היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וועט תולדות הארון רבי זאגן "לתפארת מדינת ישראל"????

וועט תולדות הארון רבי זאגן "לתפארת מדינת ישראל"????

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956423
בלאט: 1 2

הולך_לבגץ » 30/4/2012 22:01


שוין צוויי יאר אריבער זייט די מחבלי הכרם וואס האבן יארן פראבירט מיט א פני תם שפילן קנאות, האבן אויפגדעקט זייער אמת'ער פנים און געוויזן יעדען איינעם ווי זייער קנאות איז.

מיט צוויי יאר צוריק ווען די גאנצע אידישע וועלט איז געווען אויף מיט מירון האט דער בעל הארון מיט א ביליגע ליצנות פאר אביסל כבוד המדומה גענומען א ארון און זיך בגראבן דארט און געטאנצן מיט פייער אין די הענט.

נאכדעם בזיון הנורא האט ער וכת דילי' געשוואוירן נקמה אין די קנאים, דער קלימקס איז געווען ווען ער האט געגבען א האנט פאר די ציונים צו איבער נעמען די שליטה אויפן מקום קדוש "מירון" מיט א הבטחה אז ער וועט ווייטער בלייבן מיט זיין חזקה צו קענען זיך שפילן במקהלות רבבות עמך בית ישראל מיט פייער און טאנצען כידוע.

אבער א מענטש טראכט און גאט לאכט, בור כרה ויחפרהו, דאס איבער געבן שליטה פאר די ציונים אויפן מקום קדוש האט געברענגט פארקערטע תוצאות, און ווי ס'איז געווען באשריבן פאריגע וואך אין איינע פון די צייטונגען, האט די רעגירונג נאכן מעכטיגן פייער אין כרמל געמאכט נייע רעגולציעס פאר רשות אויף הדלקות, צווישן אנדערע אז קיינער וועט נישט קענען צינדן קיין הדלקה אין מירון נאר ביאאן וואס איז קאנטראלירט.

כאשר ראה כי כלתה אליו הרעה, מיט די ביטערע דורכפאל פון זיינע נייע חברים און ידידים איז זיין אויסערן מיניסטער "אהרן סאמעט" געלאפן צו די סאמע גרעסטע טומאה "די כנסת המינים" און געמאכט א זיצונג מיט יעקב ליצמאן דער חבר הכנסת מיט תחנונים אז מ'זאל לאזן דאס יאר אויך מאכן די שפיל בפני רבבות אלפי ישראל.

ליצמאן האט מיט גרויס פרייד אנגענומען די בקשה אבער מיט א פאקערטע כוונה, וויסנדיג אז מיט אפאר דאלער וועט מירון זיין אין די הענט פון משרד התיירות, און האט געזאגט אויב אזוי, איך וועל ברענגן געלט פון די קאסע פון די רעגירונג, אבער בתנאי אז אונז וועלן מחליט זיין אלעס, מיר וועלן בויען א גשר פאר די כוהנים (נישט נאר תוא"י נאר טויזנטער כהנים פון אלע שיכטן און קרייזן) און מיר וועלן צאלן אלע לעגאלע פאפירן מיט געלט וואס פעלט זיך אויס פאר די גרויסע הדלקה.

אזוי אז דער תולדות הארון רבי זאל קענען טאנצען "לתפארת מדינת ישראל"
המשך יבוא מיט נישט גלייבינדיגע שריט פון די ............

דא איז די בילד ווי דער שליח פון תולדות הארון זיצט אין כנסת המינים

[בילד – נישט אפגעהיט]

הולך_לבגץ » 30/4/2012 22:15

נו וויאזוי האלט מען אפ די קריעה רייסן "רבינו סר מן הדרך"???

אבער די בילדער וועט דאך ארויס קומען אין גאס, יעדער וועט זעהן ווי די שענסטע קהילה בישראל די שפיץ פון קנאות גייט מטה מטה, ביז נעמען טויזענטער שקלים פון די רעגירונג און מיט א פחד אז הרב משה שטערן וועט זיך נאכאמאל אויפשטעלן רייסן קריעה אין ביהמ"ד שרייענדיג "רבינו סר מן הדרך".,

אזוי אויך איז געפלאנט א נסיעה צו מונטריאל ווי מרדכי דוד קאהן וועט אפשר נישט געבען די פעטע טשעק ווי יאר יערליך, און די בזיונות וועט זיין גרויס.

איז די ערשטע כלל, מע לאזט ארויס א שמועה אז די רעגירונג בויעט איבער די גשר הכהנים פאר תולדות אברהם יצחק, אזוי אז אויב וועט ארויס קומען די שמועה זאל כאטש יענער אויך כאפן א קלאפ.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=40299&cat=1&scat=1

און מיט האפענונג אז קיינער איז נישט גענוג קלוג צו טראכטן וואס עפעס תוא"י איז דען נישטא טויזענטער כהנים וואס ווילן דעם גשר כהנים? אבער מיט די בת היענה קאפ לאזט מען ארויס א שמועה רחוקה.

נאכדעם לייגט מען ארויס א בריוו מכלומרשט אז ס'איז א גרויסע סכנה דא אויף די הייליגע שפיל במקהלות רבבות עמך ישראל, און מע דארף געלט צו זוכה זיין נאכאמאל צו שפילן די שפיל און מיט מעשה קנאות פראבירט ער צו שפילן אז אן געלט פון חו"ל וועט נישט זיין קיין הדלקה ח"ו והס מלהזכיר.
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=40308&cat=6

אבער דער אמת איז שוין ארויס גערינען, יא יא די סאמע חסידות תולדות הארון וועט דאס יאר נהנה זיין מיט אסאך געלט ממקורות זדים, איר קענט פראבירן שפילן אז איר ווילט נישט ח"ו, אבער יעדער וואס האט אויגן אויפן קאפ זעהט צו וועלעכע אפגרונט זיי זענען ליידער אנגעקומען.

מיט האפענונג צום באשעפער אז לא ינוח שבט הרשע, און די צבועים הגרועים מהאפיקורסים וועלן נישט שולט זיין אויף דעם מקום קדוש

גערעכט » 1/5/2012 00:20

נעם דיר מיסטער באגאצניק
[בילד – נישט אפגעהיט]

moashopee » 1/5/2012 16:50

הולך_לבגץ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

שוין צוויי יאר אריבער זייט די מחבלי הכרם וואס האבן יארן פראבירט מיט א פני תם שפילן קנאות, האבן אויפגדעקט זייער אמת'ער פנים און געוויזן יעדען איינעם ווי זייער קנאות איז.

מיט צוויי יאר צוריק ווען די גאנצע אידישע וועלט איז געווען אויף מיט מירון האט דער בעל הארון מיט א ביליגע ליצנות פאר אביסל כבוד המדומה גענומען א ארון און זיך בגראבן דארט און געטאנצן מיט פייער אין די הענט.

נאכדעם בזיון הנורא האט ער וכת דילי' געשוואוירן נקמה אין די קנאים, דער קלימקס איז געווען ווען ער האט געגבען א האנט פאר די ציונים צו איבער נעמען די שליטה אויפן מקום קדוש "מירון" מיט א הבטחה אז ער וועט ווייטער בלייבן מיט זיין חזקה צו קענען זיך שפילן במקהלות רבבות עמך בית ישראל מיט פייער און טאנצען כידוע.

אבער א מענטש טראכט און גאט לאכט, בור כרה ויחפרהו, דאס איבער געבן שליטה פאר די ציונים אויפן מקום קדוש האט געברענגט פארקערטע תוצאות, און ווי ס'איז געווען באשריבן פאריגע וואך אין איינע פון די צייטונגען, האט די רעגירונג נאכן מעכטיגן פייער אין כרמל געמאכט נייע רעגולציעס פאר רשות אויף הדלקות, צווישן אנדערע אז קיינער וועט נישט קענען צינדן קיין הדלקה אין מירון נאר ביאאן וואס איז קאנטראלירט.

כאשר ראה כי כלתה אליו הרעה, מיט די ביטערע דורכפאל פון זיינע נייע חברים און ידידים איז זיין אויסערן מיניסטער "אהרן סאמעט" געלאפן צו די סאמע גרעסטע טומאה "די כנסת המינים" און געמאכט א זיצונג מיט יעקב ליצמאן דער חבר הכנסת מיט תחנונים אז מ'זאל לאזן דאס יאר אויך מאכן די שפיל בפני רבבות אלפי ישראל.

ליצמאן האט מיט גרויס פרייד אנגענומען די בקשה אבער מיט א פאקערטע כוונה, וויסנדיג אז מיט אפאר דאלער וועט מירון זיין אין די הענט פון משרד התיירות, און האט געזאגט אויב אזוי, איך וועל ברענגן געלט פון די קאסע פון די רעגירונג, אבער בתנאי אז אונז וועלן מחליט זיין אלעס, מיר וועלן בויען א גשר פאר די כוהנים (נישט נאר תוא"י נאר טויזנטער כהנים פון אלע שיכטן און קרייזן) און מיר וועלן צאלן אלע לעגאלע פאפירן מיט געלט וואס פעלט זיך אויס פאר די גרויסע הדלקה.

אזוי אז דער תולדות הארון רבי זאל קענען טאנצען "לתפארת מדינת ישראל"
המשך יבוא מיט נישט גלייבינדיגע שריט פון די ............

דא איז די בילד ווי דער שליח פון תולדות הארון זיצט אין כנסת המינים

[בילד – נישט אפגעהיט]



וועט ער זאגן?!
מיין גוטער פריינד ער זאגט שוין לאנג, לתפארת מדינת ישראל, ראה ערך ההפגנות והמבין יבין

גערעכט » 1/5/2012 18:56

דברים כהוויתן

לעצם הענין, די בילד איז ביים האפיס פון אלכס ויזניצר - דער יושב ראש פון "ועד החמישה" - וואס איז נתמנה געווארן דורך די מדינה אויף אלע עניינים פון מירון.


ויבאלד אז עס איז נתברר געווארן אז די מדינה האט דעם יאהר מחליט געוועהן, אליין צו צו שטעלן די אלע זאכן וואס מען דארף אין מירון, נישט אזוי וויא אלע יאהר וואס יעדער האט געדאגה'ט פאר זיך - און פארוואס?

פאר איאהר, איז צוזאם געפאלן אפאר פארענצ'עס ביי די פרויען, עס איז געוועהן ממש ניסים - אז עס האט גארנישט פאסירט, וועגן דעם האט די מדינה אזוי מחליט געוועהן.

די געטרייע עסקנים פון תו"א, זענען געגאנגען ביי דעם מיטינג, ביי אלכס וויזניצער אין האפיס, בכדי צו זעהן וויאזוי דער פראיעקט זאל יא ווערן באצאלט פון תולדות אהרן, און נישט פון די קאסע פון די מדינה.

ווען די עסקנים האבן געזעהן, אז די מדינה איז איינגעאקשנט, דוקא צו באצאלן - האט דער תולדות אהרן רבי געלאזט וויסן, אז אויב וועט דאס אזוי זיין, וועט ער מיטן גאנצן צער פון די זאך נישט אנצינדען די הדלקה ביי ר' שמעון'ען.

מען טוט נאך ביזדערווייל אלעס וואס מען קען, צו מבטל זיין את רוע הגזירה.

בשם ה' נעשה ונצליח



moashopee » 1/5/2012 19:27

גערעכט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

לעצם הענין,


די געטרייע עסקנים פון תו"א, זענען געגאנגען ביי דעם מיטינג, ביי אלכס וויזניצער אין האפיס, בכדי צו זעהן וויאזוי דער פראיעקט זאל יא ווערן באצאלט פון תולדות אהרן, און נישט פון די קאסע פון די מדינה.

ווען די עסקנים האבן געזעהן, אז די מדינה איז איינגעאקשנט, דוקא צו באצאלן - האט דער תולדות אהרן רבי געלאזט וויסן, אז אויב וועט דאס אזוי זיין, וועט ער מיטן גאנצן צער פון די זאך נישט אנצינדען די הדלקה ביי ר' שמעון'ען.

מען טוט נאך ביזדערווייל אלעס וואס מען קען, צו מבטל זיין את רוע הגזירה.

בשם ה' נעשה ונצליח


זריית חול בעיני הציבור!!!
לא דובים ולא יער

הולך_לבגץ » 1/5/2012 19:59

גערעכט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

לעצם הענין, די בילד איז ביים האפיס פון אלכס ויזניצר - דער יושב ראש פון "ועד החמישה" - וואס איז נתמנה געווארן דורך די מדינה אויף אלע עניינים פון מירון.


ויבאלד אז עס איז נתברר געווארן אז די מדינה האט דעם יאהר מחליט געוועהן, אליין צו צו שטעלן די אלע זאכן וואס מען דארף אין מירון, נישט אזוי וויא אלע יאהר וואס יעדער האט געדאגה'ט פאר זיך - און פארוואס?

פאר איאהר, איז צוזאם געפאלן אפאר פארענצ'עס ביי די פרויען, עס איז געוועהן ממש ניסים - אז עס האט גארנישט פאסירט, וועגן דעם האט די מדינה אזוי מחליט געוועהן.

די געטרייע עסקנים פון תו"א, זענען געגאנגען ביי דעם מיטינג, ביי אלכס וויזניצער אין האפיס, בכדי צו זעהן וויאזוי דער פראיעקט זאל יא ווערן באצאלט פון תולדות אהרן, און נישט פון די קאסע פון די מדינה.

ווען די עסקנים האבן געזעהן, אז די מדינה איז איינגעאקשנט, דוקא צו באצאלן - האט דער תולדות אהרן רבי געלאזט וויסן, אז אויב וועט דאס אזוי זיין, וועט ער מיטן גאנצן צער פון די זאך נישט אנצינדען די הדלקה ביי ר' שמעון'ען.

מען טוט נאך ביזדערווייל אלעס וואס מען קען, צו מבטל זיין את רוע הגזירה.

בשם ה' נעשה ונצליח

 





איך וויל פון דיר איין הבטחה כתוב וחתום אויף הייד פארק
טאמער איז מען נישט מצליח צו ברעכן די ציונים
גייט נישט זיין א הדלקה דאס יאר?
אדער גייט מען צינדן מיט א ארון?

ריפל » 1/5/2012 21:50

גערעכט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


די געטרייע עסקנים פון תו"א, זענען געגאנגען ביי דעם מיטינג, ביי אלכס וויזניצער אין האפיס, בכדי צו זעהן וויאזוי דער פראיעקט זאל יא ווערן באצאלט פון תולדות אהרן, און נישט פון די קאסע פון די מדינה.




דאס מיינט פארקויפט פאר דעם עולם לאקשן. אין יעדע אפיס אין אר"י איז דא 4 פענער אויפן טיש? דאס איז נאר אינעם כנסת

גערעכט » 2/5/2012 00:09

באגאצניק ביי אסיפה וואס איז נאר יעצט געשלאסן געווארן, אין איינע פון די זאלן פון תולדות אהרן קהילה אין ירושלים, האט מען געגעבן צו פארשטיין דעם ציבור, אז אויב וועט מען נישט קענען באצאלן פאר דעם פראיעקט, נישט משנה פון וואסארא סיבה, וועט נישט פארקומען קיין הדלקה אין מירון, חד וחלק, מען האט נאכגעזאגט וואס דער תו"א רבי האט געהייסן איבער געבן, אז ח"ו צו נהנה זיין אפילו איין פעני, פון די רשעים בכלל, און אויף אזא הייליגע מטרה בפרט. איינער פון די רעדנערס, האט ארויס געברענגט, אז פון עצם דעם וואס מען זעהט יערליך, יאהר נאך יאהר וואס דער שטן זוכט זיינע וועגן, וויאזוי צו שטערן די געהויבענע שמחה, די אומפארשטענדליכע מניעות וואס קומט אלס אונטער, די געוואלדיגע התעוררות אויס צו מעקן מעל פני האדמה, דאס אליינס דארף אונז מחזק זיין. מען האט געבעטן דעם ארימער ירושלימער ציבור, זאל זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים, בכדי מען זאל קענען באצאלן פון ריינע אידישע געלט - על טהרת הקודש, דו צוגרייטונגען צום מעמד הנשגב והקדוש. לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

FiveBoro » 2/5/2012 00:22

גערעכט טייערער, איל וויל וויסן איין זאך:

דו, ביי דיר אין הארצן, האסטו אצינד א צל ספק אז עס גייט נישט זיין קיין הדלקה אין מירון היי יאר?

יא אדער ניין.

----------

(אגב, צו די אנדערע שרייבער, ביטע נישט שרייבן דברי זלזול בדרך שפל אויף ערליכע אידן. עמיצער וואס שפילט פאליטיק ווערט נאכנישט קיין שייגעץ טמא...)


תוקן על ידי FiveBoro ב- 02/05/2012 00:28:54

גערעכט » 2/5/2012 00:31

פייו, אויב מען וועט נישט קענען צו שטעלן דאס געלט, אדער אויב עס וועט נישט קענען ווערן באצאלט דאס געלט, עמטליך כדת וכדין, וועט קיין הדלקה פון תו"א נישט זיין.........ויפל איך קען די תולדות אהרן חברה, זענען זיי נישט קיין לאזערס, אזוי וויא די זאליס - זיי וועלן זיך אן עצה געבן מיט אלעס....

FiveBoro » 2/5/2012 00:34

צו לאנג געענטפערט.

עס איז דא "אמת'ע" טשענס עס זאל נישט זיין קיין הדלקה, אזוי ווי דער צעטל זאגט?

"יא אדער ניין".

גערעכט » 2/5/2012 01:17

פייו, אויב דו פארשטייסט נישט קיין אידיש, נעם דאס אין עיברו..... http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=40390

FiveBoro » 2/5/2012 01:25

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז דא "אמת'ע" טשענס עס זאל נישט זיין קיין הדלקה, אזוי ווי דער צעטל זאגט?

"יא אדער ניין".

UnitedWill » 2/5/2012 01:55

איך האב עטליכע שטיקלען פון הולך לבגץ וואס זעהן אויס צו זיין געשריבן ביי א שוטה גמור   אפשר קען דער עולם וועריפייען אז איך זעה גוט

1  מחבלי הכרם

2  בעל הארון

3  גענומען א ארון און זיך בגראבן

4  כת דילי' 

5  זיך שפילן במקהלות רבבות עמך בית ישראל מיט פייער און טאנצען

6  כאשר ראה כי כלתה אליו הרעה

7  געלאפן צו די סאמע גרעסטע טומאה "די כנסת המינים"

8  תולדות הארון רבי זאל קענען טאנצען "לתפארת מדינת ישראל" 

9  שליח פון תולדות הארון זיצט אין כנסת המינים

10  סר מן הדרך

11 נהנה זיין מיט אסאך געלט ממקורות זדים

12  לא ינוח שבט הרשע

13  צבועים הגרועים מהאפיקורסים

הולך_לבגץ » 2/5/2012 18:12

און יעצט גייט מען מיט מסירות און א שמוץ קאמפיין ביי די פרייע מידיא

נאכדעם וואס ס'איז נתגלה געווארן קלונו ברבים אז מיט דעם וואס ער שטיצט די גזירה פון הפקעת מירון, וועט זיין הדלקה זיין מיט געלט פון די ציונים ח"ו.

פראבירט ער מיט זיינע חברים די פרייע מידיא צו באשמוצן זיין ברודער, ווי כאילו דער גשר הכהנים וואס די מדינה בויעט פאר די טויזענטער כהנים פון בעלזא וויזניץ גער וכו' איז נאר עפ"י בקשתו, און אז דאס קאסט א מילאן שקל אזוי וועלן די אזוי אויך צוהיצטע פרייע ארויס קומען מיט א געשריי אז דאס איז א אויסגעבעריי.

דא האט איר א ארטיקל וואס איז אריין אין די פרייע "הארץ" צייטונג מיט פינגער פרינט פון תולדות הארון, ווי כאילו דער גשר כהנים איז נאר פאר תוא"י און פון די ציונים, און מיט א וויי געשריי אז ס'איז איבעריג

נישט צום גלייבן ווי דער גליטש לינקס איז אנגעקומען
[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 2/5/2012 22:53

מען איז יעצט געוואר געווארן, אז דעם ארטיקל אינעם 'הארץ' צייטונג, האט דער תו"א רבי אליינס מגיה געווען, בעפאר דער צייטונג האט דאס געדרוקט...

moashopee » 2/5/2012 23:03

גערעכט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מען איז יעצט געוואר געווארן, אז דעם ארטיקל אינעם 'הארץ' צייטונג, האט דער תו"א רבי אליינס מגיה געווען, בעפאר דער צייטונג האט דאס געדרוקט...

האסט דען ראיות אז נישט?
ואל תשכח "שלוחו של אדם כמותו"

שארמאשער » 2/5/2012 23:10

נערישע ארונים עס קומען דא 2 תולדות אברהם יצחק וואס האבען מיט די ארונים גארנישט ניקס אין moashopee אין הולך לבגץ אין איר קויפט אפ אלע זייערע שטותים קעגן תולדות אהרן אלעס פאר ענקער נערישע חשבונות לאזען ענק זיך פירן ביי די נאז

גרוינים » 3/5/2012 01:06

הרב הולך ביטע אוועקפירן די מלחמה פון תולדות אברהם יצחק און תולדות אהרן קיין ארץ ישראל קיינער וויל נישט יענעמס שמוץ אז דו ווילסט עפען א אשכול אין בחדרי חרדים אויף עיברית דא לאז מנוחה ווען סזאל זיין דער סכסך פון גנבנען און פעלשן די מלוכה פון תולדות אהרון מיט די פרשת הצוואה וואלט אויך דאס נישט באלאנג דא אבער איך וועלט פארשטאנען אז ווילסט ארויסשרייען דעם ווייטאג
אבער יעצט ווען יעדער שפילט פאליטיק אז יענער איז א רשע לאז ביטע מנוחה דעם ציבור זאלן זיך די קטנים שלאגן אין א"י
דא לאמיר בלויז באקעמפן בלויז די מסרבים לדין ביז זיי שטעלן זיך צו דין תורה

תוקן על ידי גרוינים ב- 03/05/2012 01:15:26

הולך_לבגץ » 3/5/2012 01:52


מזל טוב גרוינם פארן נייעם פאזיציע צו זיין דער "מבקר הפארום" מזל טוב מזל טוב

אגב, ווי גראבט מען יעצט קברים? האט שוין יאקטער מחליט געווען ווי ס'איז דא קברים און ווי נישט?

און יעצט אביסל ערנסקייט.
איך האב גארנישט א ספעציעלע נאנטקייט צו תוא"י, מיר באדערט נאר ווען איינער האט "חזיר פיסלעך" און שרייט ראה כשר אני, אריין גיין אין כנסת המינים איז דאס סאמע ערגסטע ביי א סאטמאר חסיד, ווען פרויליך פון אתרא קדישא האט עס געטוען האט גרוינם געשריגן און מיט רעכט, יעצט אלס סאטמאר חסיד שריי איך אויך.

רבותי ס'איז דא איינער וואס פירט א קהילה און שפילט קנאי, אבער ער האט נישט קיין פראבלעם פאר אביסל כבוד פון 2-3 שעה צו שיקן זיין אויסערן מיניסטער אהרן סאמעט צום סאטמע ערגסטע כנסת המינים.

אלס א שטארקער שטיצער פון וועד משמרת חומתיך ירושלים מעג איך שרייען "גיוואלד גיוואלד"

גרוינים » 3/5/2012 02:14

איבער יאקטער פרעג פריש ער האט עפעס קאנעקשאנס מיט אים לעצטענס
און איבערן וועד למניעת חילול קברי ישראל פרעג דעם יו"ר הוועד פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א
און אויב דו קלערסט דיך אז אלס שטיצער פון משמרת חומותיך פאסט נישט צו פארשעמען דעם הייליגן וועד אז זיי זאלן באטיטלען א  קהילה מיט קינדערישע נעמען ווי תולדות הארון



תוקן על ידי גרוינים ב- 03/05/2012 02:21:07

יענקי123 » 4/5/2012 14:46

אסיפה רבתי אין תולדות אהרן
דינסטאג ביינאכט איז פארגעקומען א אסיפה רבתי אין די וייבער שוהל אין תולדות אהרן אויף רחוב מאה שערים - שבטי ישראל, דורעך הרה"ח ר' מרדכי גוטפארב שליט"א פון די וועד הנהלת המוסדות, און הרה"ג מגיד מישרים ר' יצחק קירשנבוים שליט"א מראשי ישיבת תולדות אהרן, מען האט ארום גערעדט וועגן די ברענענדיגען גזירה פון די הפקעה אין אתרא קדישא מירון.
אויב ווילט איר הערן די פייערדיגע דרשות קענט איר קאלן צו: פון ניו יורק 001-972-722722733 און דריקט אויף 1 פון ארץ ישראל קאלט צו: 0722722733 שלוחה 1

הולך_לבגץ » 6/5/2012 20:41


נו יעצט האלט מען שוין 4 טאג בעפאר די הדלקה, וויפיל געלט איז שוין אריןן געקומען צו דעקן די קאסטן?

הולך_לבגץ » 6/5/2012 21:39

אוי לך תולדות אהרן איך הגענו: אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה
[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 6/5/2012 23:35

באגאצניק, יצא עיניך הטובות, תולדות אהרן האט שוין ב"ה צאם געשטעלט דאס געלט, מיט נאך א שמיץ אריבער, די הדלקה וועט זיין אי"ה אזוי וויא אלע יאהר מיט אגרויס התעוררות פון צענדליגע טויזנטער משתתפים, און וויא אלע יאהר וועסטו באגאצניק אויך היי יאהר קריצן מיט די ציין, שומפן - שעלטען, באשמוצען, נוט פראבלעם, איך ווייס דאס פון דעם פורום מיסטער באגאצניק, אז מען שרייט איז א סימן אז עס טוט ווייא, נישט אזוי טענה'סטע באגאצניק מערערע מאהל.....? יצא עיניך...

גרוינים » 6/5/2012 23:42

גם אני שמעתי אז תלדות אהרן האט צוזאמענגעשטעלט דאס געלט כדי נישט צו נהנה זיין משולחן איזבל און אויב סאמת איז אשריהם שקדשו שם שמים און אויב הולך וויל האקען זאל ער האקן אויף איינעם וואס גייט אינעם כנסת אויב סאמת וואס דאס איז אן עוולה נורא אבער צו באשמיצן יעצט תלדות אהרון איז על לא עול בכפם מדארף זיין א הולך לבגצניק פונעם כת הגזלנים ושקרנים צו בויען א גאנצען טאג אויף אנטי און נעגעטיוו 

FiveBoro » 6/5/2012 23:49

גרוינים, איך נעם די רעכט דיר צו פארעכטן.

באשמוצן תולדות אהרן ברויך מען נישט, אבער דאס געלט האבן זיי נישט צוזאמענגעשטעלט, און אויב יא, זענען זיי גרויסע .. כוויל נישט אויספירן, ווייל זייערע מוסדות טונקען זיך אין חובות, און זיי קענען נוצן דאס געלט ביג טיים.

מען דארף זיין א תינוק בן יומו נישט צו כאפן די שפיל וואס תו"א האט דא געמאכט. די פאקט איז אז זיי האבן מיטגעארבעט מיט אלכס וויזניצער פון די ערשטע רגע. און עס איז נישט קיין עוולה, ווייל אויב שטעלט די דארטיגע רעגירונג צו די קליפערלעך פון די שטח ההדלקה, און זיי ווילן עס זאל זיין איינגענעהם פאר זיי, האבן זיי איין עצה, זיך אראפצוזעצן און פארהאנדלען מיט די רעגירונג.

אריינגיין אין כנסת המינים טאר מען אוודאי נישט, אבער דאס ווייס איך נישט דעם אמת צו עס איז געווען אין כנסת.

דא אבער זענען זיי געקומען מיט א שפיל כאילו די גאנצע הדלקה איז מוטל בספק, ווייל זיי זענען עפעס געוואויר געווארן פון הונטער די קוליסן אז די מדינה באצאלט עס... און מען האט געמאכט א ויצעקו אז מוויל עס אליינס באצאלן, און פון איין זייט האט מען געמאכט אקציעס, און פון די צוויטע זייט האט מען געווינט אז די רעגירונג וויל נישט נעמען די געלט און ס'איז צרות.. בקיצור, מ'איז געטאנצן אויף אלע חתונות.

און יעצט זאלן אלע וומ"ס'ער סיקריקים ווייטער שטיצן תו"א מיט א רואיגע געמיט...

גערעכט » 7/5/2012 10:20

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גרוינים, איך נעם די רעכט דיר צו פארעכטן.

באשמוצן תולדות אהרן ברויך מען נישט, אבער דאס געלט האבן זיי נישט צוזאמענגעשטעלט,
פון ווי ווייסטו אז זיי האבן דאס נישט צוזאם געשטעלט?

און אויב יא, זענען זיי גרויסע .. כוויל נישט אויספירן, ווייל זייערע מוסדות טונקען זיך אין חובות, און זיי קענען נוצן דאס געלט ביג טיים.
איך פארשטיי וואס דו זאגסט מר. פייו, ווען מען דארף צוזאם שטעלן געלטער פאר 'נטורנא' - זאגסטו אויך אז די געלט קען גיין פאר מוסדות וואס טונקען זיך אין חובות?

ווען מען קומט צאם שטעלן געלטער פאר די הייליגע מערכות אין ארה"ק, למשל פון הרב החסיד ר' הערשיל ראטער שליט"א, זאגסטו אויך אז די געלטער קען גיין פאר די בני ברק'ער מוסדות?

דו דארפסט פארשטיין, אז די ציונים האבן מחליט געועהן זיך צו משתלט זיין אויף אתרא קדישא מירון, זייער פראגראם איז געוועהן, אז אין די מינוט וואס זיי וועלן זיין די בעלי 'המאה' - וועלן זיי אטאמאטיקלי זיין די בעלי הדעה, טאמער וועט תולדות אהרן יעצט איבער לאזן דעם שטח, איבער לאזן די הדלקה, האסטו גענומען מיט די אייגענע הענט, אין איבער געגעבן פאר די ציונים, דעם אסטראטעגישן באדן, און מארגן וועלן די ציונים טוהן דארט כטוב בעיניהם, עס איז ממש אוי לי מיוצרי - אוי לי מייצרי.

-
-
מען דארף זיין א תינוק בן יומו נישט צו כאפן די שפיל וואס תו"א האט דא געמאכט. די פאקט איז אז זיי האבן מיטגעארבעט מיט אלכס וויזניצער פון די ערשטע רגע.
דער פאקטישער בעל הבית היינט פון די שטאט, לדאבון לב פון ערליכע אידן (ד"א אויך אין דעם איז שולדיג דער שליח פון 'אתרא קדישא' אברהם פרויליך), איז אלכס וויזניצער, פונקט ווען סאטמאר - דושינסקיא - תו"א, ווען זיי ווילן בויען עפעס אין ירושלים - בני ברק, אדער מאנארו טהון, דארפן זיי באקומען די נויטיגע פערמיטן פון די שטאט, די זעלבע איז - ווען תו"א גרייט זיך צו די הדלקה אין מירון, דארפן זיי האבן די נויטיגע פערמיטן, פון וועם? - טאקע פון דעם אלכס וויזניצער, און דאס איז דער ריינער אמת פון דעם מיטינג וואס מען זעהט דא ביי דעם בילד

און עס איז נישט קיין עוולה, ווייל אויב שטעלט די דארטיגע רעגירונג צו די קליפערלעך פון די שטח ההדלקה, און זיי ווילן עס זאל זיין איינגענעהם פאר זיי, האבן זיי איין עצה, זיך אראפצוזעצן און פארהאנדלען מיט די רעגירונג.
אזוי וויא אויבן דערמאנט, ביי דעם מיטינג, האט מר ויזניצער מודיע געוועהן, אז די שטאט גייט באצאלן די אלע קאסטן, ביי דיר מר פייו.. איז דאס נישט קיין עוולה, ביי דעם תו"א רבי'ן איז דאס עירוב קודש וחול, און האט געלאזט הערן אז עס קומט נישט אין באטראכט, און היו לא תהיה, ער וועט נישט גיין אויף דעם פלאץ, וואס די ציונים במחשבות זדוניות ווילן זיך משתלט זיין, און ווילן אונז פארבלענדן די אויגן מיט זייער געלט. 
-
אריינגיין אין כנסת המינים טאר מען אוודאי נישט, אבער דאס ווייס איך נישט דעם אמת צו עס איז געווען אין כנסת.
-דער מיטינג איז נישט אין כנסת המינים, דאס איז ביי וויזניצער אין האפיס.

-דא אבער זענען זיי געקומען מיט א שפיל כאילו די גאנצע הדלקה איז מוטל בספק, ווייל זיי זענען עפעס געוואויר געווארן פון הונטער די קוליסן אז די מדינה באצאלט עס... און מען האט געמאכט א ויצעקו אז מוויל עס אליינס באצאלן, און פון איין זייט האט מען געמאכט אקציעס, און פון די צוויטע זייט האט מען געווינט אז די רעגירונג וויל נישט נעמען די געלט און ס'איז צרות.. בקיצור, מ'איז געטאנצן אויף אלע חתונות.
קיינער וויינט נישט, מען האט געדארפט טרעפן דעם וועג וויאזוי צו באצאלן פארן קאנטראקטאר, אויף א ארבעט וואס די מדינה האט ביי אים געארדערט, און ב"ה מען האט געטראפן דעם וועג דערצו, (תו"א דארף זיך נישט קומען לערנען ביי די זאליס - אדער ביי די ארוינים - וויאזוי צו מאכן גוטע ז'אבס)
-
-און יעצט זאלן אלע וומ"ס'ער סיקריקים ווייטער שטיצן תו"א מיט א רואיגע געמיט...
לא אלמן ישראל, עס זענען נאך דא גוטע אידן, אויף די גארער וועלט, וואס וויסן צו געבן - וויסן צו שטיצן מערכות קודש, צו דאס איז 'נטורנא' - צו דאס איז ר' הערשל ראטער, אדער צו שטיצן די מלחמה קעגן די הפקעה וואס די ציונים הטמאים ווילן מפקיע זיין אתרא קדישא אין מירון - ואס די הדלקה פונעם תולדות אהרן רבי'ן, איז פאר זיי אגרויסער שטער..
-

גערעכט » 7/5/2012 16:45

[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 7/5/2012 16:47

[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 7/5/2012 16:53

[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 7/5/2012 16:54

[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 7/5/2012 16:54

[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 7/5/2012 16:55

[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 7/5/2012 17:23

דער ראב"ד - הגאון ר' משה שטרנבוך שליט"א, פסק'נט - אז הכהן טאהר נישט גיין דורך די כיפין...

מי_אלה » 9/5/2012 00:12

.

מי_אלה » 9/5/2012 00:15

די ציונים באצאלן פאר קרלין אין מירון
[בילד – נישט אפגעהיט]

מי_אלה » 9/5/2012 00:17

[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 9/5/2012 07:58

פאשקוויל מבית מדרשו פון נחום אטיק, מראשי הסיקריקים

moashopee » 9/5/2012 11:17

גערעכט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פאשקוויל מבית מדרשו פון נחום אטיק, מראשי הסיקריקים

הה"ד געענטפערט צו דערזאך.....

הולך_לבגץ » 9/5/2012 17:32

דאס ליצנות גייט אריבער יעדען גרעניץ

פאר אונז חו"ל אידן קען גערעכט פארקויפן לאקשאן אז די מדינה האט גענומען דאס געלט מיט שקרים וכזבים נוסח תולדות הארון.

אבער ווען ער האט פראבירט דאס צו פארקויפן אין די פורום פון די א"י אידן, האבן זיי עם געגבען אין קאפ אריין, זיי ווייסן דעם אמת אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי געבען געלט פאר די מדינה, און אויב יא דארף דאס האבן א רעסיט

איז ביטע ברענגט אריבער די רעסיט פון די געלט

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2958060&forum_id=771

גערעכט » 9/5/2012 19:14

הולך_לבגץ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

פאר אונז חו"ל אידן קען גערעכט פארקויפן לאקשאן אז די מדינה האט גענומען דאס געלט מיט שקרים וכזבים נוסח תולדות הארון.


בלה בלה מיסטער באגאצניק,

ווען דו וועסט זעהן מיט דיינע הייגענע אויגן, די אלע דאקאמענטן, סיי פון דעם אינוואיס פון דעם קאנטראקטער "במה ברמה" - סיי קאפיס פון די טשעקס אויפן סכום פון ארום פיר הונדערט טויזנט שקלים - 400,000.00 ש"ח, וואס איז גאווארן באצאלט פארן קאנטראקטער, באגלייט מיט נאך בילדער און דאקאמענטן, וועסטו דאך ווייטער בילן - שעלטן - קרייען אז יעצט 12:12 - איז נאכט אין נוי יארק.

וועגן דעם איז וואס איך שרייב, מיין איך קאמפליטלי - נישט צו דיר.

עס זענען דא אפאהר אידן, וואס די שנאה איז נישט ממש מעביר על דעתם, פאר די מענטשן - וועט די דאקאמענטן שפעטער ווערן ארויף געלייגט דא.

"לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי"

גערעכט » 9/5/2012 19:52

א דאקאמענט וואס די מדינה איז מאשר, אז די בקשה פון אליינס באצאלן די קאסטן, איז אנגענומען געווארן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 9/5/2012 19:55

א רעסיט פונעם קאנראקטאר - פאר די וועד השחיטה פון די העדה החרדית - "קדש שירותי דת בע"מ" - (אזוי הייסט העמטליך די וועד השחיטה)
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי גערעכט ב- 09/05/2012 19:56:49

גערעכט » 9/5/2012 19:58

א רעסיט פונעם קאנראקטאר - פאר "מוסדות תולדות אהרן"
[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 9/5/2012 20:01

אזיצונג פון חברי הנהלה העדה החרדית, מיט די חברי הנהלה פון תולדות אהרן, מיט דעם קאנטראקטאר - ביים באצאלן די הוצאות פון תולדות אהרן רבי'נס הדלקה
[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 9/5/2012 20:06

קאפיס פון די טשעקס, פון די העדה החרדית, מיט מוסדות תולדות אהרן
[בילד – נישט אפגעהיט]

באגאצניק, ביי דיר איז יעצט (13:05) נאכט, איבער דעם, ברענג איך נישט פאר דיר די דאקאמענטן - דו קענסט ווייטער שעלטן - בילן - און מאכן געוואלדעס - אלעס איז ביי דיר "בלה בלה"

הטוב_שמך » 11/5/2012 01:54

איך שטיי און שטוין.

באמת א עקל און א גרויל. שטייען אפאר פארשטינקענע חברה, און האבן נישט קיין אנדערע דאגות, די גאנצע הדלקה פון מאנרא האבן זיי שוין געקאווערט, און עס טוט זיי פשוט וויי, נישט מער און נישט ווייניגער, אז עפעס א איד אין ארץ ישראל "שפילט" רבי און מאכט זיך ערליך. ביז אהין האבן זיי שוין אלעס ערלעדיגט, זיי זענען שוין גרייט זיך צו שטעלן פארן בי"ד של מעלה, מזומן לחיי העוה"ב, שוין מחנך געווען אלע קינדער, אויסגעצאלט די חובות, תשובה געטון אויף די אייגענע עבירות, אויסגערוימט קאמפיוטערס מיט טעלעפאנען, און די איינציגסטע דאגה אויף דער וועלט יעצט איז, אז ר"ד קאהן מאכט זיך ערליך.

לאמיר אננעמען אז זיי זענען אפילו גערעכט. איז דאס אויך א עקל, א גרויסע עוולה. וועגן כמה סיבות המובנות מאליו.

אבער מיר ווייסן דאך אז פאליטיק איז בלויז פאליטיק, און ביי יעדע פאליטשע געפעכט, אדער חסיד'ישע מחלוקה, זענען פאראן 2 זייטן, ראובן האלט אז בלויז זיין זייט איז די ריכטיגע, ותו לא מידי, און ווידעראום שמעון שווערט זיך ביי כל-הקודש אז די צווייטע זייט איז ריכטיג. וואס איז דער אמת? אדער עפעס אינדערצווישן, אדער כ'ווייס נישט. אבער די וועלכע האבן א נגיעה קען מען דאך אמאל זיכער נישט גלייבן, אפילו זיי זאלן מיטהאלטן די גאנצע פרשה פערזענליך מיט די אייגענע פליישיגע אייגעלעך, ועל אחת כמה וכמה אז מען האט נאר געהערט איש מפי פיש מפי קיש. קען נאך איינער גלייבן די אלע חזיר'יי??

איר קענט זאגן וואס איר ווילט. איך קען דעם תו"א רבי'ן פון דער נאנט. ער איז א איש קדוש, אן עובד ה' וואס איז שווער צו טרעפן כדוגמתו, תורה ועבודה וגמ"ח אן א שיעור וערך, בנוסף צו סיגופים און אנדערע שוועריגקייטן וואס ער גייט אדורך. און מען נעמט נישט קיין געלט אין זיינע מוסדות און מען מוטשעט זיך שטארק. אמת, כ'וועל מודה זיין אז ער איז נישט דער גרויסער סאטמארער קנאי, ער איז דאך סוכ"ס נישט אויפגעוואקסן ביינונז אין חדר, ער האט נישט די שיטת "ההתבדלות" ווי אונז (וויאזוי האט שאפראנ'ער רב ז"ל געזאגט אויפן פריערדיגן סקווירא'ער רבי'ן זצ"ל??? נוץ די מעשה דא, קאפי און פעיסט), און ער טרעפט זיך מיט גדולים וואס דו האסט נישט ליב, איז אשר על כן? וואס איז? ער מוז טון אלעס גענוי ווי אזוי עס שמעקט פאר יעדן שמויגער אין ר' אהרן'ס ביהמ"ד אדער די עקסטרעמע בני יואל??

פילע סאטמארע אידן האבן א געוויסע שוואכקייט, צו האבן אויף יעדן רבי'ן אן אייגענעם "אפשאצונג", דהיינו איך, חכם מחוכם נורא מאוד, קען באשליסן וואס יענער איז. קודם קוקט מען וועלכע הוט ער גייט, וועלע קאליר זאקן, און דערנאך זיין שמייכל אדער אנדערע גרימאסן, און וואו גייט ער און וואס טוט ער, און היידא, איך האב באשלאסן אז ער איז א דאסל מיט א יענצל, ואין אחר מעשה בי"ד כלום, ווי זאגט יענער, ברענג מיר נישט קיין פאקטן, ווייל איך האב שוין באשלאסן אין מיין מיינד וואס איך האלט... פוי ווי עקלדיג דאס איז בכלל נישט קיין אידישע מדה. (אל תדין את חברך מיינט אויך רבי'ס)

אבער בנוסף לזה, האבן די מאדנע סאטמארע אידן אזא סארט קרענק, זיי נעמען אפיר אזא "מעסטער" וואס מען פארקויפט אין די בני יואל'ע מקוואות, וואס רופט זיך א "קנאי מעסטער", און מען שאצט יענעם אפ ווי ענליך ער איז צו אונזער רבינו יואל. האלט ער אויך אזויפיל דרשות אנטקעגן ציונות, בכל עת ועונה? ווייסט ער צו זאגן אז דאס איז דער נסיון הדור?? איז ער אויך מוחה מיטן גאנצן שארפקייט ווי דער רעבעזעכרוינעבראכע? אה, נישט?? נעה, ער איז א לינקער, ער שפילט נאר צדיק, ער איז א אויסווארף, זיין תורה איז גארנישט ווערד, עס איז נאר תורה וuאס דער שטן מאכט אים לערנען כדי צו קענען נהנה זיין פון זיין טמא'נע תורה. און דער סאטמאר אידל קלאפט זיך אויפן בייכל, אה, שישו מעי שישו, איך בין ריין פון דעם אלעמען, איך דארף נישט זיין קיין עובד ה', איך דארף נישט ארבעטן אויף זיך, איך בין מזומן לחיי העוה"ב בלי שום ספק, ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט געגאנגען צו די בחירות אין מדינת ישראל, ניטעמאל צום כותל, איך האב מיך געהאלטן שטארק מיט מיין נסיון....  איך קען שוין יעצט רואיג זיצן אויף מיין רעקליינער מיט די פוס ארויף און פרעסן מיין גראבן סענדוויטש וואס איז איינגעקויפט pון די הייליגע פוד-סטעמפס, נישט פון די טמא'נע מדינה געלטער, די שקלי הטמאים....

חוכא וטלולא. אקסן אדער פערדן זענען שוין קלוגער.

אחרי ככלות הכל, בלייבט זיי איבער נאר איין זאך. פלאצט!!! די גאנצע מאנרא הדלקה קומט נישט צו לקרסולי רגליו פון די תולדות אהרן הדלקה, וואס איז א חידוש אין די גאנצע וועלט, מענטשן צאלן טויזענטערס יאר-יערליך פאר די איינע שעה מיטצוהאלטן די הדלקה פון תולדות אהרן/הארון, וואס ברענגט אריין אן אומנאטורליכע געפיל און התרגשות וואס איז אומבאגרייפליך און נישט מעגליך אפצושרייבן אויפן פאפיר, דאס איז א הימלישע געפיל, מ'טאנצט מיט די גאנצע נשמה און מיט אלע כוחות, מ'פילט א דוגמא פון א יו"ט ווען אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען געקומען קיין ירושלים עולה רגל זיין, מיט א זעלטענע אחדות שאין כדוגמתה, אפילו די פרייע ציונים און משטרה קוקן צו און שטוינען, ווי מען קען זעהן אין די בילדער און ווידעאוס ווי זיי פאטשן מיט זייערע הענט ווען מען זינגט "לכבוד התנא האלקי", ס'קומט אריין א הרהור תשובה אין אלע באטייליגטע.... מ'שפירט אז מען קען זיך נישט אפרייסן...... מען וויל נאר משיח זאל יעצט קומען.!

פוק חזי עמא דבר, גייט ארום אין ארץ ישראל אליין, און זעהט ווי אויסער די עטליכע פארשטינקענע אומפארגינערישע סיקריקים וואס מאכן חרוב יעדע גוטע זאך, ווי דער תו"א רבי איז געשעצט און באליבט, נישט בלויז ביי די אלע ערליכע אידן, עדה החרדית, און גדולי מאורי הדור, נאר אויך ביי די פשוטי עם, די טויזענטער אלמנות און יתומים וועמען ער שטיצט ברוח נדיבה און האט זיי אינזין על לוח לבבו הטהור בכל עת ובזמן צו זיין פאר זיי לאחיעז"ר ולאחיסמ"ך, א מענטש וואס לעבט כמעט נישט אויף דער וועלט, נאר איז כל כולו רוחני, נאך נישט געזאגט קיין שלעכט ווארט אויף קיין איד, ואטו כי רוכלא ניחשיב וניזל, הנייר יוכלו והם לא יוכלו.

אינטערעסאנט, אז בעפאר ער איז געווארן רבי, איז נישט געווען קיין מענטש אין דער וועלט וואס האט געהאט עפעס א שלעכט ווארט אויף אים. אדרבה, מען האט געהאט צו אים אן אהבה, אינגע בחורים האבן זיך געקלאמערט ארום אים צו הערן א גוט ווארט, געקומען צו פארן אויף שבתים וימים טובים, זיינע של"ש תורות ליגט נאך אין די ביינער פאר אסאך באטייליגטע, זיין שמייכל וסבר פנים יפות פאר יעדן באזונדער אן קיין אויסנאם, געלערנט ביז שפעט אין די נאכט אריין, גאנצעטע נעכט אפגעפראוועט מיט א דונערדיגן קול תורה ווי זיינע שכנים זענען מעיד, און עטליכע פון זיי זאגן אז זיי זענען געווארן חסידים "נאר בלויז צוליב דעם"! און פארטאגס שוין ווידער שופך שיח געווען און אויסגעזאגט תהלים מיט א השתפכות הנפש וואס נמס כל לב שומעיהם, אונטער די טיר האבן זיך מענטשן באהאלטן אונטערצוהערן זיינע ווארימע תפלות, אן זיין וויסן, וכו' וכו'.... אבער פלוצלינג ווען ער איז געווארן רבי אנטקעגן זיין ברודער און עס שמעקט נישט פאר איינעם מאיזה סיבה שהוא, פרובירט מען צו קריכן אויף די גראדע ווענט, אדער גראבן 30 מייל אונטער די ערד ארויסצוגראבן עפעס אן עבירה'לע אויף אים, כולי האי ואולי, אפשר האקט ער נישט גענוג אויף ציונות אזוי ווי איך וואלט געוואלט.... און ער איז א פארטיגער פאפער, נארט אפ זיך און די גאנצע וועלט... און ער מיינט נעבעך אז אונז חכמים נבונים כאפן נישט זיין שטיק.... ס'איז גאר נפרעין ממנו בגלוי.......

 

כ'מיין כ'האב גענוג ארויסגעברענגט מיין דעה, איך גלייב ממילא נישט אז כ'וועל איינעם טוישן זיין חוות-דעת, אפשר טאקע איז א שאד די גאנצע לאנגע דרשה, אבער כ'וועל דאך דרוקן "שלח הודעה", מ'זאל נישט זאגן מדשתקי "הטוב שמך" שמע מינה ניחא ליה, חס מלהזכיר. איך האלט נאר ס'איז א שאד אז די אידן קענען אים נישט פערזענליך, קיינער וואלט נישט געהאט אויסצוזעצן אנטקעגן אים, אדרבה, גייט אריין צו אים, פארט אמאל אהין א ל"ג בעומר און קוקט צו זיין עבודה (יא איך ווייס, ער שפילט זיך מיט פייער ווי א בעבי... לאמיר זעהן, פרובירט דאס אויף אייער אייגענע האנט, צולייגער!), אדער סתם סיי וועלכע יו"ט אדער א שבת, איר וועט צוריקקומען אינגאנצן געטוישט.!! אייער מיינונג וועט זיין אנדערש בלי ספק!




תוקן על ידי הטוב_שמך ב- 11/05/2012 02:00:50

פאמאגראנט » 11/5/2012 03:07

זאגסטו הייסט אז ביי ר' דוד קאהנ'ס הדלקה זאגט מען אז מען וויל משיח זאל נאר יעצט קומען
הער איך

איך האלט ( ווער בין איך ) אז כביכול ר' דוד קאהן וויל אז משיח זאל קומען הערשט נאך די הדלקה
א מענטש וואס איז איין שטיק בלאף אין שקר
ווי ער שטייט אין שאקלט זיך מיט א ליידיג באטל שמן זית פאר 10 מינוט אין מיינט אז דער ציבור איז נישט קיין מבין אויף זיינע בילייגע שטיק

ביאנער רבי האט פונקט אזא עולם אין אפשר נאך נאר מער אין מען טאנצט נאך מיט א התלהבות ווי ביי ר' דוד קאהן
די חילוק איז נאר אז די ביליגע שטיק איז נישט דא אין ביאן
בלאט: 1 2