היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איז חילול שבת מותר פאר רח"צ'ס דרשה????

איז חילול שבת מותר פאר רח"צ'ס דרשה????

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2955113

פינחס_יואל » 23/4/2012 00:33

[בילד – נישט אפגעהיט]

מאירשלום » 23/4/2012 07:14

אויף טוויטער קען מען אנשטעלן צו שיקען א מעסידש א שפעטערע צייט

פינחס_יואל » 23/4/2012 23:21

אלא מאי פיר אויס? האט ער פרייטיג נאכמיטאג אנגעשטעלט די מעסעדזש אז 12 מינוט נאך 7 וועט ר' חיימ'ל אריינקומען צו פרק? פארוועם פונקלעך האט ער דאס געשיקט ?

מאירשלום » 24/4/2012 21:25

גראדע האט ער היינט געשריבן וועלקום. צו אמעריקא. קען זיין ער איז געווען אין אירופא אדער אין ארץ ישראל און עס ארויסגעשיקט מוצאי שבת

לאנצוט » 24/4/2012 21:44

מאירשלום.

האלסט טאקע די לייענער דא פאר אזעלכע קעלבלעך.
ער האט געמאט א טעות און שוין. ווען משיח וועט קומען וועט ער ברענגען א חטאת שמינה, אויב ס'איז געווען בשוגג.

איציק_מיכל » 24/4/2012 21:54

  עס איז א חיוב מן התורה דן צו זיין לכף זכות


לאנצוט » 24/4/2012 23:15

איציק_מיכל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
  עס איז א חיוב מן התורה דן צו זיין לכף זכות




איך האב דעם געזאגט חלילה אז ער איז געווען א מזיד?
למעשה האט זיין אקאונט "מיסטעריעז" געשיקט א מעסעדזש אום שבת קודש.

קומט דא איין קאפשטיק און זאגט ניין: טווייטער שיקט אליינס פון פאראויס. (א נייע זאך דאכצעך).
קומט א צווייטער קאפשטיק, אלעס צו פארענטפערן דעם הייליגן טוויטער פון די יושנה קאמפאני, און זאגט ניין: ער איז אין ארץ ישראל...

די הבלים קויף איך נישט. און איך בין דן לכף זכות אז ס'איז געווען "שגגה יצא מפי הראדנישפטיפער'ס הטוויטער".

מאירשלום » 25/4/2012 06:25

אינמיטען פסח האט ער אויכעט געשיקט, לאנצוט עס איז טאקע א נייע זאך אז די קענסט אנשטעלן טוויטער ארויסצושיקען א מעסידש א שפעטערע צייט

שמייכל » 25/4/2012 17:57

מאירשלום כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אינמיטען פסח האט ער אויכעט געשיקט, לאנצוט עס איז טאקע א נייע זאך אז די קענסט אנשטעלן טוויטער ארויסצושיקען א מעסידש א שפעטערע צייט

הייסט עס אינמיטן יו''ט האט ער אויך מחלל געווען?
אבער איין מינוט נניח ער האט דאס אנגעשטעלט, פאר וועם שיקט ער עס אינמיטן יו''ט?
ווער דארף אזוי נייטיג וויסן אינמיטן שבת קודש אז רח''צ איז שוין אריינגעקומען?
אויב איז נישט דא קיין שבת קוקערס דעמאלס פארוואס שיקן בעצם יום השבת מען קען שיקן בעפאר אדער נאך.
אתמהה??

שארמאשער » 25/4/2012 19:11

אין אז איין טוויטער גרופ איז א מחלל שבת ווערט עטס שוין אזוי פרייליך? עס קען זיך מאכען ביי די שענסטע קהילות

קראך_היט » 25/4/2012 19:56

די גאנצע טוויט אומר דרשוני,

אפי' את"ל אז ער איז און אר"י,

קודם ער זיצט און אר"י, ווי ווייסט ער ווען רח"צ איז אריינגעקומען און ניו יארק?

והעיקר,
צו וועם פאר א גוט יאר טוויט ער שבת נאכמיטאג?

עס מוז זיין אז ער האט פאלאוערס, חסידישע מחללי שבתים, וואס טשעקן די טוויטס אום שבת און קומען צו א פרק שיעור הערן דברי מוסר נאכן מחלל שבת זיין?