היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?

גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956820

IAMSMART » 2/5/2012 20:16

די אהרונים זענען כסדר ביזי מיט שרייען: גיין צו דין תורה.

שיינע דיבורים. אבער עס פרעגט זיך א גרויסע שאלה: איז בכלל דא מיט וועמען?

זיצנדיג אין מקוה, האב איך מיטגעהאלטן א שמועס וואס 2 אידן האבן דיסקוטירט דאס ענין פון דין תורה מיט די אהרונים. איינער האט זיך אנגערופן, איז דען שייך צו גיין מיט די אהרונים צו דין  תורה?

און ווייזט אן אויף בארא פארק. נאך לאנגע חדשים וואס דאס בי"ד האט געהערט די טענות פון ביידע צדדים פארוואס ר' מענדל שווימער איז יא אדער נישט פון די הנהלה, און פארוואס אהרן וועלץ מעג יא אדער נישט אליינס באלעבאטעווען, האט אויסגעקוקט אז אט גייט קומען א פסק, ושלום על ישראל.

אבער פלוצלונג ביים לעצטן דיון, ווען דער אהרונישער בורר זלמן גרויז האט זיך דערזען אז עס האלט שוין קרוב צו א פסק, האט ער אריינגעווארפן א פרישע באמבע, אז דאס איז נישט קיין דין תורה צווישן די 2 יחידים, נאר צווישן דעם ציבור. דאס מיינט אז נאך חדשים פון אויסברענגען צייט און צענדליגער טויזנטער דאלארס האט מען זיך דערזען ביים אלף.

מיט דעם אלעם, האט ר' מענדל שווימער דאס אויך נאכגעגעבן, און מסכים געווען אז מען זאל דן זיין לויטן ציבור. דאס בי"ד האט דעמאלסט פארלאנגט פון ביידע צדדים צו ברענגען חתימות פון זייער ציבור.

למעשה האט ר' מענדל שווימער אויסגעפאלגט די בקשה פון בי"ד, אבער דער אהרונישער צד האט נאך ביז היינט נישט געברענגט קיין חתימות.

פארוואס? ווייל זיי "ווילן נישט" קיין פסק!

אבער די אהרונים ווילן כסדר דין תורה!

איז דען בכלל דא מיט וועמען זיך צו שטעלן?

קראך_היט » 2/5/2012 20:21

איבער 10 יאר האט געדארט אויפצוקומען מיט א תירוץ פארן נישט קומען צו די"ת?

IAMSMART » 2/5/2012 20:28

אין ווישניץ וויליאמסבורג און מונסי האט דין תורה זייער שיין געפאסקענט מען האט ציטיילט לויט מתפללים און נדבנים, אבער דא אין סאטמר האט מען שוין ציטיילט תש״ס, וואס לכאורה גייט דין תורה גארנישט טוישען. נאר די ארונים ווילען ציברעכען סאטמר טרייען זיי דורך די קארט, מיט נאך שרייען און באשמוצען אונזער הייליגע קהלה מיטן זאגן אז מיר ווילן נישט קומען צו דין תורה, און זיי האלטען אז דאס געט זיי א בלענק טשעק, מיט אלע מיני מסירות צוציברעכן אונזער כוח

היראים » 2/5/2012 20:37

די זאליס נאך 10 יאר
זענדיג כי כלתה עליהם הרעה
פראבירן זיי צו טוישן די גאנצע מציאות מיט נייע תירוצים פאר די איבער 10 יעריגע סירוב לדין

קהל האט זיי שוין לאנג מציע געווען
ווי איידער שטעלן יעדע וואך אין דער איד פרישע שקרים, פין פעיראלל דיינים, תהליכה הקהילה, אין נזקקין, קרית יואל, ב''פ כו'
קומט אריבער צו א בי''ד אין שרייבט אינטער שטרי בירורין אין זאל מען דאס דן זיין
איבער וואס דער תובע קען תובע זיין דעם נתבע, אין אויב דער תובע קען נאך בכלל האבען א תביעה וכו'
דער נתבע האט נישט קיין אליינס שום תוקף צו קענען פסקנ'ן וויאזוי דאס זאל גיין

IAMSMART » 2/5/2012 20:59

סאיז דא בכלל רילייעבל בתי דינים אדער אפילו רבנים פאר א זבל"א צו וועם צו גיין צו דין תורה? דערווייל זעמיר אין א מצב אז עס איז נישטא, ב.פ. ב"ב ובאבוב יוכיחו, מילא איז דערווייל די אפציע נישט שייך. אפשר גייען די צדדים איין אויף שלשה רועי בקר און זיי זאלן אויסהאמערן עפעס? קען זיין אז דאס קען מען יא טרעפן היינט.

אבראהאם » 2/5/2012 21:10

IAMSMART כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אז די האלסט אז ס'איז נישט קיין רילעביל בתי דינים פאר א דין תורה

פארזאגסטו דעמאלס אז די אהרונים ווילן נישט קיין דין תורה ?

IAMSMART » 2/5/2012 21:28

איך וואלט ענדערש געפרעגט : גיין צו דין תורה, איז דאס פארוואס ? און בכלל פארוואס עפעס גיין צו דין תורה אומגעריפען ?? און וועמ'ן וואלטען זיי געוואלט ריפען ?

רבינו שליט"א פאר'ן אנעמען א רבנות וואס זיין טאטע האט אים  געגעבן.

די ראשי הקהלה פאר'ן אויספירען רצון קדשו פון רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע.

אדער גאר הרבנית הצדיקת ע"ה פאר'ן געבוירען רבינו שליט"א

אבראהאם » 2/5/2012 21:34

ער האט עס קיינמאל נישט באקומען פין זיין טאטע ער איז א פוסטער גנב
די ראשי הקהילה האט מען ארויס געווארפן
מען האט אריין גענימען ניי וואס האבן זיך משדעבד געווען די נכסים פארן עם הארץ

משה גבאי האט מאנווירט ער זאל עס באקומען

זאל ער עס זאגן פארן בית דין דער גנב

תוקן על ידי אבראהאם ב- 02/05/2012 21:37:49

IAMSMART » 2/5/2012 21:44

פינטעל די ארונים ווילן נישט קיין דין תורה, זיי ניצען דין תורה פאר א בלענק טשעק צו פראבירען אונטער ברענגען סאטמר
הראיה עלף יאר נאכן פורץ גדר זיין צו גייען און ערכאות, וואס ליידער נאכדעים האבן פילע יחידים און קהלות קדושות נאכגטועהן, האבן זיי נישט געברענגט קיין שום כתב פון א בית דין וואס האט זיי מתיר געווען, )אפילו פון שלשה רועי בקר אויכעט נישט( און נישט געשיקט קיין שום הזמנות צו קיין שום בית דין שבעולם, ווייל זיי ווילן נישט קיין דין תורה זיי ווילן ציברעכען סאטמאר

גרוינים » 2/5/2012 23:24

סטאפ די בת היענה שפיל דא גענוג געווען 
נאך 10 יאר איז שוין ניטאמאל דא א שוטה וואס ווייסט נישט ווער עס איז דער גנב און ווער עס איז דער מסרב לדין 
א שאד יעדעס ווארט

געלעכטער » 2/5/2012 23:26

חוץ אויף היידפארק און אין בלאט איז דא א בריוו אפילו פון איין בי"ד אז די זאליס זענען מסרבים לדין, אזוי ווי דער דין איז ווען א בי"ד שיקט דריי הזמנות און מ'שטעלט זיך נישט צו?

גרוינים » 3/5/2012 00:01

קלאר אז ניין אבער יעדער ווייסט אז נאך די דריטע הזמנה ביי די איינציגע בי"ד וואס האט זיך נישט געלאזט פון טעראר האבן די זאליס נאכן מסרב זיין 3 מאל איז זיי געלונגען אז דער פורים ראב"ד און ר' זלמן זענען אריבער צום בי"ד און ארויפגעלייגט שווער דריק מזאל נישט געבן קיין היתר בי"ד ביז אנדערע דריי רבנים חשובים האבן געגעבן א היתר באהאלטענערהייט צוליב פחד הטעראר און מהאט דאס בשעתה געוויזן פארן ווינער רב וואס האט דאס אייך מעיד געווען
און באמת די סיבה פארוואס די וועלט ווייסט אז עטס ווילטס נישט דין תורה כאטש נישט יעדער איז באקאנט מיט די פרטים ווייל יעדער נער ווייסט אז די איז פארגעקומען א גניבה אויף די בנינים און רציחה אויפן רבין ז"ל בימי חולשתו און יעדער ווייסט ווער עס האט פון וואס מורא צו האבן פון דין תורה 
ווי אויך איז דאס שוין איבערגעצייגט געווארן לעיני השמש אין קארט כמעט יעדעס מאל ווען די ארונים האבן בלויז געבעטן מזאל לייגן דרוק אויף דין תורה און די זאליס האבן עס דינייט און מסביר געווען פארוואס נאר קארט קען פסקענען און ביי די ב"פ געריכט האט עס אפילו דער ריכטערן אריינגעשריבן אין פסק די פאלשקייט פון די זאליס מיטן כלומרשט גיין צו דין תורה און לויפן תיכף און געריכט שרייען אז מוויל נישט דין תורה 

IAMSMART » 3/5/2012 01:35

אין די תורה וואס איז געגעבן געווארן אויף הר סיני שטייט אז דין תורה איז נאר מיט א איד וואס פירט זיך ווי א איד, נישט איינער וואס פירט זיך ווי א גוי, און נוצט די תורה נאר ווען עס לוינט אים, בפרט ווען ער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דין תורה איז ביי אים א שטעקן פונקט ווי דאס גויאישע קאורט!

IAMSMART » 3/5/2012 01:39

האט איינער די בריוו פינעם וויזניץ'ערס איידעם אז מ'קען נאר גיין צי פעראל דיינים ביי פרשת אלטר משה

IAMSMART » 3/5/2012 01:41

חלה דעקעלעך

סאטמאר ב"פ געפינט זיך ביי דין תורה כרצון האהרוינים (אזוי עכ"פ שרייסטו אז די אהרוינים ווילן דין תורה און די זאליס נישט) בי"ד האט געבעטן אז אלע סאטמארע חסידים אין ב"פ זאלן אינטערשרייבן אז זיי וועלן אנעמען דעם פסק פון בי"ד.

נאר די זאליס האבן אינטרעגעשריבן און מען ווארט נאך עד היום (אריבער א יאר) אז די אהרוינים זאלן אינטערשרייבן.

אויב זענען די אהרוינים אזוי וויליג און בעטן זיך גאר פאר דין תורה און די זאליס זענען די וואס דרייען זיך ארויס (כפי דיינע דמיונות) ווי אזוי שטימט דאס מיטן פאקטישע מציאות אז די זאליס האבן גע'חתמ'עט און די אהרוינים האלטן נאך עד היום נישט ביים חתמ'ענען?

גרוינים » 3/5/2012 02:28

IAMSMART כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין די תורה וואס איז געגעבן געווארן אויף הר סיני שטייט אז דין תורה איז נאר מיט א איד וואס פירט זיך ווי א איד, נישט איינער וואס פירט זיך ווי א גוי, און נוצט די תורה נאר ווען עס לוינט אים, בפרט ווען ער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דין תורה איז ביי אים א שטעקן פונקט ווי דאס גויאישע קאורט!

קומט צו דין תורה ווי אידן וואס פאלגן די תורה וואס איז געגעבן געווארן אויפן בארג סיני וועל מיר דארט הערן "אלע" ענקערע תירוצים פונעם שער התירוצים פארוואס די בי"ד זאל ארויסווארפן די קלאגע
אבער אלע תירוצים אין נזקקין מיט זיי זענען נישט קיין אידן זיי האבן אנגעהויבן אלעס אלעס ווי ער האט געוואלט ער האט געזאגט אהער אהין וואס די ווילסט נאר זאלסטו דעם בי"ד זאגן פון אלף ביז ת' אלעס נאר אין בי"ד נישט אויף הייד פארק און נישט אין קאורט

תוקן על ידי גרוינים ב- 03/05/2012 02:30:39

מאירשלום » 3/5/2012 03:26

זענען די ארונים מסכים צו א דין תורה אויף גאנץ סאטמאר?

קריסטאל » 3/5/2012 03:33

א יעדע קהילה דארף מען עקסטער דן זיין
אזוי ווי מען איז עקסטער דן בארא פארק אין בני ברק זאל מען אלעס עקסטער דן זיין קרית יואל אין וויליאמסבורג

אין אינז זעמיר מוכן ומזומן שיקט'ס אן הזמנה ביי אומפארטיישע בית דין

קריסטאל » 3/5/2012 03:36

אין פארשטייט זיך מאנסי וועט אויך אריין קומען אין די פיקטשער אין חיים יושע וועט מיזן קומען

FiveBoro » 3/5/2012 03:40

מאירשלום כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זענען די ארונים מסכים צו א דין תורה אויף גאנץ סאטמאר?

יא.

יעדער וואס וועט שיקן א הזמנה מיט סיי וועלכע תביעה, וועט געענטפערט ווערן ביי די"ת.

מאירשלום » 3/5/2012 03:51

קריסטאל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין פארשטייט זיך מאנסי וועט אויך אריין קומען אין די פיקטשער אין חיים יושע וועט מיזן קומען
האט מען שוין איינמאל געשיקט א הזמנה פאר ר חיים יושע

מאירשלום » 3/5/2012 03:55

קריסטאל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א יעדע קהילה דארף מען עקסטער דן זיין
אזוי ווי מען איז עקסטער דן בארא פארק אין בני ברק זאל מען אלעס עקסטער דן זיין קרית יואל אין וויליאמסבורג

אין אינז זעמיר מוכן ומזומן שיקט'ס אן הזמנה ביי אומפארטיישע בית דין
פארוואס קען מען נישט מאכען איין גרויסע די תורה אויף די ירושה פון ברך משה פארוועם עס באלאנגט אלע סאטמערע קהילות פון די גאנצע וועלט ?

קריסטאל » 3/5/2012 04:05

ווייל אויף א יעדע פלאץ איז די דין תורה עפעס אנדערש

למשל אין קרית יואל האבן די זאלי'ס נישט קיין שום טענות ווייל דעס איז יעדער מודה אז דער ברך משה האט עס געגעבן פארן רבי'ן אפילו לשיטותכם האט די רבי דער ברך משה געשריבן א בריוו אז ר' זלמן קען זיך עפענען עקסטערע מוסדות אין רעדט נישט גארנישט פין זיין עקסטיערנדע מוסדות

1) ווילאימסבורג איז געווען א קהל וואס מען האט ארויס געווארפן אין זיי מיזן צוריק קומען
2) דער ברך משה האט אריף גענימען דעם רבי'ן פאר רב הצעיר אין ר' זלמן איז אנגעקומען נאך דעם בגניבה

פארדעם קען מען נישט מאכן איין גרויסע טשאלנט

תוקן על ידי קריסטאל ב- 03/05/2012 04:12:04

מאירשלום » 3/5/2012 07:23

די אלע טענות וועט מען טאקע זאגן ביים דין תורה פארוואס ענק האלטען אז עס דארף אזוי זיין, אבער פארוואס קען נישט זיין א דין תורה פארוועם עס באלנגט סאטמר, אגב ווען האט די ברך משה אוועקגעגיבען וויליאמסבורג פאר ר אהרן?

תוקן על ידי מאירשלום ב- 03/05/2012 07:29:51

מאירשלום » 3/5/2012 07:33

חוץ דעים הנהלת המוסדות פארוועם די קעמפס באלאנגען דארף מען אויכעט עקסטער ריפען אין דין תורה?

דיןתורה » 3/5/2012 18:27

איך האב מברר געווען אז דאס וואס צד מהרז''ל זאגט אין האלט אין איין איבערקייען

אז דער בית דין האט 'מחייב געווען' דעם ציבור פין צד מהר''א אינטערצושרייבן ש''ב
איז שקר

מאירשלום » 3/5/2012 21:33

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב מברר געווען אז דאס וואס צד מהרז''ל זאגט אין האלט אין איין איבערקייען

אז דער בית דין האט 'מחייב געווען' דעם ציבור פין צד מהר''א אינטערצושרייבן ש''ב
איז שקר

דעמאלטס פארוואס קומט נישט ארויס קיין פסק?

קראך_היט » 3/5/2012 21:51

ווייל די זאליס האבן באקומען קאלטע פיס, און אלס תובעים האבן זיי אויפגעגעבן די דין תורה, ווייל ס'האט ערנסט געהייסן אז מ'שלעפט אריין וומ"ב

קראנט

דיןתורה » 4/5/2012 02:05

פינקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגען קענסטו דיך אליין נאכפרעגן

איך גיי נישט דא זיצן אין אפשרייבן די גאנצע השתלשלות פין די בארא פארקע דין תורה

אין אויב יא, וועט זיי געוואלדיגע בישות פאר צד מהרז''ל

סיי וויפיל זיי האבען בכלל געהאלטן ביים גיין צו די''ת

סיי וויפיל שפיצלעך זיי האבען אינטערגעשטעלט בשעת מעשה

נאר דאס וואס איך האב ציגעברענגט אין קלאר פאר אלע צדדים

אין אדרבה פרעג דיך נאך

די בית דין האט דערוויל געפסקנט

אז די מוסדות איז נישט קיין נכסי יחיד

ממילא זענען אלע טענות פין צד מהרז''ל בטול

אין צד מהרז''ל האט געבעטן אז בי''ד זאל נישט געבן קיין פסק בכתב

ווייל זיי ווייל אנהייבן נאכמאל די די''ת דורכ'ן ציבור מיט נייע טענות

אבער נאכדעם האבען זיי זיך געכאפט אז לויט די נייע טענות וועט זיין גרויסע צרות ואכמ''ל

אין זיי האבען באקומען קאלטע פיס

מאירשלום » 4/5/2012 08:17

קרית יואל באלאנגט אויכעט פארן ציבור?

גרוינים » 4/5/2012 23:56

סאיז קלאר אז ווען בי"ד זאל זאגן אלעס איז איינס וועט ק"י אונטערשרייבן אבער אנצוהייבן א דין תורה איבער די גניבה לעיני השמש אין וויליאמסבורג מיטן ארויסווארפן ראשי קהלה מיטן ציבור פון די בנינים און זאגן אז מיר מוזן "אנפאנגען" מיט א דין תורה און אונז זאל מיר זאגן אז סאיז איינס מיטן אונטערשרייבן איידער בי"ד איז דאס מחייב דאס איז א זאך וואס האט נישט אפילו מיט קיין לפנים משורת הדין 
סאיז אזוי ווי דו זאלסט האבן א הויז אין ירושלים און אין וו"ב און איינער ווארפט דיר ארויס פון ירושלים מיט גניבה און דו רופסט אים צו דין תורה וועט ער זאגן האלא אז דו שרייבסט אונטער שטרי ברורין אויף דיין הויז אין וויאמסבורג בין איך מסכים אז נישט בין איך א גוי און איך גיי נישט צו קיין דין תורה
איז אזוי אז דער בי"ד וועט הערן עפעס טענות אז דער גנב טענהט אז ער האט עפעס תביעות אינעם וו"ב הויז און ער האט א תביעה אז די וו"ב און ירושלים הייזער זענען איינס גוט וועט בי"ד דן זיין צו ער דארף צוקומען צום משוגעת פונעם נתבע צו נישט