין מה הועילו חכמים בתקנתם, לאנצוט בארטשי אפאר וואכן צוריק האסטו אונז דא אהערגעברענגט פילע בריוון פון קדושת יו"ט ייטב לב איבער'ן "איסור" צו רעדן לשונות העמים, און אז מ'טאר זיך נישט געפונען דארטן....

לאנצוט » 17/5/2012 18:13

שמעלקא. איך האלט אז סאטמארער אידן באלאנגען נישט דארט און אז סאטמארער רבי איז גערעכט, אבער איך האב דאך א חשק צו גיין. איך האלט נישט אז די ענגליש וועט מיר שאדן. איידער דער איסור פון די אמאליגע צדיקים ובראשם הדברי חיים זי"ע, האף אז מ'זאל מיר נאר שמייסן אויף דעם.

איך בין נישט אפגעמאכט 100 פראצענט איך בין נאך שוקל. (נישט קיין אנקעטעס)


דיסקלעימער:
איך רעד זיך נישט איין אז איך וועל נתפעל ווערן פון די רבבות.
איך רעד זיך נישט איין אז איך וועל נתפעל ווערן פון די ווארימע דרשות צופיל, ווייל איך האב שוין אלעס געהערט, פלוס פלוס פלוס.
א טיקעט האב איך שוין אין די האנט, ממילא איז מיר שווערער צו זאגן ניין.

יוסף90 » 17/5/2012 18:57

די ענגליש גייט דיך מילא נישט שאדן


ווייל די האלסט ליידער אויף א סאך א נידעריגער שטאפל, און ווער עס קען דיר פערזנליך, ווייסט ליידער

לאנצוט » 17/5/2012 18:59

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די ענגליש גייט דיך מילא נישט שאדן


ווייל די האלסט ליידער אויף א סאך א נידעריגער שטאפל, און ווער עס קען דיר פערזנליך, ווייסט ליידער


אמת ויציב. איך בין ליידער א גרויסער חוטא. איך בין דאס נידריגסטע פון כלל ישראל. איך לייקן עס נישט. איך זאג יעדן טאג "סלח לנו אבינו כי חטאנו", אויך זאג איך אשמנו, בגדנו גזלנו, און נאך געפערליכע זאכן.

און די ענגליש וועט מיר אוודאי נישט שאטן, ווייל איך רעד אסאך ענגליש דורכ'ן טאג. און לאנצוט איז ליידער א גרויסער שייגעץ, אבער דאך האלט ער אז סאטמארע באלאנגען נישט דורך. איך האב דאך חשק צו גיין.

(איך האלט אז מ'וועט מיר נישט שמייסן פאר דעם).

kj_monroe » 17/5/2012 19:15

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און רוב פון אונזערע רבנים און אונזערע אידן גייען. חוץ אהרונים, בני יואל, און נטורי קרתא


סתם פאר די פאקט אסאך בני יואלע גייען יא און ס'איז דא א שטארקע שטיצע דארט און אסאך פון אסאך זייערע רבנים שטיצן עס ווי למשל ר' טודרוס- מיט ר' יודל גרובער - מיט נאך אנדערע ס'איז בכלל נישט ווי אזוי די ארונים טרייען צו שפינען אז סאיז געפערליך א מעכטיגע ריס צווישן בני יואל מיט אינז בכלל נישט און ווער סווייט אביסל וועגן די מערכה פארן קעמט אינטערן טיש ווי שטארק די בני יואל עסקנים זענען געווען פארמישט אינז צו העלפן

שמעלקאלע » 17/5/2012 20:00

לאנצוט ווערט נישט נתפעל פון קיין דרשות אדער רבבות א.ד.ג
ער גייט בלויז ווייל....ער האט נישט וואס צו טוען מיטן טאג..

שמעלקאלע » 17/5/2012 20:01

און פארוואס גייט דיין איידעם נישט??
(גיי גלייב לאנצוט הזקן)
בלאט: 1 2