איך זעה נישט ווי דו זעהסט הרב סיטי פילד אז סאטמאר איז דערקעגן
יעדער ווייסט אז רבינו שליט"א האט געאנטווארט פאר ר' מתתיהו און ר' משה גרין א יאר צוריק אז ער וועט זיין די ערשטע מיטצושטיין אבער פארשטיי אליין אז מיטשטיין מיינט מיט סיי וואסערע הילף און מיטארבעט אבער נישט א זאך וואס דער רבי קען נישט זייענדיג ממלא מקומו פון זיין הייליגן פעטער וואס ער איז דער מכריע אין אזאנע האקעלע ענינים
אדרבה איך מיין אז יעדער סאטמארער חסיד האפט אז דער כינוס זאל האבן א סוקסעס נאר מפארשטייט אז מיטן סימבאל פון סאטמאר קען דאס נישט ארבעטן צו גיין אויף א פאראייניגטע מיסיע און הערן הוראות און הדרכות אינאיינעם מיט אזעלכע אמעריקאנע אידן וואס זייער אידישקייט איז מיט 100 דרגות אראפציהר ווי אונזער ואכמ"ל און הערן דרשות אויף ענגליש לויט זייער שטייגער וכו' וכו'.
אוודאי ווען די עסקנים האבן ווען דעם קאפ אויפן פלאץ מאכט מען נישט קיין פלאן פון אזא סארט כינוס פאר מפרעגט סאטמאר בפרטיות צו זיי גייען זיך קענען צושטעלן דערצו.
איז אויב ווילט איר אים דווקא האבן דארט דארפט איר טוישן דעם פלאן סזאל שטימען מיט די צדיקים הקודמים אשר מפיהם אנו חיים אבער אז סאיז אייך אוממעגליך איז עס פארשטענדליך און קיינער וועט אייך נישט אונטערהאקן סוועט ווערן שיין געדעקט אבער אז סאטמאר זאל טוישן איר תורה ומסורה דאס נישט
תוקן על ידי גרוינים ב- 30/04/2012 01:15:32