היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גדולי ישראל נעכטן ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א [מהר"א]

גדולי ישראל נעכטן ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א [מהר"א]

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956552

געגאנגען » 1/5/2012 15:49

מפי השמועה איז נעכטן געווען א שטורמישע אסיפה אין שטוב פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואו הגה"ק סקולענער רבי שליט"א, כ"ק גאב"ד וויען שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, זענען געקומען פארלאנגען אז רבינו שליט"א זאל זיך יא משתתף זיין ביים גרויסן כינוס כלל ישראל.

נאך א שמועס פון אנדערטהאלבן שעה האט דער רבי געזאגט אז ער וועט זיך איבערקלערן.

SLONIMER » 1/5/2012 16:48

RT @SatmarLive: Admor M'Skulen, Hgr"M Kotler Rosh Yeshiva BMG Lakewood, Mashgiach BMG Lakewood Hgr"M Soloman & Admor M'Vien visited now by Rabbiny in KY.

SLONIMER » 1/5/2012 16:50

RT @SatmarText: Pic of Admor M'Skulen, Rosh Yeshiva w/ Mashgiach BMG Lakewood & Admor M'Vien by visit earlier by Rabbiny in KY. http://t.co/IWjFcnuO

וואלןסח » 1/5/2012 17:14

לפי ידיעתי גייען זיי זיך איבערקלערן, די רבי האט זיך זיינע פרינציפן אויף וואס ער גייט זיך לכאורה נישט ברעכן, די שאלה איז צו זיי קענען עס צושטעלן צום רבינ'ס פרינציפן

מישמאש » 1/5/2012 17:19

פשיהא! מען דארף די אלע גדולי ישראל מחרים זיין מיט טויזענט שופרות!!!!

האבן זיי דען נישט געהערט די פלאם פייערדיגע פון ד''ר יאזעף געבעלס ימ'''ש ????? טעות: "הרב הקדוש הנורא רבי זינדל שפיטצער"??????? וואס פאא שייגאץ רבינו שליט''א איז ווייל.....בלא בלא בלא...... רביזכיתויגנליינו?????????????? וויזניץ............ בלאט.................... משכיל.................  וכו וכו????

2  צו רבינו שליט''א'ס קליינע בעבי ברידער רעבע זלמן הדשיגאני. זענען די רבנים אויך געוען?? אדער זיי האבן נישט געוואלט מבטל תורה זיין און זיך פיקטשערן ביי דעם שרעקווערדיגען מן הארץ?

ריזקאליש » 1/5/2012 18:53

[בילד – נישט אפגעהיט]

סקאטמאלען » 1/5/2012 19:10

א שטארקע פלא
לאזן זיך אראפ די גרעסטע ליטווישע מנהיגים פין אמעריקע א 4 שעה וועג פון לייקוואד קיין מונרו און צוריק,
דער זקן האדמורים בשארית כוחותיו מיט מסירת נפש שלעפט זיך ארויס פון ברוקלין קיין מונרו,
זיך מתחנן זיין ביי ר' אהרן שליט"א זיך צו אנשליסן אין א ברענעדיגע נושא וואס ר' אהרן זעלבסט איז פון די גרעסטע פארפירער,
און ער דארף זיך נאך איבערקלערן?
איך מינמיזיר נישט קיין שום אלטע קפידות, מה טוב ומה נעים,
אבער איז נישט די תקנה פון לשון לע"ז נישט געווען צוליב "חיזוק המסורה והדת"
נו וואס איז דען בימינו די גרעסעטע חיזוק הדת ווי די מלחמה כבידה נגד טעכנאלאגיע,
אויב דאס מיינט נישט "עת לעשות" צו איינמאל מוותר זיין אויף א אומאקטועלע תקנה צוליב א ברענעדיגע נושא, וואס מיינט יא,

די איינציגע סברה וואס איך קען אפשר קלערן אז ר' אהרן האלט בשיטה, און קיין זיין זייער רעכטפול, אז די מלחמה נגד קליפת הטכנולגיה הייבט זיך נישט אן און סיטיפילד און ענדיגט זיך נישט און סיטיפילד, און ער איז נישט אזוי איבערגענומען פון די גאנצע הו-הא

FiveBoro » 1/5/2012 19:22

סקאט, דיין אויספיהר איז אפשר אויך ריכטיג, און די פראבלעם מיט די ענגלישע דרשות איז זייער א קליינע טייל פון די אישוס וואס זענען דא אינוואלווד.

בנוגע דיין טענה אז ער טאר זיך מער נישט איבערקלערן, איז אביסל אומפארשטענדליך... דו האלטסט טאקע אז די רבנים זענען געקומען אים באצווינגען און אפווישן זיין מיינונג, און ער מוז יעצט טוישן זיין דעת תורה?

זיי זענען געקומען פארשטעלן זייער "בקשה" און זייער פלאן צו פרובירן צו סאלוון די פראבלעמען, און רבינו שליט"א האט זיי מסביר געווען זיינע פרינציפן געבויט אויף שטארקע יסודות, און.. זיי האבן שיין דערהערט!

וואלןסח » 1/5/2012 19:35

סקאט, אויב דו געדענקסט איז אום תשנ"ט פארגעקומען א פראטעסט דורך די אגודה קעגן איינער פון גזירות פון די ציונים (איך געדענק נישט מאמענטאל) און סאטמאר האט זיך נישט באטייליגט, נישט נאר וואס סאטמאר האט זיך נישט באטייליגט, נאר פון וומסב"ג האט מען געטון געוויסע מעשה פראות ווער ס'געדענקט, פארוואס?
תשס"ב איז אויך געווען עפעס אזא סארט צוזאמען קום דורך די אגודה, און מען האט דעמאלטס זיך אויך  נישט באטייליגט מען איז געגאנגען עקסטער, פארוואס?

יעצט לענ"ד איך האלט ווען מהר"א זאל האלטן איין מינוט אז דאס וועט העלפן פאר זיין ציבור, וואלט ער אפשר מיטגעשטאנען, למעשה האלט ער אז די אסיפה גייט נישט צוגעבן פאר זיין ציבור גארנישט! און נישט נאר ער האלט אזוי, נאר יעדער נארמאלער מענטש האלט אזוי, יעדער מענטש פארשטייט אז א מענטש וואס באלאנגט צו א חסידות פאלגט ער זיין אייגענעם רבין, און אויב פאלגט ער נישט זיין אייגענעם רבין גייט ער נישט פאלגן מער סקולענער רבי, נו אויב געט עס נישט צו, און לעומת זה ברעכט ער פרינציפן, פארוואס זאל ער מיט שטיין דערמיט?

kleinekup » 1/5/2012 20:11

what are the rebbes issues
can someone plz tell us

געגאנגען » 1/5/2012 21:18

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך מינמיזיר נישט קיין שום אלטע קפידות, מה טוב ומה נעים,
אבער איז נישט די תקנה פון לשון לע"ז נישט געווען צוליב "חיזוק המסורה והדת"
נו וואס איז דען בימינו די גרעסעטע חיזוק הדת ווי די מלחמה כבידה נגד טעכנאלאגיע,
אויב דאס מיינט נישט "עת לעשות" צו איינמאל מוותר זיין אויף א אומאקטועלע תקנה צוליב א ברענעדיגע נושא, וואס מיינט יא


זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער דער סארט געדאנקען גאנג איז אקוראט ווי א שפיגעלע פון די יעניגע משכילים און רעפארמער איבער וועמען מ'האט מתקן געווען די תקנות אין מיהאלאוויטץ.

"קפידות"?! הונדערטער טויזנטער אידן זענען געראטעוועט געווארן לחיי תורה ומצוות אדאנק די דאזיגע 'קפידות'. מיליאנען אנדערע זענען גענצליך אוועקגעפאלן פון אידישן פאלק און זיך אסימילירט צווישן די גויים רח"ל, וויבאלד זיי האבן נישט אזוי 'מקפיד געווען'.

"אומאקטועלע תקנה"?! מי שמך לאיש?! מיט וועלכע רעכט, און אלס וועלכע דעת תורה, קענסטו באשליסן אז די תקנה איז שוין מער נישט אקטועל? ווען א בית דין איז מתקן א תקנה איז אין בי"ד אחר יכול לבטל אלא מי שגדול הימנו בחכמה ובמנין. דו פילסט זיך באקוועם צו רעכענען אין די קאטעגאריע פון 'גדול בחכמה ובמנין'?!

בנוגע דיינע איבריגע טענות איז גענצליך איבריג זיך אפילו מטפל צו זיין דערמיט. אלפים ורבבות סאטמארע חסידים האבן אויפגענומען כ"ק מרן רבינו שליט"א פאר זייער מנהיג ומורה דרך, נישט דעם סקולענער רבין (טראץ זיין זקנה וקדושה), נישט די לעקוואודער ראשי ישיבות, און נישט קיינעם אנדערש.

אויב רבינו שליט"א וועט איינזען פאר ריכטיג אז מיר דארפן אהינגיין, דאן לאורו נסע ונלך. און אויב ער וועט זיך איבערקלערן און נאך אלס האלטן בדעת קדשו אנדערש ווי סקאטמאלען, דאן דארפן מיר גארנישט בעסער ווי דאס.

Ahroiny » 1/5/2012 21:43

איך האף אז אפגעזען צו ער גייט אדער נישט, וועט ער האלטן א דרשה מחזק צו זיין די חשובע עסקנים וואס ארבעטן אפצוראטעװען דעם דור

גרוינים » 1/5/2012 23:21

איינעקר וואס האט מיטגעהאלטן דעם אסיפה זאגט מיר אז דער רבי האט געזאגט אז ער וועט זיכער פרובירן מיט עפעס מחזק זיין
כווייס נישט צו סמיינט אדרשה אדער א בריוו אבער עפעס וועט ער טאן לכאורה לחזק העסקנים לש"ש

מנחם_מענדל » 1/5/2012 23:32

@KolSatmarText: Ex.110 updated - Includes: Knisa tonight in WB/ GedoleiYisroel at Rabbiny, 2continue the 
 united Pe'ilas of Rabunim against Skunas technology
 

סיטי_פיעלד » 2/5/2012 04:45

ס'איז געווען א היסטארישע זאך צו זעהן ווי די גרעסטע גדולים האבן נישט געקוקט אויף גארנישט און אריבער פערזענליך צו די 2 -סך יונגערע- סאטמארע רבי'ס צו זיי איינשפאנען אין די "איחוד קהילות" ווי אויך צו סקווערע רבי א צייט צוריק.

סך הכל: גארנישט איז צו שווער, אדער אומכבוד'יג פאר די מנהיגי ישראל אויסצופירן די חובת השעה! 

מאירשלום » 2/5/2012 05:38

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט לענ"ד איך האלט ווען מהר"א זאל האלטן איין מינוט אז דאס וועט העלפן פאר זיין ציבור, וואלט ער אפשר מיטגעשטאנען, למעשה האלט ער אז די אסיפה גייט נישט צוגעבן פאר זיין ציבור גארנישט! און נישט נאר ער האלט אזוי, נאר יעדער נארמאלער מענטש האלט אזוי, יעדער מענטש פארשטייט אז א מענטש וואס באלאנגט צו א חסידות פאלגט ער זיין אייגענעם רבין, און אויב פאלגט ער נישט זיין אייגענעם רבין גייט ער נישט פאלגן מער סקולענער רבי, נו אויב געט עס נישט צו, און לעומת זה ברעכט ער פרינציפן, פארוואס זאל ער מיט שטיין דערמיט?
וויפיל פארצענט האבען פילטערס אויף די בלעקבעריס ?

tzvibp28 » 2/5/2012 06:14

ס'דא א ריקארדינג פונעם שמועס נעכטן?

היראים » 2/5/2012 20:38

מרן רבינו שליט"א באגלייט ארויס

האדמו"ר מ'סקולען שליט"א מביתו נאוה קודש

נאך די אסיפת רבנים מיט

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

 

היראים » 2/5/2012 20:39

שפעהט אויפדערנאכט נאכ'ן געזעגענען דעם ציבור אנשי שלומינו זענען געקומען אויף א באזוך צו מרן רבינו שליט"א גדולי הרבנים ומנהיגי העדות שליט"א, כ"ק אדמו"ר מ'סקולען שליט"א, האדמו"ר מ'וויען שליט"א,  הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד און הגאון ר' מתתי' סאלאמאן שליט"א משגיח ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד, וועלכע זענען געקומען איבערשמועסן פרטים בנוגע דעם גרויסן כינוס כלל ישראל וואס איז געפלאנט אויף דעם קומענדיגן כ"ח אייר הבעל"ט אינעם גיגאנטישן סיטי פיעלד סטעידיום אין קווינס.

 

דער רבי שליט"א האט גאר ווארים אויפגענומען די חשובע דעלעגאציע, און דערביי האט מען דן געווען בכובד ראש בנוגע די מלחמה קעגן די סכנה פון טעכנעלאגיע, א סכנה וועלכע נעמט אריין אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, און עס איז ארויסגעהויבן געווארן די התעוררות וואס הערשט ב"ה ביי אלע קהילות בישראל, און אזוי אויך איבער די פעולות בקרב קהילתינו הקדושה בעבר בהוה ובעתיד, און עס איז אויסגעשמועסט געווארן די וויכטיגקייט אנצוגיין מיט א פאראייניגטע כח פון רבני ומנהיגי ישראל למען קדושתן של ישראל.

 

בנוגע דעם ענין השתתפות פון אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר ביים געפאלנטן כינוס כלל ישראל, האט דער רבי שליט"א פארגעשטעלט פאר די חשובע רבנים שליט"א דעם שטעלונג דערוועגן מפי ספרים וסופרים ועל דרך אבותינו ורבותינו הקדושים, און צווישן אנדערע איז אויפגעברענגט געווארן א פלאן פון צוטיילן די אסיפה אויף עטליכע באזונדע אסיפות, וואס דער רבי שליט"א האט גאר שטארק משבח געווען דעם פלאן וואס וועט ערמעגליכן דאס השתתפות פון תלמידי וחסידי סאטמאר, און אזוי איז פארפירט געווארן א לענגערע שמועס איבער די פרטי הדברים פונעם געפלאנטן כינוס און פון אונזערע יסודות און פרינציפן וואס יסודתם בהררי קודש, און נאך א לענגערע שיחת תלמידי חכמים איז אויפגענומען געווארן דער עומק הענין מיט א פארשטענדעניש און א קלארקייט דורך די גדולי הרבנים שליט"א.

 

 דערנאך האט דער רבי שליט"א געהייסן אריינברענגען כיבוד לכבוד די רבנים שליט"א, און דער סקולענער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט מאריך געווען בברכותיו פאר מרן רבינו שליט"א ממשיך צו זיין מיט די שטארקע פעולות לטובה און דערויף האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו פאר די רבנים הנאספים שליט"א אז זיי זאלן זעהן פול הצלחה אין די אנגייענדע פעולות להגדיל תורה ולהאדירה, און צו קענען באהיטן דאס כלל ישראל פון די ביטערע נסיונות.

 

און דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסבאגלייט די רבנים שליט"א ביז צו די אויטא.

  •♦•

FiveBoro » 3/5/2012 04:35

צו פארשטיין אביסל די פראבלעם (בעסער געזאגט: איינע פון די פראבלעמען) וואס סאטמאר האט מיט א "כינוס כלל ישראל", ברויך מען קענען לערנען "כלל ישראל".

אפשר וואלט כדאי געווען צו כאפן א בליק אויף די וועבסייט פון די "סיום הש"ס" פון דף היומי, וואו מען קען אביסל כאפן וויאזוי די "אידישע" גאס זעהט אויס - א טריט ארויס פונעם היימישן ציבור.

http://www.mysiyum.com/ 

moashopee » 3/5/2012 10:45

אויף וועלכן טאג איז געפלאנט דעם גרויסען כינוס


תוקן על ידי moashopee ב- 03/05/2012 10:45:43

kleinekup » 3/5/2012 21:59

איר ווילט זעהן דמיון וספין , מיאוסע אויסשפראך, און זעהן וואס די קלוגע וויטשלעך קויפן?

דאן ליינט

קרעדיט "ביידען" פון קינדערגארטן:

דער מעכטיגער אפקלאנג פון די בריוו מכתב חיזוק למען הצלת הדורות וואס כ''ק מרן רבינו שליט''א אינאיינעם מיט די שרי תורה רבני ודייני הקהלה שליט''א האבן ארויסגעגבן,
 האט ארויסגענומען די דעקעלעך פון די כלים אזש עס עפענט זיך יעדע 5 מינוט נאך א אשכול מיט קללות אין ריכטונג פונעם מנהיג ישראל כ''ק רבינו שליט''א,

שוין פון אנהייב ווען עס האט זיך גערעדט איבער א מעגליכע כינוס האט דער כלב באלד געלאזט וויסן אז ער גרייט צו שטיצן די כינוס פאר עטליכע סיבות
איינס ווייל אינטערנעט איז דאך זיין ליין ווארום ער איז דאך דער ערשטער וואס האט דערמאנט טוויטער אין פעיסבוק ביי איינע פון זיינע דרשות אין ער האט גענאסן פון אסאך אטענשן
צווייטענס ווייל אזוי וועט ער קענען ווייזן אז ער איז עכט דער מנהיג ישראל ועל פיו ישק כל דבריו
ער האט אראנדזשירט מיטינגען מיט זיינע יועצים אין גערופן אפאר רעבעלעך אז מען זאל עס מאכן
בקיצור ער האט געזעהן דא א גאלד גרוב פון אטענשן
למעשה האבן די ערענסטע עסקנים פון סקולענער הויף אין פון לעיקוואד אים געלאזט וויסן אז קיינער שפילט נישט קיין ספעציעלער ראלע נאר די סקולענער רבי שליט''א אין הגאון דער משגיח פון לעיקוואד שליט''א
למעשה האט אויך געהערט אז עס איז דא קעגנערשאפט פון זיין יונגערן ברודער צו דעם כינוס
האט ער באשלאס זיך אויך ארויצוכאפן אויפן וואגן פונעם ברודער אין האט באשלאס אז ער שטיציט עס נישט מיטן צירות אז עס איז  צוליב אלטע תקנות פונעם קדושת יו''ט, (וואס ער האט שוין אליינס עובר געווען צענדליגער מאל)
אין האט אנגעהויבן בריקענען כדרכו ווי א קליין קינד,
די עסקנים האבן געזעהן אז ער בונטעוועט האט מען שנעל געברענגט דעם סקולענע רבין ימיט די  ליעקוואד ראשי ישיבה
אין מען האט געמאכט א שיינע פיקטשער
וחמת הכלב שככה אין עס האט שוין כמעט געהייסן אז ער גייט זיך יא צושטעלן
אבער די וויזיט האט זיך שנעל אפגעקילט נאכדעם וואס איין טאג דעראויף זענען די רבנים שליט''א געקומען צו זיין יונגערן ברודער שליט''א אין האבן אנערקענט אז איז דא נאך א סאטמאר רבי צו וועם מען דארף גיין הט מען שנעל צוריקגעטוישט
אז מען גייט זיך נישט צושטעלן
למעשה איז ארויסגעקומען א בריוו פון כ''ק מרן רבינו שליט''א ובית דינו הצדק וואס האט אפגעהילכט איבער די וועלט
אין פון דעם צומישטן כלב הערט מען נישט קיין פיפס
נו פארשטייט איר שוין פאר וואס זיי זענען ווילד

-------------------------------------------------------------------------------

אז ימלא שחוק פינו

קראך_היט » 3/5/2012 22:02

די גאביטש קען זיך פארמעסטן מיט יוליס שטרייכער,

קליפ » 4/5/2012 17:50

קליפ » 6/5/2012 20:26

Rabbi Kotler Issues Clarification