היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מיט ביטערע בכיות ביטע קומט מאכן א בילד

מיט ביטערע בכיות ביטע קומט מאכן א בילד

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956668

הולך_לבגץ » 2/5/2012 01:09


נאך א ביטערן געוויין פון די גבאים פון דער גרויסער סאטמאר רבי מיט טרערן אין די אויגן
היתכן דעם וואס דארף שוין 10 יאר זיצן אין פלעטבויש מיט אפאר בראך'ס און געטער'ס האט באקומען די כבוד פון א באזוך פון 4 רבנים 12 אזייגער ביינאכט מיטן תירוץ אז אן עם איז דא א שווערקייט צו אנפילן די 50 טויזנט זיצן (נישט אז ס'וועט נישט זיין פיל חזקה על פראפגאנדע שאינה חוזרת ריקם) אבער אן עם איז דאס נישט קיין כלל ישראל איחוד.
און דער גרויסער סאטמאר רבי דער וואס האט רוב מנין ובנין האט נישט די זכיה צו אזא באזוך.

נאך גרויס פרעשע און סטראשערייען האבן זיך די עסקנים געבראכן און יעצט קומט פאר א "גאר שטורעמישע אסיפה" ווי סאטמאר רבי גייט אויסהערן די דעת הדיינים והמוצי"ם והרעבלעך למיניהם און האבן דאס לעטצעט ווארט מיט'ן זאגן "אוקעי"

און ביינאכט וועט אנקומען צו א באזוך די צוויי ראשי ישיבות פון לעקיוואד (עפעס אינטרעסאנט נישט צוזאמן מיט סעקולענער רבי די תירוץ אלט מען נאך אינמיטן באקן.

ועל כגון זה כתוב: אבל מלך אביון, בלע ורד..............

וואלןסח » 2/5/2012 01:22

הולך, שרייב ביטע אביסל קלארער, אנדערע זאלן פארשטיין
*
דאס ווערטל וואס האט זיך נעכטן ארומגעדרייט אז רז"ל האט געמאלדן אז ער קומט נישט נאר אויב מען קומט אויך צו אים איז גארנישט אזא ווערטל

קוקט אויס רז"ל וויל ווייזן, ביי מיין ברודער האט מען נישט געקענט פועל'ן, ביי מיר קען מען פועל'ן, נועם המדות בתפארתו

UnitedWill » 2/5/2012 01:23

לאמיך זאגן מיין מיינונג וואס האט א שטיקל שייכות צו די אשכול אויך


חיים הערש ט"ב האט נישט פארשעהמט זיין זיידן - הולך לבג"ץ פארשעהמט נישט זיין רבין.

ווייל יעדער פארשטייט אז אויף א משוגענער האט מען נישט קיין קאנטראל.

דיןתורה » 2/5/2012 01:24

עס קוקט נישט אויס ווי די  באזוך האט געהאט מיט די כינוס

עס האט גענומען גאנצע 10 מיניט

הולך_לבגץ » 2/5/2012 03:09

שוין געכאפט א בילד איך קען גיין?

קורצע באריכט פונעם היינטיגען טאג בביתה נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמור מהרי"י שליט"א:
4:00 זענען הגה"צ מ'שאפראן שליט"א מיט הרב מנשה פילאפ שליט"א אריין אל הקודש פנימה
4:05 כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מיט הגה"צ אבד"ק וויען קומען אן צו רבינו שליט"א און באגלייטונג פון עטליכע משמשים און עסקנים צווישען זיי הרב שמעון ישראל פריעד סקולען– הרב יואל פייערוועקער וויען – הרב יצחק שטערן וכו', ווי רבינו שליט"א האט פארלאנגט יעדער זאל ארויסגיין און לאזען די אדמורי"ם אליין.
4:10 רבינו שליט"א באגלייט ארויס מרן מסקולען שליט"א און בלייבט איינגעשפארט מיט הגה"צ אבד"ק וויען שליט"א פאר בערך צוואנציג מינוט,
תיקף נאכן ארויסבאגלייטען הגה"צ אבד"ק וויען שליט"א איז הגה"צ רבי טודרוס זילבער שליט"א אריין אל הקודש פנימה ווי ער איז געזיצען איינגעשפארט מיט רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט
6:00 האט זיך אנגעהויבען די ישיבת בי"ד מיטן אנוועזענהייט פון כ"ק ראב"ד שליט"א הגה"צ דומ"ץ מאנטריאל שליט"א און כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א הגה"צ מפאיע שליט"א הגרז"ל פילאפ שליט"א הגה"צ רבי ארי' ראזענפעלד שליט"א, דומ"ץ קרית יואל הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א, דומ"ץ בארא פארק, אין שפיץ פון מרן רבינו שליט"א
11:00 איז באשטימט אן אפוינטמענט פאר די ראשי ישיבת ד'לעקוואד

די שטורעמישע אסיפה האט גענומען פונקט 5 מינוט כלשונם, א בילד און ארויס

סיטי_פיעלד » 2/5/2012 04:35

איך קען ניט פארשטיין וויאזוי מענטשן זענען אזוי אומ-אביעקטיוו!
ס'איז דא איד ווי די סקולענע רבי וואס איז גאר קיין יונגערמאן ניט, און איז ווייט נישט קיין בעל כח, דירעקט א אויסגעאיידעלטע איד וואס לעבט אויף מיעוט שינה און מיעוט אכילה, א חד בדרא אין דעם הינזיכט,

ווייטער איז א ראש ישיבה פון לעיקוואוד וואס איך דארף נישט מסביר זיין וויאזוי זיין סקעדזשועל זעהט אויס!

קומען די צוויי יודן, און קוקן נישט אויף גארנישט! גארנישט!
נישט כבוד, נישט באקוועמליכקייט, נישט חשבונות -איך בין עלטער/ערליכער/גרעסער- און זענען מטריח שעות אויף שעות!
אלעס בלויז אז די כבוד שמים זאל זיין קלאסאל און קיינער זאל פעלן און די טרייסל זאל זיך פילן אויף יעדן איד יעדן קרייז, אז דא פארלאנגט מען פון אונז אלע עפפעס!

זיי טוען יעדע זאך אז קיינער זאל נישט קענען האבן קיין תירוץ, און זיי ווארטן נישט אויף כבוד נאר קומען אליין אראפ!
קענען דא קומען אזעלכע מאטריאליסטישע מענטשן, און מאכן כאילו דא איז מען עפפעס דן אפאר יונגען וואס האבן נישט וואס צו טוען מיט די צייט!
נבהל ונשתומם! 

UnitedWill » 2/5/2012 04:50

Mr. City, take in mind what i wrote earlier today:

חיים הערש ט"ב האט נישט פארשעהמט זיין זיידן - הולך לבג"ץ פארשעהמט נישט זיין רבין.

ווייל יעדער פארשטייט אז אויף א משוגענער האט מען נישט קיין קאנטראל.

סיטי_פיעלד » 2/5/2012 05:00

United
I'm not that much into Satmar politics, so i just don't get your point: please explain

UnitedWill » 2/5/2012 05:24

Im not at my desk.

The point is that there is only one shota who wrote this stupid stuff, and the aronim are not responsible on his tegivas.

סטראבערי » 2/5/2012 06:04

ווען זיי גייען צו ר' אהרן איז עס "זיך געביקט צו דעם גרויסן ר' אהרן"
ווען זיי גייען צו מהר"יי איז עס "נאך ביטערע בכיות האבן זיי זיך געבראכן"

כא כא כא - הא לן והא להו 

מאירשלום » 2/5/2012 08:46

וואס וואלסטו געזאגט אויב זיי וואלטען נישט געגאנגען צו מהר''יי, ? קיינער קוקט נישט צו אים! !! וכדומה עיין ערך כינוס סיטי פיעלד

שמייכל » 2/5/2012 18:55

מה בין בני לבן חמי?
סאטמאר אדמו''ר מהר''א האט נישט געברויכט צוזאמרופן זיינע רבנים דיינים און פותר חלום זיין פון וואס מען רעדט דא צו מען דארף יעצט נעמען א "ביצה גמרא" (עיין ערך פרשת נידלען די אייער) אדער געוואויר ווערן וויאזוי די משנה אין בבא קמא גייט (עיין ערך שור שנגח את הפרה) אדער צו פורים בייטאג ביים ליינען זאגט מען שהחיינו (עיין ערך ראדני) אדער יהללוך ביי מצות באקן וכו' וכו' וכו' סאטמאר אדמו''ר מהר''א איז ב''ה גוט אויסגעקאכט אין די שיטה און אין הלכה און אין השקפה HE KNOWS THE BOOKS
ער דארף נישט האבן קיין דיינים רבנים וואס זאלן אים אונטערזאגן וואס מען דארף זאגן ער קען ב''ה אליין

ווידער סאטמאר אדמו''ר רז''ל ער דארף שוין רופן דיינים אדמורים און ממש ער קען זיך נישט אן עצה געבן ציניקער געבן איבער אז ער האט געפרעגט אין שטוב פאר די אדמורים זענען געקומען וועלכע גמרא מען דארף ארויסנעמען (בבחינת אבא האיך מעשרין את המלח)........

שמייכל » 2/5/2012 19:02

אנטשולדיגט איך האב נישט צוגענדיגט מיין פונקט
איז אזוי ווען די רבנים גייען צו צד מהרז''ל פארשטייט יעדער איינער אז חוץ די בילד מיינט עס נישט עפעס אנדערש ווייל צו הערן א דעת תורה קען מען גראד גיין צו זייערע דיינים און רבנים וואס זיי האבן במילא אויף אים די לעצטע ווארט מען מוז נישט גיין צום עם הארץ אליין, און ווען די רבנים גייען ווען נישט צו אים איז עס זייער פשוט און נטורליך פארוואס ווייל עס איז נישט דא מיט וועם צו רעדן (פארשטייט זיך אומצוגעגרייט עיין ערך באזוך פון ר' מיכל זילבער)

ריזקאליש » 2/5/2012 19:08

רבותי הערט אויף צו לאכן פון אונזערע ברידער
סקולענער רבי שליט"א ואתו עמו די אנדערע רבנים,
זענען ממש א בחינה פון יש קונה עולמו בשעה אחת,
און אזעלכע שווערע טעג פאר די חברה,
האט זיי ממש מחיה געווען, מיט זייער באזוך ביי רז"ל
וואס הארט ענק אז אידן האבן הנאה

רבי_יונה » 2/5/2012 19:17

ליצים זאגן אז ווען איינער פון די רבנים האט עפעס געזאגט איבער די מיהאלאוויצער תקנות, האט דער שטריק געפרעגט:

וועלכע בראנפען איז דאס?

היראים » 2/5/2012 20:37

וועם גייט אן, צו ער האט יא געוויינט מען זאל קומען צו נישט
קיינער וועט נישט חושד זיין סקולענער רבי'ס גבאים אלס ארונים
אין אויב איז ער ארויסגעפארן ביז קרית יואל צו באזוכען ביים סאטמאר רבי'ן
וועט ער זיכער גיין צו להבדיל דעם שטריק

איינער מערקט מיר נאר אן זיין נעכטיגע א''ג אסיפת הרבנים וויאזוי עס האט אויסגעקוקט

דער גרויסער שטריק וויסענדיג אז ער איז נישט בכח צו מאכען אליין החלטות
אין ער האט נישט קיין ווארט אויף זיין אייגענע פארטיי,
ער וועט קודם דארפן משכנע זיין אלע זיינע סיקרוקים אין זיינע דיינים זאלען מיט אים מיטשטיין
האט ער כאטשיג געוואלט מאכען א מעכטיגע אסיפת הרבנים ביי זיך אינדערהיים
וואס זאל אפווישן די נעכטיגע באזוך אין קרית יואל  -פראפאגאנדע איז דאך זיין פאך
אין ווי נאר ער האט באקומען די מעלדונג אז סקולענער רבי קומט האט ער זיך גענומען לאדענען אלע וויליאמסבורגע רבנים, אינאיינעם מיט זיין ליצנות בית דין,
אין אזוי געהאפט צו באקומען גרויסע העדלייןס
למעשה זענען קוים אפאר רבנים אנגעקומען אין די וואס יא זענען נישט געקומען צוזאמאן
אין עס ענדעש אויסגעקוקט ווי א טיי אווענט, ווי די גערופענע קומען אין גייען

אט איז בערך די סדר פין די א''ג אסיפת הרבנים וואס דער הויז בחור האט ארויסגעגבן נעכטן נאכט
4:00:  איז שאפאראן געקומען אין אוועק נאך א שטוק צייט (מנשה פילאף איז אויך דארט געווען)
5:00: די ערווארטע באזוך פין האדמורים מסוקלען אין וויען שליט''א
''5:10'': סקולענע רבי האט געזאגט אז ער וויל שוין גיין, אין נאר וויענער רב איז דארט געבליבן
אביסל שפעטער וואס וויענער רב איז געגאנגען איז ר' טודרוס אנגעקומען
נאכדעם וואס ר' טודרוס איז געגאנגען
זענען הערשט זיינע דיינים אנגעקומען צו די א''ג אסיפת רבנים בביתו נאווה
6:30 איז ר' מנשה אנגעקומען
ביינאכט זענדיג אז די לעקוואדע ראשי ישיבה זענען נישט אנגעקומען.......
האבען זיי ארויסגעשיקט מעסעזשעס אז ס'געווען א '4 שעה'יגע' אסיפת הרבנים...
אין דא לאכט מען



האנדא » 2/5/2012 20:45

דער גרעסטער דורכפאל איז נעבעך ר' חיים קלמן גוטמאן. ער פלאצט אויס אין מחאות יעדן שני וחמישי. נאכנישט דורך קיין דריי וואכן פון שבת הגדול, ווען ער האט געשטורעמט אין א מחאה קעגן רבינו שליט"א פארן ברעכן דעם חומת ההתבדלות מיט גיין צו בעלז. ער פארט יעדעס יאר טיילן חלוקות פאר קרן הצלה, ווייל נאר ער קען טראגן דאס רענצל געלט על טהרת הקודש, און דא קומט פאר אזא מלכות'דיגע ערנסטע החלטה, און מ'לאזט אים זיצן אין שמואל אבערלאנדער'ס בעסמעמט!

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/05/2012 20:55:41

האנדא » 2/5/2012 20:52

רבי זאליקא איז נעבאך געווען פארלוירן, אז ער האט זיך געמיזט דירוך רעדן מיטן ''חכם ארזים רעב הערשל מייזליש" דער צדיק פון שאפראן, דער מחותן קבוע זיינעם,

דער באם האט נאך און זיין לעבן נישט געמאכט קיין אייגענע החלטה,

איינמאל זאגט טיפוש ליפאלע קרויס האט דער לאגא, ולאפץ, יא געמאכט אן החלטה,  ווען ער האט אריין געשטרימט צו זיין הייליגן טאטען דער ברך משה זי''ע, און רבינו שליט''א איז אויך דארט געווען, און זיך גענימען טיפן וואו א ווילדער אקס, וואו א אומערצויגענעם בריה, וואו א ריכעטיגער נועם המידות "אהרן איז געגאנגען קיקן מיין מקוה'' אהרן ווארט אז דר טאטע זאל שטארבן, יקרבי ימי אבל אבי,"

ויואמ_אמת » 2/5/2012 21:30

איך מיין אז עס איז די ערשטע מאל וואס דער סקלענער רבי באזוכט ביי ר' זלמן לייב

שארמאשער » 2/5/2012 23:13

עטס קענטס מאכען גאנצע פשעטעלך מיט תירוצים למעשה אז סקולענע רבי געקומען באזוכן ביי ענקער בלוט שונא שלינגט עס אראפ נישט זאג פאר יעדן אז עס באדערט דיך

געלעכטער » 2/5/2012 23:16

שארמאשער ווער איז יעצט דער "בלוט שונא"? איך דארף קענען האלטן קאפ וועלכע היטל דו טראגסט יעצט און וועלכע פארטיי דו שפילסט יעצט