מורא'דיגע מוסר השכל!
תיכף ווען עס האט זיך אנגעהויבן די סאטמאר פאליטיק, דהיי' ווען די רבי זצ"ל האט אויפגענימען דעם רבי'ן שליט"א פאר רב אין וויליאמסבורג, און ר' אהרן האט דערקלערט קריג קעגן אלעמען, און אנגעדרייט א רעוועלט קעגן רבי'ן זצ"ל וואס האט נישט געהאט זיינ'ס גלייכן זינט וועלט איז וועלט, (אפשר אבשלום בן דוד) און לכבוד דעם געצויגן די צארן פון'ם טאט'ן זצ"ל,
אזש ס'איז שוין ממש נישט געווען קיין וועג צוריק, און ר' אהרן האט לכבוד דעם אנגעהויבן מרוחק ווערן מער און מער.
האט רבצין סאשע ערקלערט שטייף: "איך גיי נישט לאזן ר' אהרן ווערן א שרוליק! מ'גייט פייטן סיטי-האלל"!
א סלאגאן וואס דער בלאט האט אדאפטירט, און ס'האט געשיינט זייער גוט, כ'מיין: שרוליק איז דאך אויסגעשפילט, און אונז גייען דאס נישט לאזן פאסירן צו ר' אהרן.
*
היינט אחרי מות, ווען מ'ציעט א פאראלעל איז עס ממש צו לאכן:
רבי שרוליק האט אלעס, אלעס, און פון זיין ברידער רעדט מען ניטאמאל פון אים, ס'איז כלל נישט קיין רעדע, ווען איינער גייט צו ר' ישראל דארף ער נאכנישט פארדעם גיין צו ר' מענדל, און בכלל ר' מענדל האט גארנישט באקומען, מ'קען רואיג אויפנעמן ר' ישראל ביי עני כבוד'ס שטעלע און ס'ברענגט נישט ארויף אז אפס מ'דארף זיך רעכענען מיט'ן צווייטן.
בקיצור ר' ישראל'ס כיבוד אב, - אויף וואס עס שטייט אז אפי' די טאטע שפייט אויף אים דארף מען שווייגן - (ער האט קיינמאל נישט געלאזט זיינע מענטשן רעדן אויף זיין טאטע וואס האט אים פארשיקט! אפי' ער האט זיך געמיטשעט מיט מנין האט ער פארשיקט אזא איינעם!) און די שכר אויף כיבוד איז בעולם הזה, איז מקיום געווארן במלא מובן המלה - א פראכט!
משא"כ דער ר' אהרן וואס האט זיך נישט געלאזט, און פונקט פארקערט גאר אין גאנג געלאזט א רעוואלט, ס'האט זיך געטוען יעדער ארוני ראצער בחור האט חוזק געמאכט פון זיין פאטער, איז געבליבן מיט וואס ער האט געהאט פארדעם אלס ק"י רב, ער איז נישט געווארן אנערקענט ביי קיין שום פרעמדע מוסד ווי עדה"ח/התאחדות/כולל שומרי חומות וכו' וכו' ווי זיין טאטע און פעטער זענען יא געווען נשיאים(נישט אז ס'מאכט אויס ס'איז נאר א כבוד זאך, אבער ס'ברענגט ארויס די פאקט אז יעדער רעכנט זיך "ווייל ס'איז דא צוויי סאטמאר'ס" און זיין ברודער איז געווארן א סאטמאר רבי!
א זאך וואלט לכאו' קיינמאל צושטאנד געקימען ווען ר' אהרן קאאפערירט ווען! ווי מ'הערט אויפ'ן טעיפ ווען ר' אהרן בעהט זיך מ'זאל אים מאכן פאר רב אין וויליאמסבורג און די טאטע זאל גיין אין גארטן, אז מ'באהאנדעלט אים ווי די קרוין פרינץ נאר די רבי איז אים מסביר "דו האסט דאך די ישיבה אין ק"י" אויף וואס ער זאגט אז ער האט נאך נישט קיין תירוץ....
*
בקיצור היינט קען מען זאגן ער איז טאקע נישט קיין שרוליק! וויל ר' ישראל איז "די וויזניצע רבי" און ר' אהרן איז "פון די" צוויי סאטמאר רבי'ס.