היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » באמבע: הרה"ג הגדול רבי פרענצעס לייכטאג שליט"א קלאגט אין גערי...

באמבע: הרה"ג הגדול רבי פרענצעס לייכטאג שליט"א קלאגט אין גערי...

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2954335
בלאט: 1 2

טאטעלע » 18/4/2012 00:06

באמבע: הרה"ג הגדול רבי פרענצעס לייכטאג שליט"א קלאגט אין געריכט בריטיש עירוועיס!
דער וואויל בארימטער פרומער אהרונישער דיין רבי פרענצעס לייכטאג שליט"א האלט אינמיטן א פעסטע אנקלאגע אין געריכט אנטקעגן די בריטיש עירוועיס פירמע, צוליב א אומאיינגענעמע געשיכטע וואס ער האט געהאט צו טון מיט איינעם (וד"ל...) ווען ער איז אמאל געפלויגן מיט די לופט ליניע.

רבי פרענצעס שליט"א גיבט אן אין געריכט אז ער האט צוליב די געשיכטע האט ער געליטן אויף עמאנציאלע און פיזישע שאדן... און פארלאנגט איין מיליאן דאללער ווידערגוטמאכונג באלוין.

לאנצוט » 18/4/2012 00:07

טאטעלע,
ער איז דאך א באקאנטער מנוול דער לייכטאג.

טאטעלע » 18/4/2012 00:11

אויף וועלכע פאקט איז באזירט דיין סטעיטמענט אז ער איז א באקאנטער מנוול?

לאנצוט » 18/4/2012 00:13

טאטעלע זיסער,

וואו וואוינט איר?
יעדער ווייסט אז פרענסיס לייכטאג איז א באקאנטער מנוול און אויסווארף רח"ל. וואסערע חידושים דערציילסטו דא?

נארפאקטן » 18/4/2012 00:14

what's the joke here?

קל_וחומר » 18/4/2012 00:19

טאטעלע » 18/4/2012 00:23

[בילד – נישט אפגעהיט]

טאטעלע » 18/4/2012 00:23

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 18/4/2012 00:32

טאטעלע...

אביסל פראפעשאנאליזם מעגסטו דאך צייגן..
ווער איז די מנוולת ליבי בראננער וועמען דו שוינסט אפ,
ביז דו מעקסט גאר אפ איר נאמען?


outspoken » 18/4/2012 00:37

מ'רעדט דא פון א פשוט'ע קעיס, איינער האט בעקומען א פורסט קלעסס טיקעט, און מ'האט אים געלייגט אין קאטש ,וזה הוא.
 שרייבן וד''ל צען מאל מאכט נישט איינעם א מנייול.  וד''ל וד''ל

לאנצוט » 18/4/2012 00:42

טאטעלע א דאנק פאר'ן ארויסגעבן די געפערליכע דעטאלן איבער דעם שרעקליכן מנוול פרענסיס לייכטאג, וואס די פרוי ליבי בראנער קלאגט בריטיש ערוועיס, און כדי צו מאכן איר קלאגע גרעסער און מער אנטיסעמיטיש נוצט זי אירע צוויי קליענטן פרענסיס און ען לייכטאג. די מנוולות איז אזוי שרעקליך גרויס אז אפילו אין די גוי'אישע קאורט קען עס נישט ארויסשטיין נאר אז פרענסיס לייכטאג ליידט אויפן רוקן ררח"ל, אזא שייגעץ איז דער פרענסיס. ער זאגט ער האט בעק פעין שומו שמים!

ליבי בראנער קלאגט, מ'האט געפרוירן איר אקאונט און אוועקגענומען פון ליבי בראנער 150 טויזענט מייל. רחמנא ליצלן.


טאטעלע, מ'דארף אויפרידערן די וועלט קעגן פרענסיס לייכטאג, ווייל ער זאגט ער ליידט פון... בעק פעין. אוי איך זינק איין אין דדר'ערד...

ביי די וועי טאטעלע, איז דאס אן ענפער אויף די "שווימער קלאגע" וד"ל וד"ל וד"ל???

נ.ב.
מוזט נישט ענטפערן.

outspoken » 18/4/2012 00:43

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
טאטעלע...

אביסל פראפעשאנאליזם מעגסטו דאך צייגן..
ווער איז די מנוולת ליבי בראננער וועמען דו שוינסט אפ,
ביז דו מעקסט גאר אפ איר נאמען?




לאמיר מסבר זיין וד''ל, ווען איינער האט מייליטש פון א קרעדיט קארט קען ער (אדער זי)נישט פארקויפען די מיילעטש, אבער ער קען קויפען א טיקעט פאר זיין משפחה , רעביי , און פריינד  וד''ל

לאנצוט » 18/4/2012 00:47

אוטספאוקן,
די פארענטפערסט דעם מנוול פרענסיס לייכטאג?

דו זעהסט נישט אז ס'שטייט קלאר אז ער ליידט אויף רוקן ווייטאג רחמנא ליצלן, אזא מנוול איז ער?

טאטעלע » 18/4/2012 02:49

דער לאנצוט האט א מורא'יגע אינטערעס צו מאכן רבי פרענציס פאר א מנוול, דערווייל האט נאך קיינער חוץ ער געזאגט אז ער איז א מנוול

עכטער_חסיד » 18/4/2012 03:29

כבוד המנהל

פליז אפשליסן און אפמעקן דעם אשכול

מען נעמט א תלמיד חכם (נישט קיין חילוק ווי ער באלאנגט) און מען פראקט אים אויס על לא דבר.

איך ווייס נישט ווער דער טאטלע איז, אבער איך גלייב אז ער איז אן אהרוני וואס וויל באשמוצן דעם גאנצן פורום.

אגב, לויט ווי איך ליין פון די קלאגע, איז עס א שטארקע נקודה פון הרב לייכטאג. מען מעג שוין מאכן ארדענונג ביי די עירליינס, אז מען זאל נישט זעצן קיין פרעמדע פרויען לעבן מענער. אפילו ביי גוים איז עס שוין נישט אזא פרעמדער געדאנק.

דאסטערס » 18/4/2012 03:51

פארוואס רופט ער נישט בריטיש עירוועיס צו דין תורה???....

ישמאלכץ » 18/4/2012 04:08

איך בין מוחה אויף די בזיון ת"ח, אפילו ער איז א דיין ביי די ארונים ברויך מען אים נישט מבזה זיין
איך אפעליר צום מנהל אראפצונעמען דעם אשכול

דאסטערס » 18/4/2012 04:34

נאר אויף זאלונישע דיינים מעג מען שרייבן?

עכטער_חסיד » 18/4/2012 05:04

מען מעג אויף קיין שום תלמיד חכם נישט שרייבן.
אבער ווייל דער אהרוני שרייבט אויף א תלמיד חכם, דארפן מיר דאס נאכטאן?

פוק_חזי » 18/4/2012 16:53

טאטעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי פרענצעס שליט"א גיבט אן אין געריכט אז ער האט צוליב די געשיכטע האט ער געליטן אויף עמאנציאלע און פיזישע שאדן... און פארלאנגט "איין" מיליאן דאללער ווידערגוטמאכונג באלוין.


צוויי און א האלב מיליאן! ער גייט ווערן רייך און דעמאלטס וועט עטס קראכן.

לאנצוט דיין קאפ ליגט ערגעץ

לאנצוט » 18/4/2012 18:33

מיט מענטשן ביי וועמען "רוקן ווייטאג" איז "וד"ל", און קענען ניטאמאל קיין ענגליש איז ממש א מחיה זיך צו טענה'ן.

אינעם גאנצן קאמפלעינט שטייט נישט קיין ווארט איז פרענסיס לייכטאג בעט געלט.
עס שטייט די פלעינטיפ'ס פארלאנגען אנטשעדיקונג.

דער הויפט פלעינטיף איז מרת. ליבי בראננער שתחי', וועמען דער אינטעליגענטער טאטעלע האט אויסגעמעקט צוליב א געוויסע סיבה. (קען זיין ער האט ערווארטעט פונעם געלט פון מרת. בראנער און דערפאר איר פארמעקט).

למעשה, זעה איך דא געפערליכע מנוולות, וואס הייבט זיך אן מיט מרת עירליין מיילעדזש און ענדיגט זיך מיט רוקן-ווייטאג.

רב_הסוער » 18/4/2012 19:09

לאנצוט קענסט נישט קיין ענגליש און דו פארשטייסט נישט צו די לעגאלע עינינים...איך האב עס גוט דורכגליינט און איך פארשטיי גוט צו די לעגאלע ענינים

איך וועל פונקטליך שולדירן וואס די מעשה איז דא

once upon a time...

איז געווען א פרוי וד"ל,
דער וד"ל האט געהאט א וד"ל מיט א די קאמפעני וד"ל,
איין טאג האט דער מיסיס וד"ל מחליט געווען צו אויסלייזן זיינע וד"ל'ס און קויפן 2 וד"ל'ס פאר הרב והרבנית וד"ל צו פליען קיין וד"ל
ווי נאר הרב והרבנית וד"ל איז אנגעקומען צו די וד"ל צו אפפליען קיין וד"ל, האט דער וד"ל ביים קאנטער זיי געזאגט אן קיין שום סיבות אז די וד"ל'ס זענען ווערד לצור ע"פ צלוחית
די וד"ל'ס זענען געווען געצווינגען צו קויפן 2 וד"ל'ס פאר פילע קאסטן און די אלגעמיינע וד"ל סעקשן
אשר ע"כ קלאגט מיסיס וד"ל די פירמע וד"ל, צער רפוי שבת ובושת,

וד"ל וד"ל וד"ל וד"ל

געלעכטער » 18/4/2012 21:04

לאנצוט, לאמיר זיך פארשטעלן מ'טוישט דעם נאמען פונעם קעפל פון ר' אפרים שמעון לייכטאג צו ר' זלמן לייב פילאף, וויאזוי וואלטן דיינע תגובות אויסגעקוקט? ‎​
 
מוזט נישט ענטפערן.

לאנצוט » 18/4/2012 21:13

איך וואלט געווען שטיל ווי א דומם.

פוק_חזי » 19/4/2012 21:28

שקר אין לו רגליים,

איך האב גערעדט צי א איד וואס איז גאר נאנט מיטן דיין הרב לייכטאג שליט"א, און ער זאגט אז די גאנצע מעשה איז שקר וכזב, אדרבה די אינטערגעליינט דאקומענט וואס טאטלע ברענגט געפינט זיך בכלל נישט אין די לינק וואס ער שרייבט, דער איד זאגט אז די גאנצע זאך איז אינטערגעשטעלט און אויפגעמאכט דורך מיל-מארט און די זאלי קאמפאני צי נקמה נעמן פאר די דרשה פון פאריאר חוה"מ פסח ווי ער האט מגלה געווען פרצופן ברבים, און וויפיל זיי האבן פראבירט צי דערשטיקן די קול מחאה איז דאס זיי נישט געלונגן ב"ה לא אלמן ישראל, די ציל פון דעם שקר איז דאך אזוי בולט און קלאר, ווער עס קען דעם דיין ווייסט אז ער נעמט נישט אריין אין מויל א זאך וואס איז נישט געמאכט ביי אים אינדערהיים, און דא פלוצלינג כלומרשט עסט ער מיל-מארט קאשער מיעלס אויף אן עראפלאן מיט ווייסעעכוואסערע הכשר, סאיז קלאר א פרישע געבעקס פון נאך פסח פון מיל-מארט. ושקר אין לו רגליים.

די גאנצע אשכול איז איין שטיק בזיון לת"ח מפורסם, אזא מין דיקרימינעשאן קלאגע וואס פאסט בכלל נישט פאר קיין איד א שומר תומ"צ, עס איז מער על שארפטאן סטייל אדער אפשר דוב הייקינד, די זאליס מעגן זיך שעמן פאר אזא נידערטרעכטיגע בלבול, אזוי ווייניג רעספעקט פאר א איד א ת"ח, פאליטיק האט דאך אויך א שיער.

געלעכטער » 19/4/2012 23:59

גערעכט, דעם דאקומענט האבן די זאליס פאבריצירט. מורא'דיג.

לאנצוט » 20/4/2012 01:26

דער דאקומענט איז יא אמת. אבער איך זעה דא אז דער הויפט קלעגער איז מיסיס ליבי בראנער.
זי זאגט אלעס.

די קשיא איז אויף טאטאלע, פארוואס האט ער אזוי אפגעשטוינט מיסיס בראנער אז ער האט פארמעקט איר נאמען?

געלעכטער » 20/4/2012 03:31

אדרבא פארצייל די די מעשה, וואס שרייבט רב לייכטאג אז ער איז געווארן אפעקטירט פיזיש און גייסטיש?

הדלקה » 20/4/2012 04:02

לאצי » 24/4/2012 00:14

לאנצוט, וואס האקסטו אין קאפ אריין, איך האב יעצט גע'ענדיגט ליינען די אלע דאקומענטען פון די קארט קעיס, די בראננער איז אפשר א פיפטע רעדל צי וואגן, דער גאון ר' פרענציס קלאגט פאר צוויי און א פערטל מיליאן דאללער, איין פערטל מיליאן פאר ריקן ווייטאג (ער גייט טאקע אזוי איינגעבויגן - איז דאס נאר לעצטענס?), און נאך צוויי מיליאן דאללער פאר דיסקרימינאציא, און די בראננער קלאגט פאר נישטיגע 30 טויזנט דאללער מיילידש וואס מען האט אומריכטיג ציגענימען, וואס פארא פארגלייך אפילו.

לאנצוטל, די קענסט מיר אויך אפשר געוואר ווערן וויאזוי הרב הגאון ר' אפרים שמעון לייכטאג (פרענציס) איז געפארן יעצט קיין אנטווערפן, רעדן ביים ברך משה'ס יארצייט, עס איז געווען פירסט קלעס? מען מעג קלאגן א גוי אויף א שקר? עס איז דאך פשוט גניבה, גזל עכו"ם איז נישט מותר! און וואס פאר א חילול השם 'אפילו פאר א פשוטע איד' צי קלאגן פאר דיסקרימינאציע און בלויזע שקרים מיט חשבון ארויס צי פרעסן געלט פון א גויאישע קאמפאני, און וואס פארא חילול השם איז נאך צו גאר ארויס שרייבן פארן געריכט אז ער קלאגט ווייל ער איז א "פראמינענטער ראביי" אין די אידישע קאמיוניטי, הנשמע כמוהו? איך האב נאך אזאנץ נישט געהערט פון קיין אנדערע דיין, און פראביר נישט צי פארקויפן אז ווען די מעשה פאסירט ווען ביי א דיין פון חסידי מהרז"ל וואלסטו געווען שטיל, נישט נאר די וואלסט זיך ציגעכאפט דערצו ווי הייסע פרישע ווארע, נאר דער גאנצער כל העולם כולו פארום ציזאמן מיט דער בלאט וואלטן געווען פיל דערמיט.

ארוניםליך די פעיראל פאר ענקערע דיינים זענען צי קליין אז זיי מוזן זיך נעמן זייטיגע שווינדלערישע הכנסות.

אפילו פאר אייזיק אבראהאם'ס ווייב וואלט עס נישט געפאסט, און האט טאקע נישט געקלאגט.

איז דאס טאקע דער הייליגער לייכטאג? 

לאנצוט » 24/4/2012 00:22

קודם זאג פארוואס מ'האט אפעקמעקט מיסיס בראנער.
נאכדעם וועלן מיר רעדן ווייטער.

תודה למפרע

לאצי » 24/4/2012 00:29

די מיזט נישט ענטפערן אז די האסט נישט קיין תירוץ
(איך האב אויך נישט קיין תירוץ אויף דיין "מעכטיגע" קשיא דאס לאז פאר טאטעלע)

הקיצור עס האנדלט זיך פון א דיין וואס איז מחלל שם שמים בפרהסיא פאר צוויי מיליאן דאללער! די האסט א לימוד זכות אויף דעם אדער נישט? פארדריי נישט די נושא.

לאנצוט » 24/4/2012 00:38

האסט געזען פון לייכטאג איין סטעיטמענט (אויב דו קענסט ענגליש)

אלעס זאגט נאר בראננער.

דיין היידפארק באבל האט יעצט געגעבן שטיקל באסט. אבער ענטפער ווייטער דיינע געמויזעכץ.

סטראבערי » 24/4/2012 00:45

פארוואס ניצט נישט ברוננער מיין נאמען איך קען אויך ניצן 2 מיליאן דאללער
מאכסט עס סאונדען כאילו זי האט געכאפט א נאמען אין טלפון בוק

זעליג_כהן » 24/4/2012 00:57

לאצי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ארוניםליך: די פעיראל פאר ענקערע דיינים זענען טאקע אזוי קליין, אז זיי מוזן זיך נעמן זייטיגע שווינדלערישע הכנסות..?. 
 


[בילד – נישט אפגעהיט]

-העפפענס טו בי האב איך טאקע געהערט אז שלמה שמש איז זייער אנגעבלוזען אויף די ארונים וועגן זיין פיצי הכנסה, און אויך ווי לאנג ער דארף מיטשענען שלום לעזער פרענקעל זאל שנעל פארקויפן א חלקה אין'ם גע'גנב'טן ביה"ח, און נאר דאן קען ער חלומ'ן פון באקימען זיין המוציא

לאצי » 24/4/2012 01:07

טאטעלע האט שוין געברענגט אויבן אבער היות די האסט א קאצן קאפ, וועל איך דיך מיזן דערמאנען וואס שטייט דארט נאך פאר די קענסט שאקלן ס'וויידל און פארגעסן...

מיש צוריק צים ערשטען בלעטל, דארט ווי מען האט געמעקט די מיסיס בראננער.
און יא דארט שטייט אז דער פרענציס לייכטאג "דער פראמינענטער רעביי" קלאגט פאר זיך! און נאר פאר זיך!!!
ווייל "זיין ריקן" טיט אים נעבעך זייער וויי, און ווייל מען האט אים דיסקרימינירט צוליבן זיין א "פראמינענטער ראביי" וואס עסט "קאשער מיעלס" און צוליב דעם האט ער פיזישע און "גייסטליכע" עמציאנאלע פראבלעמען!!! יא ער און נישט בראננער!

די מיסיס בראננער איז דערווייל נאך נישט קיין פראמינענטער ראביי, און איז נישט געפארן מיט די עקאנעמי קלאס, און קלאגט נישט פאר קיין ציבראכענע ריקן, און האט נישט באשטעלט קיין קאשער מיעלס, און קלאגט נישט פאר קיין צוויי מיליאן דאללער, סך הכל פאר א האלבע מיליאן פאונטס וואס מען האט איר אומריכטיג ציגערויבט, און דאס וואס איר נאמען שטייט ערשט אין די קלאגע מאכט איר נישט דער הויפט קלעגער, (אויב עפעס הייב איך אן קלערן אז דאס איז אויך א שטיקל פון הגאון רבי פרענציס צי לייגן מיסיס בראננער ערשט...) סא לאז איר טאקע שיין ארויס פון די פיקטשער און ענטפער די קשיא ווי פאסט פאר א דיין זיך אזוי אויפציפירן און הער אויף זיך דראפען אויף די גראדע ווענט.

לאנצוט » 24/4/2012 01:13

דו האסט איין סטעיטמענט פון לייכטאג?

עס מו זייין אז דו קענסט נישט קיין ענגליש, אדער דארפסטו העלפ, ווייל עס שווינדלט דיר.

איך קען ב"ה זייער א גוטן און פערפעקטן ענגליש. קיין איין סטעיטמענט פון פרענסיס לייכטאג זעט מען נישט פאר קיין רפואה.

יעצט הייב אן דיין אויסברוך פון פריש.

לאנצוט » 24/4/2012 01:14

דיין היידפארק באבל האט געגעבן נאך א באסט, יעצט ענטפער ווייטער דיינע געמויזעכץ

לאצי » 24/4/2012 01:17

דאס הייסט געקענט ענגליש?

LIBBY BRAUNER,
FRANCOIS LEICHTAG, 
and ANN LEICHTAG, 
     
Plaintiffs, 

יא כ'האב פארגעסן אז אויך רביצין אננא לייכטאג קלאגט אויך

הנגיד_רבי » 24/4/2012 01:19

די סטעיטמענט אז זיין "רוקן טוט וויי" און אז ער האט "עמאציאנעלע ווייטאגן" איז זיין סטעיטמענט, אדער ארמיי רבי'ס סטעיטמענט.
הום אר יו קידדינג?!

לאנצוט » 24/4/2012 01:21

לאצי טייערער:

דיין ענליש האט זיך שוין אביסל פארבעסערט ב"ה. האסט נישט געטראפן קיין שום סטעיטמענט טאקע.

איך ווייס אז מענטשן מיט שוואכע מוחות קען נישט מודה זיין על האמת, ביסטו אויך פון די מענטשן?

ביטע ענטפער קלאר:
דו האסט עפעס א סטעיטמענט פון לייכטאג יא אדער ניין?

נישט קיין קעפשען וואס בראנער'ס לאיער האט געשריבן.

נאכער וועלן מיר גיין ווייטער.

לאצי » 24/4/2012 01:22

בקיצור ווער גייט מאכן די צוויי מיליאן דאללער? דער "פלעינטיף" פרענציס לייכטאג, וואס האט ריקן ווייטאג, און פיזיש און גייסטליכע עמאשענעל פראבלעמען, און איז געזעצען אין עקאנעמי, און געווארן דיסקרימענירט ציליב בעטן "קאשער מיעלס" און האבן די פיאות ארים די אויער...

לאצי » 24/4/2012 01:23

דאס איז נישט קיין קעפשען  פון בראננערס לויער, דאס איז פון דעם פסק פון דשאדש חוה"מ פסח

ס'איז דאך א דבר האבוד האט דער דיין רבי פרענציס געפסקנ'ט אז מען מעג חול המועד גיין אין געריכט

תוקן על ידי לאצי ב- 24/04/2012 01:24:50

הנגיד_רבי » 24/4/2012 01:26

א פענסי ווארט "קעפשען"
פלעין יודיש ביטע: "ווער האט פארציילט פאר'ן לויער די א.ד. סטעיטמענטס?
זי האט זיך עס אליין אויפגעבאקען?

הנגיד_רבי » 24/4/2012 01:27

2 מיליאן איז טאקע א דבר האבוד.

לאנצוט » 24/4/2012 01:36

מיסיס בראנער קלאגט, דערפאר איז זי די ערשטע, און זי קלאגט בשם אירע קליענטן.
הרב לייכטאג האט נישט קיין איין סטעיטמענט אינעם גאנצן קאמפלעינט, דאס איז דער מציאות.

דיין בעיבישע שנאה וויל אנדערש, אבער דאס איז דיין פראבלעם.

לאצי » 24/4/2012 04:02



לאנצוט דאס איז נישט גילטיג אין די אשכול?

[בילד – נישט אפגעהיט]




תוקן על ידי לאצי ב- 24/04/2012 04:14:22

לאנצוט » 24/4/2012 17:38

ווען איך וועל זעהן "איין סטעיטמענט" פון אים, וועל איך דיר מודה זיין.
דערווייל ווילסטו נישט מודה זיין אז מיסיס בראנער האט אריינגעטראגן די קלאגע, און זי רעדט בשם אירע קליענטן.

לאצי, אדער קענסטו נישט קיין ענגליש, אדער איז דיין בעיבישע שנאה גובר אויף דיין חלק המחשבה
(לב שליט על המוח).

לאצי » 24/4/2012 22:02

איך ווינדער מיך טאקע אויף די בעבישע שנאה די האסט קעגן די מיסיס בראננער? די האלטסט אין איין שרייבן אז זי רעדט בשם אירע קליענטן, אפשר קענסטו מיר ווייזן איין סטעיטמענט פון מיסיס בראננער?

לאנצוט » 24/4/2012 22:11

ביטערע עם הארץ לייען איבער די קאמפלעינט:

[בילד – נישט אפגעהיט]


לייכטאג איז א 3RD PARTY !

ווער איז דער קלעגער און ווער איז די 3RD PARTY?
בלאט: 1 2