בראשית, וויל איך אייך באדאנקען פארן אהער שטעלן אזעליכע שיינע אויסגאבען פאר די לעצטע שיינע פאר יארן, כולן שוה לטובה.
ווי יעדער מענטש מיט אויגן זעט וואס ס'איז דא פארגעגאנגען, סאיז געווען דא אין די היימישע געשעפטען די טמא'נה מאגעזין ''עמי'' וואס מ'האט ליידער געפיטערט אונזער קינדער מיט די ערגסטע השכלה און שמוץ ואין פוצה פה ווייל ער פלעגט צו לייגען די פיקטשערס אויפן דעקעל. וד''ל , איינמאל ער האט זיך פארזינדיקט, ואכמ''ל, האט מען דאס ארויסגעווארפען פון די געשעפטן (וואס יעדר האט הנאה געהאט).
למעשה האבן די (יעדער קען זיי אנרופען ווי ער וויל) אפגעמאכט אז מ'גייט ארויסווארפען אלע 'מאגעזינען' אומר ועושה האבן זיי ארויסגעגבען א איסור אויף שטערן/שפאקטיוו און 'דער בליץ', למעשה האט דאס צוריק געפייערט האבן זיי ארויסגענומען 'דער בליץ' און מ'איז ארויסגעקומען מיט א מלחמת חרמה אקעגען דער שטערן/שפאקטיוו.
איצט איז מיין ווענדונג ''שטערן/שפאקטיוו'', אזוי ווי איך בין געווען לעצטע דאנערשטיג ביים דרשה אין קאנטינענטעל און מיין זונ'ס מנהל האט גערעדט זייער שארף דערקעגען, אויך האט ער גערעדט אין חדר דערפון, זעע איך נישט ווי אזוי איך קען דאס נאך קויפען אפילו מיט די אלע אייערע בראשורס....
דארפאר טוען מיר אייך בעטען אפשר דאך טרייט איר נאכאמאל פארהאנדלען מיט די מנהלים. ווייל למעשה איז דא א מיטל וועג אז מ'זאל באשרייבען אן ענין אבער ס'זאל נישט צוגיין מיטן אריינגיין אינם קאפ פונעם גוי. (ווי למשל די חודש איז געווען באשריבען וועגן א 'צאנאמי' וואס איז געווען זייער אינטערסאנט, ווייסט איין באשעפער פארוואס מ'דארף פונקטליך וויסען וואס דער 'גוי' האט געטראכט וועגן זיין ווייב, מאמע, און שוויגער. צו ווען מ'באשרייבט וועגן ארויפגיין צו 'אנטארטיקע' וואס דארף מען וויסען יעדעס נאמען פון יעדעס גוי און וואס ער האט ליב געהאט...