היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווידער געזוכט שוץ ביים בג"ץ - און דערלייגט

ווידער געזוכט שוץ ביים בג"ץ - און דערלייגט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2954303

FiveBoro » 17/4/2012 21:12

"אתרא קדישא" וועלכע האבן ביי די יפו מעכה צושטערט פארהאנדלונגען און צושטערט און פארשועערט די מערכה דורכן אריינטראגן די נושא אין בג"ץ הציוני, מכלומרשט מיט רשות פונעם גאב"ד - א זאך וואס די עדה האט טאטאל אפגעלייקנט, האט אצינד ווידער געטוהן די זעלבע, און ווידער געוואלט אויפטוהן פאר אידישקייט דורך די ציונים, און ווידער האבן זיי ליידער דערלייגט, דאסמאל נאך מיט א שמוץ אריבער.

אין טברי' בויעט זיך א האטעל אויף א שטח וואס האט א חשש קברים, און אתרא קדישא - די ארגאניזאציע וואס שטערט יעדע סארט פריוו פון ראטעווען בדרכי נועם ווייל "מיט ציונים טאר מען נישט זיצן" - האט זיך געוואנדן צום הייליגן בג"ץ הציוני אז זיי זאלן אפשטעלן די ארבעט.

די פסק איז - ווי פארשטענדליך - ארויסגעקומען, אז די ארבעט קען ווייטער אנגיין, און דערצו וועט אתרא קדישא מוזן באצאלן די לויער קאסטן פונעם צד השני.

כלל ישראל פרעגט פון אזוי גערופענע קנאים: כסילים מתי תשכילו? ווען וועט איר איינזעהן אז מיט קרומע דרכים אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו דערלייגט מען מערכה נאך מערכה?!

אויב טאר מען נישט זיצן מיט ציונים צו פרובירן ארויסצוראטעווען מערות קבורה (טראץ וואס א"ק אליינס פלעגן דאס טוהן ביז אייניגע יארן צוריק ווען זיי האבן פארלוירן דעם מעגליכקייט...), אפשר קענט איר מסביר זיין פארוואס א ווענדונג צום בג"ץ הציוני איז נישט ערגער פון דעם?

FiveBoro » 17/4/2012 21:12

גרוינים » 17/4/2012 22:41

מאבקם של נציגי 'אתרא קדישא' התחיל לפני מספר שבועות. פעילי הארגון הגיעו להפגין ולמחות במקום מידי בוקר, מה שאילץ את המשטרה המקומית להתערב ואף להרחיק מהמקום כמה מהמפגינים בצו בית משפט.  

העותרים חוייבו בתשלום הוצאות בסך של 21 אלף שקלים


http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39925
 

FiveBoro » 17/4/2012 22:45

זאל קיינער נישט זיין באזארגט פאר די 21,000 שקלים וואס א"ק וועט יעצט מוזן באצאלן, ווייל די אנגייענדע פינוי קברים (ר"ל) אין "נשר" ברענגט אריין גענוג אויף צו קענען דעקן אלע זייטיגע הוצאות, און בלייבן מיט גענוג ריוח.

שארמאשער » 18/4/2012 17:13

עס איז אינז א כבוד אז מיר ווערן ג'קנסט פין די טמא'נער מדינה,

גרוינים » 18/4/2012 18:16

סאיז אייך אויך א כבוד אז איר האט זיך געוואנדען אין טמאנעם בג"ץ?

גרוינים » 20/4/2012 02:23