היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס גייט פאר מיט די קעמפס???

וואס גייט פאר מיט די קעמפס???

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2955691

yosefelye » 25/4/2012 18:19

עפעס איז זייער שטיל, נעכטן האט יעדער געווארט אומגעדילדיג, מען האט געווארט אויפן גרויסן דיסיזשאן, און פנה יום וגם ערב און אין קול ואין עונה, די זאליס שעלטן יאמערלעך, און די אהרונים זענען שטום, וואס גייט פאר? ווייסט עמעצער פרטים?  

שארמאשער » 25/4/2012 19:06

קיינער שעלט נישט, עס האט זיך גארנישט געטוישט אין דערווייל מאכען מיר גרויס פראגראעס, די קעמפס וועלן זיין אפען קענסט זיין זיכער דארפסט נישט עפענען נאך אשכולות

קראך_היט » 25/4/2012 20:01

איך מעג פרעג א נארישע פראגע,

לאמיר זאגן די זאליס - און די לעצטע מינוט - לאזן רובין האבן אלע פערמיטס,

וואס יעצט?

די קעמפ איז אפען לעגאל,

ביידע זענען די זעלבע בעה"ב

במציאות זענען די זאליס אינעווייניג,

נו, וויזוי פונקטליך ווארפסטו ארויס די זאליס,

ווייל רובין האט די פערמיטס?

פערמיטס מיינט דאך קלאר נישט בעלות,

נו למאי נפק"מ און וועמענס האנט די דאקומענטן זענען,

דייקן » 25/4/2012 20:12

צד מהר"א האט וואס צו טוהן דערמיט, מ'קען דארט פלאצירן די קליינע ישיבות, צו גאר אפילו טראגן אויף איין יאר די מתיבתא אין קעמפ.

העטעכפעטעך » 25/4/2012 20:15

אמת, פערמיט מיינט נישט בעלות, אבער ווער עס האט די פערמיט דער פירט די קעמפ אויף די יאר, דאס מיינט אויב די זאליס האבן א פערמיט איז דוד ראזענבערג די קעמפ דירעקטאר זאלי קען קומן באזוכען  זאליס טיילן די פאסטענס ועוד ועוד,
וידיעת ההפיכות שוות......מלה בסלע ושתיקה בתרין, עי' ערך זאלידאן, סקאטמאלן,

yosefelye » 25/4/2012 20:51

שארמאשער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קיינערשעלטנישט,עסהאטזיךגארנישטגעטוישטאיןדערוויילמאכעןמירגרויספראגראעס,דיקעמפסוועלןזייןאפעןקענסטזייןזיכערדארפסטנישטעפענעןנאךאשכולות

דו ביסט זיכער אז קיינער שעלט נישט? דאס וואס וואלי פרידמאן האט נעכטין געכאפט א נערוון בראך וואס איז באגלייט געווארן מיט קללות נמרצות מיינט נישט געשאלטן? איך בין העכסט נייגעריג וויאזוי עס זעט אויס ווען דער מטורף וואלי פרידמאן שעלט יא, עס מיז זיין העכסט אינטרעסאנט!!!

guar » 25/4/2012 21:18

העטעך, כהאב זייער הנאה געהאט וויזוי די שרייבסט וידיעת ההפיכות שוות......מלה בסלע ושתיקה בתרין, עי' ערך זאלידאן, סקאטמאלן, עס איז עמוק עמוק ווער עס געדענקט נאך וואס עס האט זיך געטהון וועגען דעם זאלידאן..

שחמט » 27/4/2012 04:36

ןןאס גייט באמת פאר מיט דע קעמפס? איך דארף וויסן צי איך זאל שיקן א דעפאזיט פאר מיין קאנטרי, ווייסט איינער קראנט צי מיר האבן טאקע די פערמיטס? מיין שוואגער א אהרוני שווערט זיך אז מען גייט נישדט האבן די קעמפס, איך דארף וויסן דעם אמת.

בן_אהרן » 27/4/2012 05:40

ווייל דיין שוואגער איז אן ארוני און ער שווערט מיינט דאס אז ער ווייסט וואס ער רעדט?
איך קען כאטש א 5 ארונים וואס זיי שווערן אז זיי ווייסן גארנישט וואס ס'גייט זיין

דייקן » 27/4/2012 05:46

פארוואס זאלסטו נישט גלייבן וואס "דער איד" שרייבט אז אלעס איז שוין מסודר.

SLONIMER » 27/4/2012 19:02

Fwd: FWD: Case name Cong. Machneh Rav Tov and Cong. Yetev Lev D Satmer Inc. Index no 004195/2011 appearance Date 4/30/12 9:45 by Judge James P. Gilpatric

liner1 » 27/4/2012 19:15

געהערט אז זי זאליס האבען ארייוגעגעבען מסירות קעגן די סאטמאר תלמוד תורה אויף ווייט עוועניו. ווי אויך אז זיי גייען אדער האבן שוין אריין געגעבען א מוישען אין געריכט אז די ישיבה גדולה בילדונגס אין קרית יואל באלאנגט פאר זיי

דיןתורה » 27/4/2012 19:24

איך האב געמיינט אז זייערע דיינים קענען דא נישט טרעפן א היתר צו גיין אין קארט?

סקאטמאלען » 27/4/2012 19:32

באקומען דעם טוויט

Satmar Nation ‏ @SatmarNation

שארמאשער » 27/4/2012 19:38

אבי ענק זענען שוין מודה אז ביי די קאונטי זענט עטס פארלוירן, איך שוין ענק פאר די האפענונג וואס ענק לייגן אויף די קארט

סקאטמאלען » 27/4/2012 19:41

שארמאשער הער דיך אויף צו משוגע מאכן,

פליז

בן_אהרן » 27/4/2012 19:44

וואס פעלט אויס די גאנצע קארט סמאטוכע מען קען דאך פארהאנדלען צווישן זיך
מען קען מיט די געלט אויפטון גוטע זאכן
פארוואס דארף מען אויסהאלטן לויערס?