פייערדיגע ווערטער פון רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא כ"ו ניסן אין קרית יואל
יעצט ביינאכט אין קרית יואל ביי די סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געשטורעמט איבער קאמפיוטערס און אינטערנעט ארויסברענגנדיג דעם חיוב פון האבן א פילטער, און אויסשרייענדיג בקול רם אז ס'איז א איסור גמור צו האלטן סיי וועלכע טעכנאלאגישע כלי אן א פילטער, און מען דארף האבן מסירות נפש פאר דעם.
באזונדער האט די רבי זיך געוואנדן צו די געשעפטסלייט וואס האבן ארבעטער, זיי זאלן וויסן, אז פונקט ווי ביי דינא דמלכותא אויב איינער גליטשט זיך אויס אויף דיין פראפערטי קען מען דיך קלאגן, מלכותא דרקיעא איז די זעלבע זאך, אויב האט איינער חלילה געכאפט א גליטש ביי דיר אין אפיס ווייל דו האסט נישט געהאט א םילטער, ווען מען דיך קלאגן ביים בי"ד של מעלה
תוקן על ידי וואלןסח ב- 19/04/2012 06:04:14