איך האב גערעדט צו ווער עס דארף פארשטיין, די איד פון וועם דו רעדסט טוט שוין רשעות לשיטתכם 46 יאר זינט ער איז געווארן א איידעם אין וויזניץ, איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט דרייסיג, לפי אלטר משה ג"ב טוט ער שוין רשעות 64 יאר זייט די הייליגע נשמה איז אראפגעקומען צום עולם השפל
עס ווערט יעצט 22 יאר פון ל"ג בעומר תש"נ, מיר ווארטן מיט שפאנונג אז די הייליגע ווערטער פון האי גאון וצדיק זאל מקויים ווערן, קוקט אויס אז עס איז נאך לא נתמלא סאתו,
גיי אהן
איינעם שנעלער איינעם לענגער
דער בעסטער ענטפער און באווייז פאר די היינטיגע ארונים
אז עס וועט אבער קומען ענקער צייט! בין לאדין יוכיח וויפל יאר האט עס געדויערט ביז זיין סוף?
עטס זאלטס געדענקען
די וועלט איז נישט הפקר!
מעשה קעמפס:
דאס צער פון טויזענטע קליינע קינדער מיט זייערע עלטערן
וועט נאר פארשנעלערן ענקער מנהיג'ס סוף!
יצחק אבינו האט געליטן פון זיין בן הגדול. חאטש ער האט חתונה געהאט מיט א מיידל פון די סטרא אחרא וואס האט גערעדט שפראכן בדומה צו העברעיש, פון דעסטן דאך האט דער פאטער געשלינגען און געליטן. דער בנו הגדול האט געזאגט אז יקרבו ימי אבל אחי ואהרוג את אחי, מיין יונגער ברודער האט מיך בגזל'ט און כ'וועל עהם אפרוימען פון וועג ח"ו. דער פאטער האט דאס געוויסט און עהם נישט פארשאלטן. נאר אידישע ערליכע קינדער האבן געלךיטן א לאנגע צייט ביז זיי זענען אויפגעראכטן געווארן.
מעשה אבות סימן לבנים.
מיר דארפן מתפלל זיין אז השי"ת זאל העלפן אז מיר זאלן דאס קענען אדורך טראגן און נישט חלילה אינטער ברעכן.
קוק אריין אין ספר ציצית נובל צבי פון דעם צדיק רבי יעקב ששפורט זצ"ל. (הויטע איז זיינע יארצייט).
ער האט געליטן שרעקליכע גיבראטענע רדיפות ווייל ער האט זיך אקייגן גישטעלט דעם רשע ש"ץ ימ"ש. ביז ענדליך נאך יאהרן לאנג איז דער אמת'דיגער פירצוף ארויס געקומען און ערליכע אידן האבן זיך איבערצייגט אז לא אלמן ישראל, והבא לטהר מסייעין אותו.
כ'ווייס נישט וואסערע פרטים לאנצוט געדענקט, מיסטאמע צוליב זקנה פארמישט ער מיט בית רבינו אין תרצ"ט, ווייל בית רבינו אין קרית יואל האבן די ראשי קהילה ר' שלמה מעכיל און ר' משה פר"מ, געגבן במתנה פאר הרבנית הצדיקות,
די פאקט איז א די רבנות אין קר"י האט דער בר"מ געגעבן פאר הר' מ'פאנדשעלוי נאר ווי לאנג ער האט געוואלט, שפעטער האט ער געוואלט א ב ג
אזעלכע טפשות וואס זיבאלע רעדט. ר' שלמה מעכיל און ר' משה פריעדמאן זענען אינגאנצן נישט געווען בעליבתים אויף די פראפערטי'ס, ווייל עס איז געווען אויפן נאמען פון צענטראל קהל יטב לב. דאס איז דיר צו ווייזן אז דו שיסט סתם ווערטער דאמירן בעלמא, צו פארענטפערן די גניבה.
מ'האט עס איר געגעבן אז זי קען דארט וואוינען כ"ז זי לעבט. יעדע ריר מער פון דעם איז גניבה!
עס ציילט זיך שוין די טעג צוום גמר כ"ב שנים פון ל"ג בעומר תש"נ ב"ך בטחו אבותינו, אליך זעקו ונמלטו, די סוף פון יוסף בן מרים איז נאנט, ער איז נאך אינגאנצן 61, ביז די 120 קען נאך אסאך געשעהן,
וואס די "הייליגע ברך משה" האט געזאגט פאר אביגדור איז אנגעקומען, דבר אחד מדבריו לא נפל ארצה,
אויב וועט ער נישט אויפהערן על איך פארווארפן פון ביידע וועלטן, עס פליסט אין מיר די דברי חיים'ס בלוט איך האב דעם כח, מען וועט אים נישט באערדיגן מיט די אייגענע תכרוכים עכל"ק
ווי אויך איז ידוע אז א געוויסע איד "געווען" א עושר אדיר, וואס איז נאך ב"ה דא בעלמא הדין האט זיך גערייצט מיטן ברך משה אז ער וועט סטאפן גיבן געלט פאר די מוסדות הק' האט אים די רבי געענטפערט בזה"ל:
די מוסדות איז נישט מיינס, די געלט איז נישט דיינס, נישט לאנג דערנאך איז ער געווארן יורד ל"ע
כהנה וכהנה זעהט מען עין בעין ווי דבר אחד מדבריו לא נפל ארצה
טשעפען א מרא דאתרא איז זיכער א שפיל מיט פייער אבער אונז זעמער נישט אין הימל צו שטעמפלן די תוצאות דערפון און איז זיכער נישט געמאכט צו ליפטערן אויפן פארק
איך האב געוויסט אז דו קענסט דאס ענטפערן, אבער יצחק רז"ב און דוד הויער האבן נישט געטשעפעט מיט די מרא דאתרא, (זיי זענען צו גרויסע חסידים אז איך זאל זיי חושד זיין) ווי אויך איז עס עולם כמנהגו נוהג, יעדער האט זיין פעקל, איך האב גערעדט פון 3 מענטשן וואס זענען אוועק פלוצלונג אין די וואך פון טשעפען "די מרא דאתרא", וואס ווייזט אז יש דברים בגו
אזוי דיין ענטפער איז עפעס "העכערע" זאכן, וואס איז אינגאנצן שלא מן הענין, וועל איך זיך נישט מתייחס זיין צו די דיבורים, איך וועל בלויז איבערזאגן וואס דא שטייט אינעם בריוו:
דאס הויז פון די רביצין איז נישט איר'ס אויף אייביג. נאר כ"ז זי לעבט. ממילא יעצט ווען די רביצין איז שוין נפטר געווארן איז עס צוריק צום בעלות פון קהל יטב לב קרית יואל, און די מענטשן פון די רביצין ע"ה זענען איינפאכע גנבים.
ס'שטייט קלאר געשריבן "אם ירצו טובי העיר" , הערסט גוט, די דאקמענט (וואס איז אגב געשריבן געווארן לאחר המעשה, נאכדעם וואס משה גבאי? האט געהעצט ) שרייבט קלאר ארויס אז דאס ווענדט זיך נאר אויב די טובי העיר ווילן, למעשה שטעלט זיך ארויס אז די טובי העיר, זינט די לעצטע וואלען זענען א. ר' משה מאנרוער פר"מ ב. ר' שלמה מעכיל ראזנער ג' ר' גרשון פרץ וויינשטאק ד' ר' אליעזר הארפענעס וכו' אלע זה פה אחד איינשטימונג אז דאס זאל בלייבן ביי די יורשים.
נב, די בריוו האט נישט קיין תוקף ווייל דוד עקשטיין האט דאס קלאר אפגעלייקענט אז פאלש אין געריכט תשנ"ד ווען ער האט פארלאנגט אז מ'זאל ארויסטראסקענען הרבנית הצדיקות פון די הויז אויפן גאס