היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » קעמפ קארט אפדעיט

קעמפ קארט אפדעיט

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956406

רב_הסוער » 30/4/2012 20:11

היינט איז געווען א קארט הירינג אין קינגסטאן ביי א אלסטער קאונטי ריכטער איבער די קעמפס,

די זאליס האבן געטענה'ט אז דאס וואס דער דשאדש האט דעם פארגאנגענען ווינטער ארויסגעווארפן זייער דיד טרענספער, זאל מען  ווידער עפענען, ווייל זיי האבן פרישע טענות, פרישע הוכחת, פרישע אנטוויקלונגען,

די אהרונים טענה'ן אז דער פסק איז כתוב וחתום, גארנישט האט זיך געטוישט וואס זאל מאכן א נפק"מ להלכה למעשה, און מ'קען מער נישט עס עפענען, אויב די זאליס ווילן קענען זיי געזונטערהייט גיין אפילן צום אפעלאט דריטע דיוויזשן אין אלבעני,

דער דשאדש האט געגעבן פאר די אהרונים ביז יולי דעם 12טן, צו אריינגעבן די פאפירן פארוואס מ'זאל דיסמיסן די קעיס,

ווי עס שיינט האט דער דשאדש האט קיין שום פלאן צו נאכגעבן די זאליס,

בקיצור, וויזוי מ'זאל נישט דרייען, די זאליס זענען אויף געברוטענע צרות,

דאסטערס » 1/5/2012 01:02

אונז זענען שוין צושאסן און צובראכן טשעפע נישט פליז...