היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בית שמש: פאר יאר גארנישט - היי יאר 3 סעודות

בית שמש: פאר יאר גארנישט - היי יאר 3 סעודות

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2955092

פאפיטעס » 22/4/2012 22:03

אן אינטערסאנטע זאך איז פארגעקומען אין בית שמש היי יאר, אזוי ווי קהלתינו הק' האט געפענט דער הערליכער כולל דברי יואל, און התאחדות אברכים, האט מען היי יאר ארויסגעלייגט א מודעה אז מען גייט צום ערשטן מאל פראווענען א סעודה הילולא פאר מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע אין בית שמש, וואס ביז היי יאר האט מען עס נישט געקענט מאכן ווייל די הנהלה פון רמ"א האט נישט געלאזט מאכן א סעודה פאר מרן בעל ברך משה.

אזוי ווי קהלתינו הק' האט עס געמאלדן, האבן די זאליס אויך געמאלדן אז זיי מאכן אויך א סעודה לעילוי נשמתו, נעמנט נישט קיין פאר טאג, מוסדת רמ"א מעלדט צום ערשטן מאל ...! אז זיי מאכן אויך א סעודה פאר מרן בעל ברך משה!

ווער האט זיך דאס געגלייבט אז דאס וועט אמאל פאסירען! דאס איז גענוי ווי איינער וועט זאגן אז אין בני יואל איז געווען א סעודה פארן ברך משה.

למעשה האט מוסדת רמ"א געמאכט די סעודה נאכמיטאג, און קהלתינו הק' און די זאליס האבן עס געמאכט ביינאכט.

ביי די סעודה פון קהלתינו הק' איז געווען 50 אידן מאנשי שלומינו תושבי בית שמש, און עס איז געווען א געוואלדיגער הערליכער מעמד.

דא אפאר בילדער פונעם סעודת הילולא


 
 
 

פאפיטעס » 22/4/2012 22:04

 

פאפיטעס » 22/4/2012 22:08

די מענטשן פון רבי יושע ראזענבערגער האבן געלייגט די וועלטס פרעשור אז מען זאל אים ריפען זאגן א פתיחה אינעם כולל, ולמען השלום האט מען אים געריפען, כאטשיג וואס עד היום האט נאך נישט ר' יושע מוחה געווען אויף די געמיינע עולה וואס ער האט געטאן, ווען ער איז געזיצען ביי די זאלי מושב ליצים אין פרדס פייגא, פאר מוסדת טאלער אין בני ברק, און ווי דער העצער און בעקער נפתלי בלומענפעלד האט געהאלטן א געמיינע העץ דרשה קעגן רבינו שליט"א מיט די ארגסטע לשונות.

 

געלעכטער » 22/4/2012 22:54

נו וויאזוי טאקע האט זיך דער כולל געלאזט פון דעם פרעשור פון ר' יושע'ס מענטשן אפילו ער האט נישט מוחה געווען אין פרדס פיגא?

FiveBoro » 22/4/2012 23:11

פאפיטע'ס, וועמען פארטרעטסטו מיט דיינע סטעיטמענט'ס אויף הגר"י?

אנ"ש אין בית שמש נישט, ווייל זיי לעבן אינאיינעם גאר גוט ב"ה.