"יום השואה" בחצר הקודש טורטין הופפער
74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2955270
פארגאנגענעם "יום השואה" האט דער רב הצעיר פון טוירטין הופפער אפגעראכטן מיטן פולן ברען און אייפער. הגה"צ ר' חיים הערש בן ר' מענדל טייטלבוים שליט"א האט אנגעפירט מיט די מיליטערישע צערעמאניע און פארט העמילטאן ארמיי באזע. דער רב הצעיר שליט"א איז מכובד געווארן מיטן אנצונדן דעם גרויסן ליכט לזכר די נאספים, און דערנאך צוגעטרעטן צום שטענדער, מיט א הערליכן מגן דוד דערויף, און געהאלטן א פייערדיגע דרשה בעניני הזמן. ער האט דערציילט זכרונות פונדערהיים און פון זיין גרויסן זיידן ר' אהרן טייטלבוים וועלכע האט באצויבערט די פארזאמעלטע.
פארפאלן, כל שהוא ובנו ובן בנו מכאן ואילך תורה מחזרת על אכסניא שלו.
און אז ער האט געצינדן חנוכה ליכט דארט גלייבסטו יא?
קומטסט א מיט א ליגנט, און ווען מ'כאפט דיך דערמיט, ברענגסטו אן אנדערע מעשה.
חנוכה ליכט איז אמת, דאס איז ליגנט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאך אלץ ליגענט?
טאטעלע.
א דאנק פאר'ן ברענגען באווייזן.
יא. עס איז אמת ויציב! אנטשולדיגט פאר'ן זאגן אז ס'איז ליגנט.
טאטעלע,
לאנצוט איז נישט קיין בת היענה. ער האט עס געטאן און איך קען דיר זאגן מיין מיינונג, אז ער האט געטאן א גרויסע עוולה וואס קומט פון זיין פערדישקייט.
די עפל פאלט נישט ווייט פון בוים.
| דאסטערס כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | די עפל פאלט נישט ווייט פון בוים. |
|
דער הייליגער ברך משה זי"ע האט א זון אן אויסווארף (קיינער נישט פון די רבי'ס), וואס מ'האט אויף מרנן געווען רח"ל דאס ארגסטע (מיט נעמען).
וועל איך וועגן דעם זאגן די עפל פאלט נישט ווייט פון בוים?
איך האב נאך אסאך אינעם פעדער פון גאר אסאך הייליגע קדושים וטהורים וועלכע האבן קינדער וועלכע האבן "נישט" געטויגט... און ציה מיך נישט אונטער, ווייל איך וויל נישט רעדן. אבער היסטאריקער ווייסן אסאך צו זאגן. ברמז וועל איך זאגן אז צו איין זון וועלכער האט ליידער נישט געטויגט, איז דער הייליגער פאטער אים געקומען אין חלום און אים געגעבן א "שמייס" מיט א פייערדיגן רוט.
ע"כ תאמין לי ידידי, יש לי רב להשיב.
סארי, נישט געוויסט וועסט עס נעמען אזוי צום הארצן.
דאסטערס. עס איז מיר א פלעזשור.
עס איז דיר נאר א גוטע לעקציע, אז איידער דו דרוקסט "שלח"!, ביטע טראכט פאר איין סעקונדע אז לאנצוט האט געמאכט "האומ-ווארק", ע"כ מאך דו אויך דיין "האומ-ווארק". נאכדעם דרוק "שלח"! מיט אימפעט.
דאסטערס האט געברענגט א ראי' פון די מעשה? די פאקט איז אז דער עפל פאלט נישט ווייט פון בוים
אזוי ווי דער טאטע, אזוי איז דער זוהן
איך האב אסאך געפערליכע מעשה'לעך פון דעם זון פון הייליגן' ברך משה.
דער הייליגער ברך משה זי"ע האט א זון אן אויסווארף (קיינער נישט פון די רבי'ס), וואס מ'האט אויף מרנן געווען רח"ל דאס ארגסטע (מיט נעמען).
וועל איך וועגן דעם זאגן די עפל פאלט נישט ווייט פון בוים?
קענסט זאגן, אבער ס'איז נישט מיט רעכט.
שוידערליך!!! נישטא קיין ווערטער דאס צו באצייכענען
ווען מען זאגט דאס פאר פאר 10 יאר צוריק וואלט נישט געווען קיין איין ארויני העכער 35
עס בלייבט נאר איבערצוחזר'ן די הייליגע ווערטער פון אונזער הייליגן רבי'ן דער ברך משה אז זיין באליבטער זון מרן רבינו שליט"א זאל זיין רב "כדי סאטמאר זאל בלייבן סאטמאר אזוי ווי דער פעטער האט געוואלט"
| ישמאלכץ כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | שוידערליך!!! נישטא קיין ווערטער דאס צו באצייכענען
ווען מען זאגט דאס פאר פאר 10 יאר צוריק וואלט נישט געווען קיין איין ארויני העכער 35
עס בלייבט נאר איבערצוחזר'ן די הייליגע ווערטער פון אונזער הייליגן רבי'ן דער ברך משה אז זיין באליבטער זון מרן רבינו שליט"א זאל זיין רב "כדי סאטמאר זאל בלייבן סאטמאר אזוי ווי דער פעטער האט געוואלט" |
|
איך קען דעם הייליגן זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מהרז"ל. אויב זאגט מען דאס עפעלע פאלט ליידער נישט ווייט פונעם בוים איז זייער ביטער! (ביודעי ומכירי קאמינא).
תוקן על ידי לאנצוט ב- 23/04/2012 23:01:48
לאנצוט איז ממש ארויס פון די כלים, איך מיין ער נאך קיינמאל נישט געשריבן אויף אזא נידריגן אופן, עס זעהט אויס אז ער אליין קען נאך אויך נישט קומען צו זיך פון אזא פארדארבענע ערשיינונג,
לאנצוט, האלט דיך רואיג אויב ווילסטו בלייבן אין די ארונישע קאמפאני זאלסטו וויסן אז עס ווארט דיך נאך אסאך אסאך סופרייזעס, אויב האסטו אמת'ע שייכות מיט די שיטה הקדושה קענסטו זיין זיכער אז דיין פלאץ איז נישט דארט
היום אומר לו עשה כך ומחר עשה כך עד שיאמר לו , לך עבוד עבודה זרה, ר"ל
תוקן על ידי קל_וחומר ב- 23/04/2012 23:50:20
ישמאלכץ:
האסט א גרויסן טעות.
אויב מיין רבי וועט עפעס טאן קעגן די תורה הקדושה, בין איך נישט דארט!
דערווייל "שמעק" איך אז ער איז אויסגעהאלטן אויף יעדן קוץ וקוץ פון די תורה און שו"ע, און דאס איז וואס האלט מיך דא "דערווייל".
נאך א סימן האב איך. איך קוק אז די רבנים וועלכע באקומען נישט קיין פעיראלל פון סאטמאר, ווי למשל הגאון האדיר פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א, וויאזוי קוקט ער אן די זאך, אדער אזא גאון ווי סערדעהאלער רב פון בארא פארק, וועלכער האט גארנישט מיט פאליטיק, גארנישט מיט קיין שום פארטיי, און אזוי ווייטער פאפא'ער דיין, נייטרא'ער דיין פון מאנסי און פון בארא פארק... זיי מאכן מיין באשלוס פעלזן פעסט.
האסטו איין פרעמדער גאון וועלכער באקומט נישט קיין פעיראלל פון אייער קהילה וואס דו קענסט מיר אנצייגן ביטע?
תודה למפרע.
לאנצוט
ישמאלכץ, וואס ברענגסטו יעצט ארויס, אויב די רבי'ס אייניקל האט געטוהן א זאך וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן, איז למפרע אלע שקרים וואס די זאליס בויען דערויף געווארן אויס שקר?
הרב לאנצוט, איך ווייס נישט דעם אמת'ן דעת פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א ווייל ער זאגט קדוש קדוש קדוש פאר יעדן רבי'ן אינקלאדינג בעלז נאך פאר די כלומר'שטע בקשת מחילה, ער גייט באזוכן עובדי' יוסף, ואטוכי רוכלא ליזיל וליחשיב, עכ"פ דער דעת פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א לדעתי העני' באמת, איז נישט מכריע אויף סאטמאר
משא"כ כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א וואס ער וואלט דאך ווען געהאט ענדערש א נגיעה צו די ארונים וואס האבן אים באמת אויפגענומען פאר גאב"ד ירושלים, און דאך האלט ער זיך צו די אמת'ע סאטמאר, דאס זאגט עפעס מער, איך ווייס אז יעצט גייט קומען א אטאקע היתכן מען שרייבט אזוי אויף הגאון בעל שבט הלוי, אבער איך האב נאר געשריבן הנוגע לענינינו בצמצום רב, און אויב ווילט איר וויסן דעם אמת פרעגט אייך נאך
| ישמאלכץ כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | הרב לאנצוט, איך ווייס נישט דעם אמת'ן דעת פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א ווייל ער זאגט קדוש קדוש קדוש פאר יעדן רבי'ן אינקלאדינג בעלז נאך פאר די כלומר'שטע בקשת מחילה, ער גייט באזוכן עובדי' יוסף, ואטוכי רוכלא ליזיל וליחשיב, עכ"פ דער דעת פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א לדעתי העני' באמת, איז נישט מכריע אויף סאטמאר.
קען זיין אז לויט דעם היידפארק שרייבער איז דער גאון הרב וואזנער א שייגעץ, אבער וויפיל איך ווייס האב רביה"ק מסאטמאר זי"ע (בעל דרי יואל) געשיקט צו אים דעם על הגאולה איבערצוקוקן. ממילא, אויב האט דער הייליגער רבי פארשטאנען אז רב וואזנער'ס תורה'דיגע בליק אין קנאות איז ווערד זיך צו רעכענען דערמיט, איז לאנצוט מבטל זיין מיינונג און דעם מיינונג פון אלע פאשקעווילן שרייבער אויף היידפארק.
-
משא"כ כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א וואס ער וואלט דאך ווען געהאט ענדערש א נגיעה צו די ארונים וואס האבן אים באמת אויפגענומען פאר גאב"ד ירושלים, און דאך האלט ער זיך צו די אמת'ע סאטמאר, דאס זאגט עפעס מער, איך ווייס אז יעצט גייט קומען א אטאקע היתכן מען שרייבט אזוי אויף הגאון בעל שבט הלוי, אבער איך האב נאר געשריבן הנוגע לענינינו בצמצום רב, און אויב ווילט איר וויסן דעם אמת פרעגט אייך נאך.
-כ"ק גאב"ד ירושלים כשלעצמו איז זייער חשוב, אבער איך מוז אים קודם ארויסנעמען פון די סיקריקים וועלכע האבן אים פארכאפט. און אויך ווייס איך אז אין אנטווערפן איז ער געווען איינס מיט בעלזא, ממילא איז ער שוין ביי דיר אויך פסול!
|
|
אויב מיינט איר אז כ "ק הגאב "ד שליט "א איז מעריץ באופן אישי אין אדמו "ר מהרז "ל
א שטייגער ווי בעל שבט הלוי אין מהר "א
האט איר א שטיקל טעות
אמת ער איז טאקע נישט אזוי מעריץ נאר אסאך אסאך מער פון דעם ער האט זיך אויסגעדרוקט מורא'דיגע לשונות וואס איך וויל נישט נאכשרייבן ווייל דעמאלט וועלן די ארונים עמטליך אנהויבן צו ווארפן שטיינער
| טאטעלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | און אז ער האט געצינדן חנוכה ליכט דארט גלייבסטו יא? |
|

| ישמאלכץ כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | אמת ער איז טאקע נישט אזוי מעריץ נאר אסאך אסאך מער פון דעם ער האט זיך אויסגעדרוקט מורא'דיגע לשונות וואס איך וויל נישט נאכשרייבן ווייל דעמאלט וועלן די ארונים עמטליך אנהויבן צו ווארפן שטיינער |
|
.
לדעתי קען מען די צוויי אינגאנצן נישט צוגלייכן:
הרב וואזנער איז אביעקטיוו. אומפארטייאיש. נוטראל.
משא"כ דער גאב"ד שליט"א איז אין די פאליטיק, ממילא איז זיין מיינונג אין דעם ספעציפישן פאלעמיק אזוי מאסגעבנד ווי זיין פארגייער הצדה"ק רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א וועלכער איז טאקע א איד א צדיק, אבער ער איז א צד.
| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | ער האט עס געטאן און איך קען דיר זאגן מיין מיינונג, אז ער האט געטאן א גרויסע עוולה וואס קומט פון זיין פערדישקייט. |
|
איך וויל בעהטען דעם עולם נישט צו גיין פערזענליך קעגן
הרב הגאון "המיועד להיות" בן-הבכור-סאטמאר-ארוני-רבי שליט"אער איז גארנישט שולדיג, אז זיין זיידע האט אים אריינגעלייגט אין די בליט אז מ'דארף זיכן צו ווערן א יש תיכף און נישט אויסווארטן.
Btw דאס איז א אמעריקאנע ארמיי באזע?
| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | טאטעלע, לאנצוט איז נישט קיין בת היענה. ער האט עס געטאן און איך קען דיר זאגן מיין מיינונג, אז ער האט געטאן א גרויסע עוולה וואס קומט פון זיין פערדישקייט. |
|
איך קען דיר זאגן אז עס האט גארנישט מיט פערדישקייט עס האט מיט איין זאך, ער האט גע'ירש'נט פון זיין טאטע און זיידע א קאלטקייט פאר די גאנצע שיטה הקדושה, און אויב צוליב סיי וועלכע סיבה איז אים אויסגעקומען אהינצוגיין איז נישט דא קיין שום זאך צוריקצוהאלטן, ווייל ציונות איז (ליידער לשיטתו שקיבל מאבותיו) נישט קיין פראבלעם
ס'איז דא ארונים וואס רופן אים שוין יעצט מיט עהרעפורכט: "סאטמאר רבי", ווייל זיי קענען שוין קוים אויסווארטן די טאג ווען די ארמיי רבי וועט זיין
די סאטמאר רבי אויף גאנץ סאטמאר-אהרן
-לויט די ארונים'ס שיטה אז מ'נעמט אייביג די עלטסטן, און מ'גיבט פאר'ן יונגערן ברודער גארנישט
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 24/04/2012 00:21:42
פון וועמען האט ער דאס גע'ירש'נט?[בילד – נישט אפגעהיט]
געוואַלד!
די סיבה פארוואס אהרן שלאגט זיך מיט הגה"ק מסקולען
און הגאון האדיר רבי מתתיהו סאלאמאן, און לאזט נישט גיין צו סיטיפיעלד, איז נאר ווייל מ'וועט "אפשר" דארט נכשל ווערן און ''הערן" א ווארט ענגליש!
און "אפשר" זיצן פונקט נעבן א יוד וואס האט "אפשר" אינדערהיים א מגן דוד!
און דא גייט זיין אייניקל ברשותו, און רעדט "מיט" א "וודאי" מגן דוד, און אויף די "ענגליש" שפראך! ש ר ע ק ל י ך! רבי אהרן ווי זענט איר? איר לערנט מיתוך??
[בילד – נישט אפגעהיט]
ו ו א ס ט ו ט ז י ך מ י ט ' ן ה י י ל י ג ן ח ת '' ם ס ו פ ר
וואס רעבארן האט געשיקט פאר סקולענע רבי???
הא לן והא להו מיט אלע מפרשים און טראפן![בילד – נישט אפגעהיט]
פשששששששששש WOW יעצט אז לאנצוט האט געברענגט דעם בילד מען שוין טאקע גיין זאגן א יום השואה דרשה
גראדע, דער דרשן רירט זיך נישט אן פרעגן זיין זיידן, און ער האט זיכער געפרעגט זיין זיידע אויף דעם, און אויב איז ער דארט געווען איז דאס זיכער געווען מיט די פולסטע רשות, (ווער געדענקט נאך די רשות צעטלעך?)
אין סאטמאר איז ציונות די ארגסט'ע פון אלעם, פינטל.
יעצט דאס וואס דער יונגאטש האט געטוהן, נישט קיין חילוק צו ס'איז א פערדישקייט צו נישט
ווייזט איין זאך: איך האב גארנישט מיט רבינו הק' זי"ע ושיטתו הק', און דאס ארגער פון אלעס אנדערש
און ס'איז זיכער אז דאס קומט פון די קאלטקייט אין די שיטה הק' וואס הערשט ביי זיין טאטע און זיין זיידע,
(יעצט קום נישט מיט קיין ליצנות אז אסאך רבי'ס האבן געהאט קינדער וואס זענען אראפ מדרך הישר, ווייל טוען אן עוולה אלגעמיין קעגן די תורה איז איין זאך (ווי למשל זיצן אויף אינטרנט וכדו' עי' התמונה דלמעלה), אבער טוען אן עוולה און ווייזן קלאר אז איך האב גארנישט מיט "מיין עלטער פעטער'ס דרך" ווייזט קלאר און דייטלעך אז ס'האט זיך נישט אנגעהויבן ביי אים נאר זיין טאטע און זיידע האלטן אויך ביי דעם, והא ראי' מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו
פינטל. פינטל. פינטל.
אוי... איך בין דערשראקן פון די ריזיגע רויטע אותיות.
אגב, ווער שלאגט זיך מיט וועמען?
אויב מ'גייט נישט צו אן אסיפה צוליב א פראבלעם מיט ענגליש, הייסט זיך שלאגן.
און איך בין זיכער אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל וועט אויך נישט גיין. וועסטו דעמאלט אויך זאגן אז ער קעמפט קעגן סקולענער רבי שליט"א?
וואס איז נייעס!?
ווי בין איך?!
הייסע ווארע!
לויט שיטת בעל לב אהרן (עיין ערך פרשת סיטיפילד, נגד הגה"ק סקולען והמשגיח, ועוד גדולים שנת תשע"ב לפ"ק)
האט די "צוקונפטיגע סאטמאר רבי", געטרעטן אויפ'ן חת"ם סופר'ס פסק און אויף'ן קדושת יו"ט.
תוקן על ידי סטראבערי ב- 24/04/2012 00:43:16
מיט'ן רעדן אויף די ענגליש שפראך
| הנגיד_רבי כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | געוואַלד! די סיבה פארוואס אהרן שלאגט זיך מיט הגה"ק מסקולען און הגאון האדיר רבי מתתיהו סאלאמאן, און לאזט נישט גיין צו סיטיפיעלד, איז נאר ווייל מ'וועט "אפשר" דארט נכשל ווערן און ''הערן" א ווארט ענגליש! און "אפשר" זיצן פונקט נעבן א יוד וואס האט "אפשר" אינדערהיים א מגן דוד!
און דא גייט זיין אייניקל ברשותו, און רעדט "מיט" א "וודאי" מגן דוד, און אויף די "ענגליש" שפראך! ש ר ע ק ל י ך! רבי אהרן ווי זענט איר? איר לערנט מיתוך??
[בילד – נישט אפגעהיט]
|
|
וויאזוי ווייסטו אז ער האט געזאגט די דרשה אויף ענגליש?
ביטע מכובד צו ענטפערן וואס דו האסט פריער געשריבן, נאר אויב דו קענסט פארשטייצעך:
אגב, ווער שלאגט זיך מיט וועמען?
אויב מ'גייט נישט צו אן אסיפה צוליב א פראבלעם מיט ענגליש, הייסט זיך שלאגן.
און איך בין זיכער אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל וועט אויך נישט גיין. וועסטו דעמאלט אויך זאגן אז ער קעמפט קעגן סקולענער רבי שליט"א?
פארדריי נישט די אשכול ביטע.
די אלע קשיות קענסטו פרעגן אינ'ם אשכול איבער אהרנ'ס מלחמה מיט "כינוס כלל ישראל".
דא רעדט מען איבער די בן הבכור סאטמאר רבי'ס ענגלישע דרשה מיט'ן מגן דוד.
הנגיד, דאס האסטו פריער געשריבן.
חוץ אז דו ציסט צוריק דערפון. ביסט אויך בארעכטיגט.
אגב די זעלבע מגן דוד זעט מען דא.
און איך בין נייגעריג צי נאר אויף די שטענדער מעג נישט זיין, אבער אויבן יא.
אדער איז דאס אויך אין כלל פון "הא לן והא להו"?
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויסצוגן פון די דברות קודש
Rabbi Ch. Hersh Teitelbaum: ''Even as all other countries turned their backs, including Germany, when Israel was facing a similar Holocaust of its own in 1974, the United States of America was there and always has been, and there is no greater country than America,'' he said. ''And Israel and Jews around the world, know that when push comes to shove, America will always be there.''
לאנצוט'ל, איך אין דיין פלאץ וואלט איינגענומען א שווייגעניש, פארקלאפט ביידע הענט און געזאגט יא ער איז א משוגענער און איך קען נישט נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר זיינע מעשים. אנשטאט דעם מאכסטו דעם זומפ נאך טיעפער, פארענטפערסט מיט א מיליאן תירוצים אז ס'נישט אזוי געפערליך ווייל הרב וואזנער זאגט ר' אהרן איז א קדוש. גיי ווייס, אפשר טייפסטו נאר תגובות צו ענדיגן דיין טעגליכן קוואט פון כך וכך אותיות וואס דו דארפסט אפטייפן אויף הייד פארק צו באקומען באצאלט.
געלעכטער:
איך פארענטפער נישט קיין פערד !
אבער קום מיר נישט מיט קנאות. איינער וועלכער רעדט אין א שול מיט א מגן דוד און איז אריין אין ציוניסטישן קאורט, האט זירא קרעדיביליטי.
פארקויף מיר נישט די הייליגע ויואל משה, וועט אייער קאמפאני האלט עס פאר א דזשאוק.
פליז געב מיר א ברעיק.
| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אגב די זעלבע מגן דוד זעט מען דא. און איך בין נייגעריג צי נאר אויף די שטענדער מעג נישט זיין, אבער אויבן יא.
אדער איז דאס אויך אין כלל פון "הא לן והא להו"?
[בילד – נישט אפגעהיט] |
|
דער חילוק איז וואס מ'זאגט ביים שטענדער. ליין איבער די הייליגע ווערטער פון חיים הערש: Rabbi Ch. Hersh Teitelbaum: ''Even as all other countries turned their backs, including Germany, when Israel was facing a similar Holocaust of its own in 1974, the United States of America was there and always has been, and there is no greater country than America,'' he said. ''And Israel and Jews around the world, know that when push comes to shove, America will always be there.''
אקעי.
די מגן דוד איז מותר !
WOW.
א מחיה צו רעדן מיט ענק! אלעס ווערט מותר פאר די פארשטימלטע פארטיי !
לאנצוט האט נישט קיין פראבלעם צו פארדאמען די מעשה נבלה וואס חיים הערש האט געטאן.
אבער אלע אנשי רז"ל האבן יא פראבלעם.
ווייל די תורה הקדושה איז נישט ווערד כקליפת השום צו די פארשימלטע פארטיי!
איינער האט דא געזען זאגן אז א מגן דוד איז מותר?
לאנצוט'ל, גיי אן, האלט דעם אשכול אויפן אויבנאן, עס ברענגט שטארק כבוד פאר דיין רבי'ן און רב.
געלעכטער.
יא, דו האסט שוין שיין מחפה געווען אויף די מגן דוד. ביטע קוק דיין תגובה פון פריער.
נאכאמאל, איך ווער נישט אזוי צעטרייסעלט אז דער אייניקל פון מיין רבי איז א פערד. דער זון פון מיין אלטן רבי'ן האט ליידער א נאמען אין גאס אלס איינער וואס האט רח"ל עובר געווען אויף די הארבסטע עבירות, והדברים ידועים.
איך דאנק דעם באשעפער אז ער געפינט זיך ביי אייך אצינד ! ביטע עסט עס און זעטיגט זיך דערמיט.