היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע!!! קאנטי: נישט דא קיין קעמפס ביז מפארהאנדעלט

באמבע!!! קאנטי: נישט דא קיין קעמפס ביז מפארהאנדעלט

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956030

פאפיטעס » 27/4/2012 23:49

ווי אן אטאם באמבע האט זיך אראפ געלאזט די נייעס, איבער די 2 זייטן בריוו פון די קאנטי איצט פרייטאג ערש"ק טהרה, וויי זיי וועקן אויף די זאלי פון זייערע זיסע "חיי שעה" חלומות ודמיונות, אז זיי האבן שוין די קעמפס אין טאש, און אלע פערמיטס זענען דא, מענצער שלום דייטש זאגן... נידערמאן דאנקט מען.... לופעז ארלעדיגט... חסדי ה'....

היינט האט געפלאצט זייערע חלומות ודמיונות ווען עס איז ווידער ארויס געקומען כתוב וחתום ווי די די לויערקע פון אלסטער קאונטי עקזעקעטיוו דירעקטאר האט היינט ערש''ק געענטפערט אין א בריוו צו די זאליס: קומטס ענק אדורך מיט די ארונים, און ביז דאן וועלן נישט פארקומען קיין שום אינספעקשאנס אין די 4 קעמפס וועלכע זענען גאר נוטיג צו קענען אפילו טראכטן פון באקומען א פערמיט. דין תורה אדער פארהאנדלונגען זענען די לעזונגען צום שווערן פלאנטער.

ביי די זאליס איז היינט תשעה באב, די זאליס אנטלויפען פון ווער עס וויל נאר כאפן א ווארט ביי זיי, זיי דרייען זיך ארום ווי טויטע מענטשן, ווי עס קוקט אויס וועט די הצלה זיין ביזי די נעקסטו פאר שעה.

IAMSMART » 29/4/2012 19:58

חלה דעקלעך ענק קענען טאנצען נאך אפאר וואכען מארק מיי ווארדס ענק גייען גארנישט באקימען אין מיר גייען האבען א פערמיט אויף אלע פיר קעמפס איך קען נישט אלעס שרייבען ווייל איך ווייס ציפיל אייין זאך וועלען ענק האבען צי געדענקען אז ווען אייעםסמארט זאגט עפעס איז געזאגט....

העטעכפעטעך » 30/4/2012 20:18

מען בעט דער עולם זאל שרייבן ווייטער דא די נייעס פון די קעמפס

העטעכפעטעך » 30/4/2012 20:20

 
רבי_יונה:

היינט אין קאורט:
1)די זאלונים אנטערן נאמען ''מחנה רב טוב'' ווילן עפענען א נייעם קעיס איבער די קעמפס.
2) דער ריכטער האט געגעבן פאר אונז ביז יוני 12 אריינצוגעבן פאפירן פאר א ''מאושן טו דיסמיס'', פארוואס נישט צו לאזן עפענען א נייע קעיס.
3) די זאלונים האבן געבעטען ''דיסקאווערי''. דער ריכטער האט געזאגט ''ניין''.
4)ריכטער: סאטמארער סכסוך קען מען נישט לעזן אין געריכט נאר ביי די תורה

העטעכפעטעך » 30/4/2012 20:21

יונה כתב: 3) די זאלונים האבן געבעטען ''דיסקאווערי''. דער ריכטער האט געזאגט ''ניין''.

ר' יונה קענסט אפשר מסביר זיין וואס דאס מיינט ''דיסקאווערי'' ?

אין בכלל פארציילן אביסעל מער פרטים וואס עס איז פארגעקומען און קארט היינט ?

ישר כוח פאר דיינע שטענדיגע אפדעיטס


משהלע » 1/5/2012 01:52

דזשאסט געהערט, 
הרה''ח ר' אברהם מאיר פויגל שליט''א האט היינט גערופן דוד ראזענבערג אין קעמפ אפיס און געזאגט אז ער וויל איינשרייבן דריי קינדער אין קעמפ, פרעגט עם דוד רז''ב "האסט דען קינדער אין שטוב"? פרעגט עם ר' אברהם מאיר "האסט דען א קעמפ"???  און דוד האט אראפ געשאסן דעם טרייבל...  

guar » 2/5/2012 19:18

 
כפי השמועה ששמעתי,

האבן די זאליס באקומען א הבטחה צו באקומען א פערמיט, וויטא לאפאז ארבעט זייער שווער פאר זיי אין אלבעני, (זיי האבן נאך נישט אויפגעגעבען) אין די קאנטי האט באקומען גרויס פרעשער אז אויף היי יאר זאל מען זיי נאך געבען א פערמיט, מיטן אויסרייד אז דריי טויזענט קינדער האבן נישט ווי צו גיין, ווייל עס איז שוין צו שפעט צו זיכען יעצט א נייע קעמפ, אבער אויף נעקסטע יאר וועלן זיי נישט קענען באקומען ביז זיי פארהאנדלן נישט מיט אונז.

(איי קענסט דאך יעצט אויך פארהאנדלן, איז פאר וואס ברויך מען זיי יעצט געבען א פערמיט, דא קומט שוין אריין די מיליאנען וואס מען שמירט רעכטס און לינקס און די טעראר וואס מען זייט אן ווי מען קען וד"ל ווי שוין אויסגעשמועסט און אנדערע אשכולות)

אין ווי מען הערט איז אפגעמאכט, אז מען וועט ווארטן ביז די גאנצע גערודער וועט שטיל ווערן, און אין די לעצטע מינוט וועלן זיי עס באקומען כדי די ארונים זאלן עס נישט קענען באקעמפען, זיי האבן שוין איינגעגבען די פאפירן פאר די פראגרעמס, און איינגעמאלדן פאר די אינסטאנצן אז די פערמיט וועט נאך קומען און אפאר וואכן ארום, מען ארבעט און די קעפס אינגרויסן עס גרייט צו מאכן פארן זומער, און די גאנצע צאראמאניע וואס עס קומען פאר און די חדרים מיט מכלומרשט זאגן תהילים און האלטן דרשות קעגען אונז, איז נאר כדי צו קענען העצען די יוגענט אויף די ארונים ווי זיי טוען עס כסדר מזמן לזמן, עס איז נישט מער ווי א שפיל די גאנצע זאך.

איך שרייב עס פארדעם דער עולם זאל זיין אינפארמירט פון די לעצטע געשענישן וואס קומען פאר בשתיקה, און זיך נישט פארנארן פון אילאזיעס.

.


תוקן על ידי guar ב- 02/05/2012 19:51:04

געלעכטער » 2/5/2012 19:26

און די אהרונים האבן נישט די מיליאנען צו שמירן?

guar » 2/5/2012 19:41

 געלעכטער, כ'וועל איבערלייגן א תגובה וואס כ'האב שוין געשריבן און אן אנדערען אשכול וועסטו אלעס פארשטיין 

לכאורה גייען זיי עס באקומען ווי אזוי, פרעג מיך נישט, זיי די זאליס זענען מלומד בשוחד ובטעראר, אז מען קען נישט אויפברעכן די טיר ברעכט מען אויף די פענסטער, אז נישט די פענסטער מאכט מען א לאך און דער וואנט, אופן דאך, פון דער ערד, ביז מען קומט אן,

און נאך אזאך פאר די ארונים איז די גאנצע זאך נאר א בענעפיט, אויב וועט עס געלונגען צו ברענגן די זאליס צו דין תורה אדער כאטש צום פארהאנדלונגס טיש, איז דאך מה טוב ומה נעים, און טאמער נישט, איז נישט, מען דארף פראבירן אלע אופנים וואס נאר מעגליך, אויב איז עס נישט געלונגען איז פארפאלן, און פארשטייט זיך אז קיין גרויסע געלטער גייט מען נישט ספענדן דערפאר און אוודאי נישט קיין מליונים.

ווידארום פאר די זאליס איז דאס סתימת הגולל, אויב וועלן זיי נישט קענען עפענען די קעמפס איז דערנאך מיט די גאנצע זאלי רבי וזנביו, אפילו אויב זיי וועלן זיך עפעס אן עצה געבען דורך דינגען עפעס אנדערש, אפגערעדט די מאראל וואס דאס וועט אויסקלאפן אויף זיי מיט א ביטערע מרה שחורה, במילא פייטן זיי דערפאר מיט ציין און נעגעל אזש זיי וועלן גרייט זיין זיך אויסצוטוהן די הויזן (שוחד בלע"ז) פאר כאטש וועלעכע פאלאטישען, אפילו עס זאל זיי קאסטן און די מיליאנען וד"ל, קענסט זין זיכער אז ביי די זאלי (פאר)פירער שלאפט מען נישט רואיג, און מען עסט נישט רואיג, טאג און נאכט טראכט מען צו וועם מען אנקלאפן מיט די ריכטיגע "קאנעקשאנס (שוחד) בלע"ז" זיי דרייען איבער יעדעס שטיינדל וואס זיי קענען נאר, עס איז אזוי ווי איינער פייט פאר זיין לעבן, און פארן לעבן לאזט מען זיך קאסטען וויפיל עס פעלט זיך נאר אויס, און דארפסט פארשטיין די אלע פאלאטישענס שמעקט זייער גוט נאך אפאר דאלארן און טאש, ספעשעל ווען זיי דארפן גארנישט טוהן נאר בלויז אינטער שרייבן א נארישן פערמיט, במילא בין איך גארנישט אזוי סורפרייזט אויב איך וועל הערן אז סאיז זיי געלונגען אריינצוריקן א מתנת יד פאר עמיצען און זיי וועלן עס באקומען.

זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז עס האט צו טוהן וועגן מענצער נידערמאן קאנעקשאנס סאיז שטותים, סך הכל ווענט זיך עס מיט וויפיל פון די גרינע די קומסט, און ווי כ'האב שוין געשריבן די ארונים גייען נישט ספענדן צופיל, אבער די זאליס וועלן זיך אויסטוהן אינגאנצן, איי קענסט דאך קומען צו דין תורה, ניין, ח"ו, דאס איז דאך יהרוג ואל יעבור, נאך א גרעסערער איסור ווי די סקול דיסטריקט.

זאל דער אייבירשטער העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן לא ירעו ולא ישחיתו בכל קדשי און וילמדו תועים בינה אן די כת הגזלנים וחמסנים זאלן תשובה טוהן איינמאל פאר אלעמאל און מקיים זיין דעם והשיב את הגזילה.

קראך_היט » 2/5/2012 20:18

guar
איך קען דיר בעטן א טובה ביטע

הער אויף צו פאנטאזירן

א הערצליכן דאנק

IAMSMART » 2/5/2012 20:30

חלה דעקלעך עס וועט ענק גארנישט העלפען כ"ק אדמור שליטא איז אנערקענט אין די עולם התורה אלץ די סאטמאר רבי ענק קענען עם צי נעמען די ראס שיל, ענק קענען עם צי נעמען די קעמפס, ענק קענען עם אפילו צי נעמען ראדני... אבער זיינע צען טוזענט קינדער מיט זיננע טוזענט בחורים קענען ענק נישט צי נעמען דאס מיינט  אז מען האט ברוך השם צי בראכען די קליפה פין ר/ אהרן טייטעלבוים אוף דעם פייטען מיר שוין צוועלעף יאר אין איך קען ענק זאגען אז דער בן פראדעלס פלאן האט זיך גאר גיט אויסגעארבעט....

guar » 2/5/2012 21:03

קראך היט , איך וויל פונקט אזוי ווי דיר עס זאל נתקדש ווערן שמו יתברך, מיט דעם וואס די זאליס וועלן מוזן קומען צו דין תורה און אפגעבען די גניבה, אבער מען דארף זיין ריאליסטיש און וויסן ווי מען האלט, איך בין נישט קיין פאנטאזירער.

דייקן » 2/5/2012 21:16

guar, ווען דו שרייבסט מפי השמועה, מיינסטו דערמיט קראנט אדער השערות?

guar » 2/5/2012 21:26

דער וואס האט מיר עס פארציילט, זאגט אז עס איז קראנט

ויואמ_אמת » 2/5/2012 21:32

וואס עס גייט זיין קען יעדער זאגען, מ'דארף נישט גלייבן קיינעם'ס עתידות, דערווייל איז די קעמפ פארשפארט

משהלע » 2/5/2012 21:45

זייער קראנט אז דאס איז זיסע זאלי פאנטאזיעס! 

קען דאס פאסירן? זיכער אז יא! אבער אויב פאסירט דאס און די אהרונים לויפן גלייך אין קארט פאר א ריסטרעיניניג ארדער אקעגן דעם קאנטי עקזעקיוטיוו, איז פונקט אזוי זיכער אז זיי גייען דאס באקומען, ובפרט אז דער אייגענער קאנטי אדוואקאט האט שוין געשריבן אז לעגאל האבן זיי נישט די רעכט צו געבן פאר איין צד אן די הסכמה פון צד השני, דער פסק אז מען קען זיך נישט מישן איז זייער א קלארער, און ס'האט געארבייט ביים בית המדרש החדש און עס ארבייט ביזדערווייל ביים קאנטי עקזעקיוטיוו, און וועט זיכער ארבייטן אין קארט,

די פראגע איז נאר צו די אהרונים זענען גרייט צו גיין אין קארט, מיין וואוט איז אז טאמער גיט דער קאנטי עקזעקיוטיוו דעם פערמיט פאר די זאליס זאל מען זאפארט אריין געבן א קלאגע אקעגן דעם קאנטי עקזעקיוטיוו, אבער איך האב שוין געהערט פון אפאר רחמנות'דיגע אהרונים וואס ווערן נעבעך איבער גענומען פון זייער רחמנות געפיל אויף די נעבעכדיגע זאלי קינדער וואס וועלן נעבעך דארפן געשמאלצן ווערן אין די ביטערע היצן אין די שטאט, און אויב די דאזיגע רחמנות מענטשן וועלן גובר זיין דאן וועלן די אהרונים בלייבן מיט די צונג אינדרויסן פאר נאך 12 יאר און אפשר נאכמער, לא עת לחשות, מען דארף זיי שמאל מאכן ביז זיי וועלן זיך ברעכן. 

IAMSMART » 2/5/2012 21:46

דערווייל איז די קעמפ אופען מען ארבעט דארט פעסט...

IAMSMART » 2/5/2012 22:11

משהלע

פין א ריסטרעיניניג ארדער קענען ענק פארגעסען קארט וועט זיך נישט וועלען מישען

משהלע » 2/5/2012 22:22

איי עם סמארט, ביזט גארנישט אזוי סמארט! ביסט א פלעינער בארינג אהרוני וואס מיינט אז ער איז זיס מיט זיינע נארישע סטעיטמענטס. 

געלעכטער » 2/5/2012 23:14

א צעמישעניש צווישן די אהרונים. גוער זאגט איין סברא, משה'לע שווערט זיך אויף א צווייטע און גיבט גאר עצות פאר די אהרונים וויאזוי אנצוגיין, און אייעםסמארט איז סתם א נארישע בחור אהרוני וואס רעדט זיך איין אז איינער האלט אים פאר א זאלי.

דייקן » 2/5/2012 23:18

נא, וואס ווייסט געלעכטער?...

שארמאשער » 2/5/2012 23:18

די ארונים האבען שוין אויסגעניצט אלע זייערע געווער יעצט בלייבט זיי נאר אבער צו שטיין אין קוקען טעגליך אינזערע פאסט קעסטעלעך ווייל די פערמיט איז אויפן וועג איך זאג נישט עני דעי איך זאג אבער בעפאר קעמפ הייבט זיך אן

געלעכטער » 2/5/2012 23:20

שפילער שארמאשער, מאך משוגע א צווייטן.

אבראהאם » 2/5/2012 23:22

אלע שארמאשערס זענען שפילערס

משהלע » 2/5/2012 23:23

נעבעך א ביטערער טרעפיק אויפן טראוועי, שוין אריבער 4 וואכן וואס די פערמיטס זענען "אינטערוועגענס" אבער פון אנקומען מאן דכר שמיה, איך האב א פילינג אז דער טרעפיק וועט נישט נאכלאזן אין דעם נאנטן צוקונפט, 

האנדא » 2/5/2012 23:54

שארמאשער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די ארונים האבען שוין אויסגעניצט אלע זייערע געווער יעצט בלייבט זיי נאר אבער צו שטיין אין קוקען טעגליך אינזערע פאסט קעסטעלעך ווייל די פערמיט איז אויפן וועג איך זאג נישט עני דעי איך זאג אבער בעפאר קעמפ הייבט זיך אן


או די ליכטיגער שארמאשער איך האב מיך שוין אזוי געבענקט נאך דיר, וואו אזוי איז געווען דיין וואקאציע? איך האב דיר נישט געזען אזוי דא אויפן פארק זייט די די זאליבאנצעס האבן געווינען די פערמיטס אויפן קעמפ?

אז מען רעד שוין, לאמיר דיר פרעדן ממש א קלייניקייט, מע''כ האט געשריבן פאריגע וואך אז די פערמיטס פאר די קעמפס ליגן שוין ביים זאלציגען שגיון לדוד אונעם בוזם קעשענע, און איך בתמימתי האב דיר  ערליך געגלייבט, (דער שארמאשער זאגט דאך נישט קיין ליגענד) איך האב מיך געזעצט אויף דער ערד, און די זאקן, און געזאגט איכה מיט בכיות, און געוויינט מיט הייסע טרערן, און געקלאקט על שבר בת עמי אויף די פארלוסט פון סאטמאר,

איצט זע איך שרייבסטו אז די פערמיט'ס זענען אויפן בלויז אויפן וועג, מיינסטו מן הסתם צו זאגן אז די פערמיט'ס ליגן נאך נישט ביים שיגיון לדוד או די קעשענע, עס איז נאר נאך אויפן ניו דשערסי 17 , 

 אלזא איך האב ממש בחינם אויס געזאגט גאנץ מגילת איכה און די זאקן? שארמאשער, מען טיט נישט אזאנס מיט א צווייטען יוד, נאט נייס, איך פארלאנג מחילה!

ידידך מר האנדא,

תוקן על ידי האנדא ב- 02/05/2012 23:56:12

העטעכפעטעך » 3/5/2012 20:06

UPDATE:

נעכטען מיטוואך נאכמיטאג, האבן ביידע צדדים ערהאלטן א בריוו פון די קאנטי עקזעקעטיוו, אז זי האט באשטימט א זיצונג אויף מאנטאג צופרי ביי איר אין אפיס, ווי מען וועט אויסשמועסן נאכאמאל דעם ענין, און זעהן צו מען קען עפעס מאכן, זי האט אויך צוגעלייגט, אז מען זאל נישט מיטברעגנן קיין לויערס, נאר דריי מענטשען פון יעדע צד.

די סיבה פון די זיצונג איז דא צוויי מיינונגען:

1) היות זי האט גרויס פרעשער פון אלבאני צו עפענען די קעמפס, אבער היות זי קען נישט גיין קעגען א זשאזש, במילא קען זי נישט אפמאכן פאר וועם צו געבען דעם פערמיט ווי לאנג איין צד איז מערער, במילא וויל זי מען זאל זיך פארגלייכן אויף עפעס אן אופן, אזוי וועל מיר אונז מסכים זיין אז מען זאל געבן דעם פערמיט.

מען זאגט, זי האלט אז די סיבה פארוואס די פאריגע זיצונגען איז דורכגעפאלן, איז וועגען די לויערס, ווייל יעדע לויער וויל ווייזן אז ער פארטרעט זיין קלייענט אופן שטערקסטן אופן און לאזט זיך נישט, במילא קען מען נישט צוקומען צו גארנישט, אבער יעצט אז נאר די צדדים וועלן קומען וועט מען יא עפעס קענען פארהאנדלן, און קומען צו אן עמק השווה.

מיין פראדיקשאן איז כלפי די מיינונג, אז זי ווייסט נאך נישט מיט וועמען מען האנדעלט דא, זי ווייסט נישט אז ביי די זאליס איז פארהאנדלן מיט די ארונים יהרג ואל יעבור, דאס איז פון די איסורים הכי חמורים, אין זייער תורה שטייט נישט דער פסוק, והשיב את הגזילה אשר גזל, און ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, און מען וועט ארויס גיין מיט ליידיגע הענט אן קיין שום אפמאך.

2) אז די זאליס האבן געמאכט א יד אחת דורך אומלעגאלע וועגן, ווי שוין דערמאנט און אנדער אשכולות, שוחד, טעראר, פרעשאר, YOU NAME IT , אין זי וויל זיי געבען א פערמיט, איי דער זשאזש זאגט מען קען זיך נישט מישן, נו, נו, אבער ווי גייט נאר דאס שפריך ווארט, FOR THE RIGHT PRICE וועט מען שוין טרעפן עפעס א לעכעל אינעם פסק, און דאס גאנצע רופן צו א מיטונג איז סתם אן אנשטעל, TIME WILL TELL.


תוקן על ידי העטעכפעטעך ב- 03/05/2012 20:09:09

הכשר » 4/5/2012 00:49

העטעך, שטער נישט די שלאף פון די זאליס זיי ווילן נישט מען זאל יעצט רעדן פון די קעמפס רעד פון אלעס נאר נישט פון דעם.

העטעכפעטעך » 4/5/2012 01:14

כ'האב פאר די נייעס זיי שלאפן שוין גארנישט, זיי זענען עוסק זייער שווער און די שלשה עמודי זאלי, ואלו הן, שוחד, טעראר, פרעשאר, מיט וואס זיי ספעציאלעזירן זיך וד"ל.

פאנדיט » 4/5/2012 02:02

העטעכפעטעך, אז דו רעדסט ווי אזא גרויסע מומחה שטעל כאטש אהער די פאקטן אקוראט. דער עקזעקוטיוו איז נישט קיין זי, נאר א מאן. קען זיין אז די קאונטי'ס קאונסיל, דאס הייסט זייער אדוואקאט, איז א פרוי.

kootointy » 4/5/2012 02:55

די קאונטי׳ס אטורני איז א פרוי (ביעטריס האווערניק) און זי שיקט אלע בריוון, פעקסעס, וכד׳ אין נאמען פון איר אויבערהאר מר. היין (קאונטי עקזעקיוטיוו)

האנדא » 4/5/2012 17:31

איך הער אז די זאליבאנעצעס צווינגען די מיידליך פון די 82 מיידל סקול, אונטער צו שרייבן פעטעציעס צו דער קאנטי אז זיי זאלן ערלויבן צו עפענעם דעם קעמפ?

זעט אויס אז די זאלי קרעטץ גרייטן זיך צו א מעכטיגע מערכה, זיי גייען נישט אזוי גרינג אראפשלינגען זייער מפלת המן, מען וועט נאך א סאך הערן פון די זאלי קרעטץ, ביז זיי וועלן שלום מאכן מיטן מצב, און עפענען נייע פאללאקס קעמפ'ס,

דיןתורה » 6/5/2012 22:51

 
איך זעה אז צד מהרז''ל האט ווידער אויפגענומען א פאבליק רילעישאן פירמע

אין האט אריינגעלייגט אן ארטיקל אין גוישען פאוסט

ווי זיי צושמירן ברייט די גאנצע סוכסוך

וואס די ציהל דערפון איז ווייס איך נישט

אבער דאס איז לכו''ע חילול ש''ש מיט אלע מפרשים

אזוי פינקטליך צו פארציילן פאר'ן גוי א סוכסוך צווישן חסידישע אידן



איז נישטו קיין שום דעת תורה?

האלטן זיי אז מיטן מחלל זיין ש''ש וועלן זיי האבען מער הצלחה?



תוקן על ידי דיןתורה ב- 06/05/2012 22:52:45


גרוינים » 6/5/2012 23:11

עס דערקענט זיך יעצט די פינגער פרינט פון די מסירה קעגן עסקן הנמרץ ר' ארי' לייב גלאנץ שליט"א אינעם פאוסט
ידם שפכו הדם הזה! והשם ינקום על הרשעים!

תוקן על ידי גרוינים ב- 06/05/2012 23:11:41

ריזקאליש » 7/5/2012 16:25

ווייסט איינער וואס גייט היינט זיין?

נארפאקטן » 7/5/2012 18:33

sentry » 7/5/2012 19:18




תוקן על ידי sentry ב- 07/05/2012 19:30:42

קליפ » 8/5/2012 14:47

* width="640" height="360"><*

קליפ » 8/5/2012 14:48

lankee » 8/5/2012 15:51

jnet users קוקט און האט הנאה

גרוינים » 8/5/2012 21:32

זונדיגט און האט הנאה?
וואס איז מיט ולא תתורו? וואס איז מיט קול באשה?

סטראבערי » 8/5/2012 23:25

וועגן לא תתירו - קול באשה??!! הייב אויף א פאון צו א. רובין

ער האט איר אריינגערופן אין זיין דיינינג רום! נישט קליפ/lankee!