היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » תורה'דיגע שטעלונג איבער כינוס כללי מכ"ק אדמו"ר מסאטמאר

תורה'דיגע שטעלונג איבער כינוס כללי מכ"ק אדמו"ר מסאטמאר

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2955245

לאנצוט » 23/4/2012 18:32

תורה'דיגע שטעלונג איבער כינוס כללי מכ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

ממקור מוסמך איז מיר דערגאנגען אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געשיקט שליחים  צו כ"ק אדמו"ר מקולען שליט"א ובניו הרהגה"צ שליט"א, און איבערגעגעבן חו"ד איבער דעם כינוס כללי, פארוואס ער וועט זיך נישט קענען משתתף זיין דארט.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אנגעוויזן עטליכע דאקומענטן פון אלטע קול קורא'ס אונטערגעשריבן דורך מרן רבותיה"ק בעל יטב לב ובנו בעל קדושת יום טוב זי"ע אז מ'טאר נישט קיין צו קיין שום אסיפה ווי מ'רעדט אויף לע"ז, און אויב איינער רעדט אויף לע"ז מוז מען ארויסגיין פון דארט און מ'טאר עס נישט הערן.

אזוי אויך האט סאטמארער רבי אנגעוויזן מערערע ערטער ווי דער הייליגער חת"ס זי"ע שרייבט זייער שארף קעגן דאס רעדן מוסר אדער התחזקות בלע"ז, און דאס זעלבע אינעם ספה"ק דברי יחזקאל.

ספעציעל האט דער רבי שליט"א אנגעוויזן דעם בספה"ק תורת משה ווי דער חת"ס שרייבט אז אפילו מ'זאגט מוסר און הייליגע דיבורים אויף ענגליש, וועט עס נישט אויפטאן און עס וועט נישט מעורר זיין צו תשובה, ולא יכנס בלב השומעים, אפילו כוונתו לשם שמים. עיי"ש דברים נוראים.

[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער עס קען ביטע ברענגען די קול קורא ווי דער יט"ל ובנו הקדושת יום טוב זי"ע זענען אונטערגעשריבן זאל עס ביטע ארויפשטעלן, לתועלת כולם.

סקאטמאלען » 23/4/2012 18:50

איז אמת דאס אז ער האט געזאגט אז ער איז מוכן צו געבן זיין חתימה און אפי' אפשרייבן א מכתב חיזוק פאר די באוועגונג נאר ער פערזענליך קען נישט ערשיינען,

וויכטיג צו וויסן דער פרט,

ווייל עס זענען פארהאן געוויסע דוברי עתק אז ר' אהרן איז קעגן די גאנצע כינוס בכלליות, וואס גלייבט זיך שווער,

ריזקאליש » 23/4/2012 18:58

איך האב גהערט א שמועה (נישט קראנט)
אז רבינו שליט"א האלט, אז פון אונזער עולם דארף ער פאדערן מער,
פון וואס מפאדערט ביי די כינוס הכללי
דהיינו ארויסנעמען אינגאנצן דעם קומפיוטער פון שטוב
קען עס איינער באשטעטיגן אדער לייקענען?

רבי_יונה » 23/4/2012 19:01


עס איז נאכנישט ענדגילטיג. אמת רבינו שליט''א האט געשטעלט שטארקע תורה'דיגע תנאים אבער די ארגאניזירער זענען דן בכובד ראש וואס מען קען נאך טוהן אז סאטמאר עפ''י תורה זאל זיך יא קענען באטייליגען

הולך_לבגץ » 23/4/2012 19:07


לאנצהוט, ס'איז דא אויך א תשובה אין דברי חיים סימן י"ב וואס ער שרייבט גאר שארף וועגן דעם נושא.

און רביה"ק זי"ע בעל דברי יואל אין שו"ת דברי יואל ברענג די תשובה און שרייבט אז בימינו איז דאס אויך שייך, און טאמער איז מען ביי א מסיבה ווי א דרשן רעדט בלשון עכו"ם מיז מען ארויס גיין פון דארט.

לאמיר האפן אז די מהרסים בשם הרביזעכרונברכא וועלן גוט דורך לערנען די שו"ת דברי יואל. און זיך נישט לאזן פון דעם דיין פון מאנטריאל, וואס משום כמה סיבות לייגט ער דרוק יא צו גיין אפילו מע וועט רעדן בלשון עכו"ם.

רבי_יונה » 23/4/2012 19:09

עס איז נאר צום האפן אז ''סאטמאר על פי פאליטיק'' וועט זיך דאסמאל יא צושטעלן צו די הייליגע תורה און מחליט זיין לפי דעת תורתינו הקדושה און נישט על פי פאליטיק

רבי_יונה » 23/4/2012 19:13


הרמ''מ טירנויער פון מאנטרעאל האט לחץ פון הגה''צ ר' ישעי' יענקעלע שליט''א , נארוואס אהיימגעקומען קיין מאנטרעאל ,  וואס בתורת כיבוד אב פרובירט ער משכנע צו זיין דעם צד הזאלונים יא צוגיין צום כינוס כלל ישראל אדער חצי כלל ישראל

סקאטמאלען » 23/4/2012 19:19

די מציאות איז אז הייליגע און געהויבענע אידן ווי ר' אביגדור מיללער זצ"ל וכדו' פלעגן שטענדיג רעדן און שרייבן אויף ענגליש זיינע טיפזיניגע דברי מוסר ויראת שמים, היורד לחדרי בטן

דעריבער איז עס בימינו נישט קיין זאך וואס נישט די סאטמאר רבי זצ"ל און נישט שפעטער זאלן האבן אמאל חלילה ארויס מיט א מלחמה קעגן דעם, יעדער פארשטייט דאס,

נאר וואס דען, מיר קנאישע טיפ אידן האלטן זיך נאך יא צו די שלא שינו לשונם, איז עס פשוט א פרינציפ און א בחינה פון אל תטוש תורת אמך,

דייקן » 23/4/2012 19:35

ביי פראטעסטן וואו מ'אדרעסירט דעם מעמד אויפן ענגלישן שפראך איז אויך נוגע דער כלל?

רבי_יונה » 23/4/2012 19:38


ביי די פראטעסטן רעדט מען עטליכע מינוט פאר די נישט אידישע מידיא, אבער מען זאגט דארטן נישט קיין מוסר פאר אידן אין די ענגלישע רעדע

FiveBoro » 23/4/2012 19:41

יונה, כהאב יעצט גערעדט צו ישעי' יענקעלע, ער זאגט אז משהלע גרין האט אים געבעטן אז ער זאל איבעררעדן מתתיהו סאלאמאן צו ווערן ווארים, און די גאנצע כינוס איז אויפגעקומען נאכדעם וואס דער סטעמפ-לעקער האט געזאגט פאר דעם ווינעם קאץ אז ער זאל רעדן א דרשה און אנווארימען דעם עולם, און זעהן אז לייבישל ט"ב זאל אויך האלטן דערפון, כדי אויך הילי וויינבערגער זאל זיך צושטעלן, און ער וועט שוין מיטנעמען זלמן לייב פיפל. אויך זאגן די חברה אז העשי ביק וויל דערווייל נישט זאגן זיין מיינונג ביז שמעי'לע גרינבוים וועט (זייטס ממשיך)

פארוואס זאג איך דאס? ווייל איינער וועט נאך מיינען אז דו פארטרעט'סט איינעם'ס מיינונג.

געלעכטער » 23/4/2012 19:57

און וואס האלט פייוו בארא?

רבי_יונה » 23/4/2012 20:01


להוי ידוע ובתורת מסירת מודעה לכל קוראי היידפארק

יעדער שרייבט דא על דעת עצמו, און אויב איז ער פארהייראט , ניטאמאל על דעת אשתו

FiveBoro » 23/4/2012 20:05

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און וואס האלט פייוו בארא?

אין וועלכע נושא?

האורח » 23/4/2012 20:12

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די מציאות איז אז הייליגע און געהויבענע אידן ווי ר' אביגדור מיללער זצ"ל וכדו' פלעגן שטענדיג רעדן און שרייבן אויף ענגליש זיינע טיפזיניגע דברי מוסר ויראת שמים, היורד לחדרי בטן

דעריבער איז עס בימינו נישט קיין זאך וואס נישט די סאטמאר רבי זצ"ל און נישט שפעטער זאלן האבן אמאל חלילה ארויס מיט א מלחמה קעגן דעם, יעדער פארשטייט דאס,

נאר וואס דען, מיר קנאישע טיפ אידן האלטן זיך נאך יא צו די שלא שינו לשונם, איז עס פשוט א פרינציפ און א בחינה פון אל תטוש תורת אמך,

ר' אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט ביי זיינע אייגנע דרשות זאגן צומאל אז באמת איז דאס רעדן אין ענגליש וואס ער טוט יעצט נישט אויסגעהאלטן, נאר ער האט קיין ברירה לפי המצב.

לאידך גיסא, אין געוויסע פלעצער איז משמע אז די קפידא איז געוועהן מער ביי דרשות אין ביהמ"ד ווי ביי אסיפות אדער מסיבות.

דיןתורה » 23/4/2012 20:15

אויב די ענגלישע רעדנער וועט נישט זיין איינער וואס וועט זאגען מוסר אדער דברי תורה?

איך גלייב אז זיי וועלן ווי יעדע אזא אסיפה אויך אויפשטעלן א טעקנישאן צו אדרעסירן דעם כינוס, אויב וועט עס זיין אין ענגליש איז דאן אויך א פראבלעם?

רבי_יונה » 23/4/2012 20:16


אי''ה יעדער רב, רבי , ראש ישיבה אד''ג וועט מחליט זיין וויאזוי עדת צאן מרעיתו ושומעי לקחו זאל זיך פירן

סטראבערי » 24/4/2012 04:36

א חבר האט מיר אויפמערקזאמ געמאכט
פאריאר ביי די חוה"מ דרשה האט ר' אהרן געפילט פאר וויכטיג צו פאר זיינע פארטייאישע אינטערעסן (דאן איז אים געגאנגען בנפשו צו ווייזן אז לאנג איילענד ווייץ איז א פראבלעם) צו אויסרופן מיט פאטאס און מתיר זיין טאקע דער ברענעדיגע כלי אויף וואס מ'איז יעצט לוחם!
"סאיז דא היינט א כלי, יעדער קען עס זעהן אז ס'האט גערעגנט...."

און דא קען ער נישט ליידן א ביסל ענגליש, פאר תורה'דיגע אינטערעסן.....

רבי_יונה » 24/4/2012 16:35

אי''ה יעדער רב, רבי , ראש ישיבה אד''ג וועט מחליט זיין וויאזוי עדת צאן מרעיתו ושומעי לקחו זאל זיך פירן

סטראבערי » 24/4/2012 19:37

דאס שרייבט איינער:

מהר"א'ס מיינונג, דערמאנט מיר פון איינעם:

אמר הקב"ה לירבעם (אחר) חזור בך, ואני ואתה ובן ישי נצעד ביחד בגן עדן! 

שאל ירבעם: מי בראש? 
אמר הקב"ה: בן ישי, אמר ירבעם להקב"ה: "אם כן איני רוצה"!

 א שרעק ער האט געהאט די ברירה צו שפאצירן מיט כביכול אין גן עדן, האט ער אבער געוואלט וויסן מי בראש!


-מפרשים זאגן שוין, אז ווען נישט וואס ער פרעגט 'מי בראש' וואלט ער אפשר טאקע געווען בראש פון דעם וואס מ'זעהט די לשון 

''אני ואתה, און הערשט נאדעם בן ישי," אבער פאר'ן פרעגן אליין האט ער שוין פארלוירן די ערשטע פלאץ, און עווענטועל די גאנצע 

זאך!

זעה מיר די פאוער פון "מי בראש"! 

(צו גיין צום בעלזער, און מצער זיין אפי' זיינע אייגענע מענטשן די וואס זענען נאך תלמידים פון'ם רבי'ן, האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם, אפי' ער האט 'גארנישט' אויפגעטוען =ווייל דארט איז ער בראש, אבער דא צו אויפטוען האט ער פלוצים א פראבלעם מיט פרעמדע.) 
ווייל מי בראש!? קוועטשט אים! 
*
און אויב איך מעג צולייגן,
דארט האט פארשטאנען אז אויב עס וועט אים ברענגען דאס ביסעלע אטטענשאן, האט ער זיך העכטענס מבזה געווען, און זיך אויפגעשטעלט פאר די בחורים אין ישיבה, און מסביר געווען א חילוק פון גיין צו בעלזא ביז בּלאַ בלאַ וכו' 

און דא קען ער אויך טוען די זעלבע זאך אויב ממש דאס קוועטשט אים, מסביר זיין אז דא האמיר א פאראייניגטע שונא, און פאר דעם קענען מיר צוזאמען אויב דאס וועט אויפטיען א ביסל האט זיך שוין געלוינט... 


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/04/2012 07:07:02

סטראבערי » 24/4/2012 19:40

האמיר שוין אזוי
ענגליש - האט ער אן אייניקל וואס האלט ענגלישע דרשות פאר די ארמיי יודן
פרעמדע דעות - האט ער נישט געהאט די פראבלעם ביי בעלזא, און פלוצים דא איז דאס א בעיא
כלי - האט ער מתיר געווען פאריאר חוה"מ פסח פאר ווען מ'דארף עס פאר פאליטיק
וואס נאך?

FiveBoro » 24/4/2012 19:43

פארפאלן, אז מען לערנט קנאות ביי מנשה פילעפף איז אסאך מאל שווער צו פארשטיין א גראד שטיקל הלכות קנאות.

ב"ה מיר זענען פון אן אנדערן טייג געקנאטן, און אונזער מח איז נישט אזוי איינגעשרונקען.

סטראבערי » 24/4/2012 19:44

און דאס הייסט נאך געענטפערט.

FiveBoro » 24/4/2012 19:53

במחילה מכבודך, איך בין גרייט צו ענטפערן אויב דו וועסט פרעגן.

ביזדערווייל האסטו צוזאמענגעווארפן א טשולנט פון אייגן פארבריצירטע מיינונגען אין נאמען פון סאטמאר רבין שליט"א, ביז אייגן פארבריצירטע גזירה שוה'ס וקל וחומר דאורייתא'ס.

גרוינים » 24/4/2012 23:42


עס איז גראדע א וואונדער אויף די זאלישע עסקנים ווי יצחק שטערן פרעג איך א א הארבע קשיא (ווען דאס איז די איינציגסטע קשיא אויף זיי בין איך ווען א זאלי... אבער פארט א קשיא)
אויב טאר מען נישט טרעפן א שוואגער אין א פריוואטן באזוך אין א וויזיט וואס האט נישט מיט אידישקיט ענינים בלויז א משפחה וויזיט און טראץ וואס ער קניט אראפ צו רבינו הקדוש און בעהט איבער בחרפה ובדרעון עולם
אלעס ווייל אין "אידישקייט" איז זיין השקפה אנדערש ווי אונזער
טא ווי קענען די זאלי פירערס רופן זייער ציבור אונטער איין דאך זיך טרעפן און צוזאמענשטעלן און אנקניפן א קשר אין "אידישקייט" בעניני גדרים וסייגים מיט אידן פון מאנהעטן און פילידעפיע און פייוו טאונס ביי וועם חילול שבת איז פון דו כמעט איינציגסטע זאכן מיט וואס זייער אידישקייט באדייט מרעדט דא נישט פון ציונים וואס קען מיינען פרומע נאר מרעדט שוואכע שוואכע (נישט אוועקצומאכן דער גרויסער ערליכער ציבור חלילה אבער פארט וועט זיין א א מישמאש פון די אלע שוואכע)
איז אזוי מילא אז די ארונים זאלן ווען גיין קען מען פארשטיין דאס וועט שוין דער מנהיג ישראל מחליט זיין צו דאס גיין צו יענעם מיינט ווערן איינס מיט יענעם צי נישט
אבער די זאליס ביי וועם באזוכן פערזענדליך און פריוואט א שוואגער און א איד וואס פירט א עדה ערליכע אידן און איז ליידער פארפארן בהשקפה זייער טיף איז די פריוואטע באזוך ממש ווי ווערן יענער אליינס עד כדי כך אז אפילו מחאות און פאשקעווילן דארפן פליען אין אלע גאסן ערגער ווי א איסור דאורייתא טא מה נשתנה הלילה הזה??
איז טאקע בלויז פאליטיק דער שליסל צו אלעם און ווען סוועט אויסקומען בעסער וועט מען מאכן א ריזן הא לן והא להו??



תוקן על ידי גרוינים ב- 24/04/2012 23:51:30