היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שאנדע: א שמוציג פנים וואס ר' אהרן'ס חסידים טראגן

שאנדע: א שמוציג פנים וואס ר' אהרן'ס חסידים טראגן

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2954701

ברעקינג » 19/4/2012 19:58

עס רעדט זיך פון א אינטערוויו וואס די בני ברק'ער "באנעט" באטשי'ס ברידער האבן געגעבן פאר דעם "ידיעות אחרונות" לכבוד דעם ציוניסטישן "יום השואה", ווי זיי זענען מבזה מיט זייערע ענטפערס סאטמארער חסידים מיטן רבי'ן ז"ל אויף א שרעקליכן פארנעם.

צו אלעמענס מזל האבן זיי ב"ה אריינגעלייגט א בילד פון זייער רבי'ן ר' אהרן טייטלבוים, פונעם יעצטיגן ווינטער באזוך, ביי זייער "יובל השישים" צעראמאניע, דארט זעט יעידער איינער פון וועלכע סאטמארער חסידים עס רעדט זיך.



חשיפה: סאטמרים ששירתו בצה"ל וגאים בכך!


דם, ואש ותמרות עשן: חסידים עם טלאי וכומתה

שמואל ויצחק בענט מגלגלים סיפור חיים בלתי ייאמן, שתחילתו בעיירה הונגרית ובאימי השואה, המשכו בפלמ"ח ובצה"ל - וסופו במפגש מרגש עם הבעל של הנכדה, חייל שבא להגיש להם פרח ביום השואה. והם בכלל חסידי סאטמר

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4218265,00.html




תוקן על ידי ברעקינג ב- 19/04/2012 20:08:29

ברעקינג » 19/4/2012 20:17

די "באנעט" ברידער מיטן סאלדאט
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי ברעקינג ב- 19/04/2012 20:20:17

ברעקינג » 19/4/2012 20:20

שמואל באנעט מימט ר' אהרן איצט ביים באזוך אין בני ברק
[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 19/4/2012 20:23

א דאנק ברעיקינג פאר די אינטרעסאנטע נייעס:

איך זעה נישט ער זאל זיך אויפטאן דערמיט. ער פארציילט היסטאריע בסך הכל.

ישמאלכץ » 19/4/2012 20:25

אומגלויבליך! אזא שאנדע
נישטא קיין ווערטער דערויף!!!!

אילו פינו מלא שירה כים אין אנו מספיקים להודות אל השי"ת אז מיר האבן זוכה געווען זיך גענצליך אפצוטיילן פון אים
און יעדע שטיק צייט ווערט קלארער די ווערטער פון רבינו הק' הברך משה זי"ע וועלכער האט מיט זיינע אפענע אויגן פארגעזאגט, אז בנו מרן רבינו שליט"א ברויך זיין רב כדי סאטמאר זאל בלייבן סאטמאר אזוי ווי דער פעטער האט געוואלט  

לאנצוט » 19/4/2012 23:30

ישמאלכץ

נאך ווי אמת. האסט נאך גארנישט געזאגט.

אפגעטיילט אינגאנצן און אריינגעשפרינגען אין ציוניסטישן קאורט מיט די שוך-און זאקן.

יעצט זאג ווייטער אילו פינו מלא שירה...

ישמאלכץ » 24/4/2012 00:36

אין אמעריקע האבן די ארוינים געפראוועט "יום השואה"
אין אר"י אויך
אין אייראפע איז אויך געפראוועט געווארן?

לאנצוט » 24/4/2012 00:39

דאס אריינגיין אין ציוניסטישן קאורט איז ביהרוג ואל יעבור.
און אויף דעם האט קיינער פון אייערע רבנים נישט מוחה געווען.

דאס רעדן אין א ארמיי באזע איז א גרויס טפשות, אבער מער פון דעם גארנישט.

יוסף90 » 24/4/2012 01:01

יא לאנצוט

ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן

שרייט מען בג"ץ


מארגן וועסטו עסן חזיר יום הקדוש, איינער וועט דיך פארהאלטן פאר די עבירה, וועסטו עם ענטפערן בג"ץ.

אזא פנים טראגסטו.

לאנצוט » 24/4/2012 01:18

די ציוניסטישן קאורט און זייערע חוקים איז א געפערליכע עבירה וואס דער רבי זי"ע אין ויואל משה רעדט פון דעם.

איך פארשטיי אז פאר די פארטיי איז אלעס מותר, אבער א שטיקל תירוץ לפנים ביטע.


פארוואס זענען אייערע פעיראלל דיינים אלע שטיל? איז דער ויואל משה טאקע מער נישט אקטועל פאר פאליטיק?