היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » איחוד הקהילות לטוהר המחנה

איחוד הקהילות לטוהר המחנה

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2954097

קל_וחומר » 16/4/2012 22:08

וואס זאגט דער עולם? מען גייט צי די מסיבה?

קל_וחומר » 16/4/2012 22:17

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 16/4/2012 22:20


קל וחומר,

א דאנק פאר'ן אראפברענגען דעם הייליגן דברי יואל, אבער די שאלה שטעלט זיך:

למשל די עצרת השבת יעדעס  יאר האט מען גערעדט איין ווארט קעגן די מדינה הטמאה?
און ביי די עצרת קעגן די שטערן, וועט מען רעדן איין ווארט קעגן די מדינה הטמאה?

אישור » 16/4/2012 22:25

בדור הזה

מיינט מען יענעם תקופה ווען גאנץ כלל ישראל איז געווען פארטעמפט מיט די אזוי גערופענע גאולה

און דאס איז געווען דער נסיון הדור

אזוי פארשטיי איך

קל_וחומר » 16/4/2012 22:26

לאנצוט,

מלחמת_מצוה » 16/4/2012 22:27

קען מען דען גיין אינאיינעם אויף אן אסיפה מיט בעלזא גור וויזניץ און אלע אנדערע שקצים?

וואס איז די שאלה אפילו, מיר לעבן אין אזא דור יתום, אז מענטשן פארשטייען אזוי שווער אנצוקוקן א זאך מיט די ריכטיגע ברילן, על פי תורה.

לאנצוט » 16/4/2012 22:34

קול-וחומר.

מיך מעגסטו רואיג איגנארירן, אפילו מיט א ריזיגן קיילעכדיגע טאבע.
אבער וויאזוי איגנארירט מען דעם הייליגן דברי יואל?

ישמאלכץ » 16/4/2012 22:47

און ווער גייט דארט אויפטרעטן? אויב למשל גייט דארט זיין א רעדנער וואס האלט אז די מדינה איז א ישועה פאר כלל ישראל דארף מען אויך גיין?!

און בכלל די וועג וויאזוי די דרשות זאלן גערעדט ווערן, פאר פלעטבושער אידן ברויך מען רעדן איין ענין פאר בארא פארקער א צווייטן ענין און וויליאמסבורג עפעס אדערש, פאר די ארונים ברויך מען מער מרחיב זיין בדיבור און מסביר זיין בפרטי פרטיות דעם הארבקייט פונעם פראבלעם, און פאר די סאטמארער אידן ברויך מען רעדן מער ברמיזה 

וואלןסח » 16/4/2012 22:59

עיין דברי יחזקאל פ' ראה בענין לשונות העמים

דארט גייט מען לכאורה רעדן ענגלישע דרשות אויך (קען זיין זאכן גייען זיך טוישן אבער אזוי הייסט עס לע"ע)

קל_וחומר » 16/4/2012 23:16

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דארט גייט מען לכאורה רעדן ענגלישע דרשות


אויב רעדט מען איווריטדארף מען ארויסשטורמען?

לאנצוט » 16/4/2012 23:20

איך זעה למשל אז ביי יעדן פראטעסט רעדט מען אויף ענגליש, ווייל ס'איז עת לעשות לה'.
אפשר קען עמיצער א היתר אויסער "עת לעשות לה'.

הנגיד_רבי » 16/4/2012 23:25

העפפענס טו בי:
אויף די פלאקאטן און אין זייער צייטונג האבן זיי יא  געשריבן קעגן ציונות!

קען זיין אז דאס איז א עקסטרע ביילאגע נאר פאר וויליאמסבורג ווי ס'איז ריבוי דרובא סאטמארע יודן.

אבער אויב איז די זעלבע צייטונג ארומגעגאנגען פאר בארא-פארק און פאר מאנסי און אין די ענגלישע אויסגאבע, פארן זיי אין די גוטע ליניע. 

ישמאלכץ » 16/4/2012 23:36

[quote]העפפענס טו בי:אויף די פלאקאטן און אין זייער צייטונג האבן זיי יא  געשריבן קעגן ציונות!קען זיין אז דאס איז א עקסטרע ביילאגע נאר פאר וויליאמסבורג ווי ס'איז ריבוי דרובא סאטמארע יודן.אבער אויב איז די זעלבע צייטונג ארומגעגאנגען פאר בארא-פארק און פאר מאנסי און אין די ענגלישע אויסגאבע, פארן זיי אין די גוטע ליניע. [/quote]
איך הער אז אין אנדערע מקומות איז געווען אנדערע צייטונגען, אויף יענעם פראנט פעידזש איז געווען שטיינמאן, (נישט קראנט, זייער גרינג געוואויר צו ווערן)
און רב לאנצוט, די ענגלישע דרשות ביי פראטעסטן זענען פאר גוים, דו וואלסט דאס געמעגט וויסן
מוסר דרשות אויף ענגליש פאר אידן איז נאך ביי אונז לכאורה קיינמאל נישט געווען 

הנגיד_רבי » 16/4/2012 23:53

ענגלישע דרשות איז קיין פראבלעם, מ'זאגט עס אויף יודיש פאר דיר און אויף ענגליש פאר די יודן וואס פארשטייען נאר דאס.
וואס איז?
האט מען אונז נישט געלערנט קיין ענגליש יעדן טאג נאך חדר....? 
(אויב ביי א פראטעסט זאלן זיך בייטייליגן יודן וואס פארשטייען נאר ענגליש, וואלט מען אויך געמאכט א ספיטש אויף נאר לכבוד זיי! מקרב זיין א יוד לאביו שבשמים?)
אויב לכבוד דעם וועט אין די אנדערע מחנות ווערן א אוועירנעס אויף אינטערנעט איז עס כדאי.

ווער ס'איז טאקע אזוי קלאוזד-מיינדעד, זאל נעמן דעם פסח'דיגן ניסל-קראַכער און בעטן א חבר צו פראבירן עפענען א ביסל דעם קאפ זיינעם.

געדאנקן » 17/4/2012 00:02

איך הער אז די נטורי קרתא און אויכעט ר' יחזקאל גאלד האלט אקעגן דעם, און יעדער פאר א צווייטע סיבה

קל_וחומר » 17/4/2012 00:10

געדאנקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך הער אז די נטורי קרתא און אויכעט ר' יחזקאל גאלד האלט אקעגן דעם, און יעדער פאר א צווייטע סיבה

איו וואס האלט דער העיליגער סקווירא רבי?

געדאנקן » 17/4/2012 00:10

געבט א קוק וואס דא ווערט עקלערט
[כאטש איך בין א סקווערער, און מיין רבי איז דער רוקן ביין פונעם אסיפה, אבער צוליב די  אינטערעסע אינעם נושא, ברענג איך עס דא]

http://dteitelbaum.blogspot.com/2012/04/open-letter-to-ichud-hakehillos.html?m=1

הנגיד_רבי » 17/4/2012 00:39

______________________________________________________________________________
במאמר המוסגר - (ווייל איך וויל נישט פארדרייען די נושא פון אזא וויכטיגע פעולה)
*
געדאנקן:
אויב סקווירא רבי איז ווען די רוקן-ביין פון די אסיפה,
וואלט נישט סקולענע רבי זיך געדארפט אנשטרענגען און פארן צו אים אויף סקווירא, ליבערשט וואלט סקווירא רבי געקומען צו סקולען, וואס קען ווען באלד זיין זיין זיידע.

וד"ל
______________________________________________________________________________

לאנצוט » 17/4/2012 00:48

ישמאלכץ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[quote]העפפענס טו בי:אויף די פלאקאטן און אין זייער צייטונג האבן זיי יא  געשריבן קעגן ציונות!קען זיין אז דאס איז א עקסטרע ביילאגע נאר פאר וויליאמסבורג ווי ס'איז ריבוי דרובא סאטמארע יודן.אבער אויב איז די זעלבע צייטונג ארומגעגאנגען פאר בארא-פארק און פאר מאנסי און אין די ענגלישע אויסגאבע, פארן זיי אין די גוטע ליניע. [/quote]
איך הער אז אין אנדערע מקומות איז געווען אנדערע צייטונגען, אויף יענעם פראנט פעידזש איז געווען שטיינמאן, (נישט קראנט, זייער גרינג געוואויר צו ווערן)
און רב לאנצוט, די ענגלישע דרשות ביי פראטעסטן זענען פאר גוים, דו וואלסט דאס געמעגט וויסן
מוסר דרשות אויף ענגליש פאר אידן איז נאך ביי אונז לכאורה קיינמאל נישט געווען 


איך בין נישט לטובת אדער קעגן די אסיפה. אבער איך וואונדער זיך פון די סיקריקים, וועלכע ביי די פראסטן אלע יארן מעג מען רעדן ענגליש, ווייל ס'איז פאר גוים, און ביי אן אסיפה קעגן אינטערנעט טאר מען נישט, כאטש דארט זענען אויך דא מענטשן וועלכע קענען זיכער נישט קיין אידיש.

אלזא, אויב מעג מען רעדן א דרשה פאר די גוים, בשעת היימישע אידן זענען דערביי ביי א פראפעסט, פארוואס זאל מען נישט טארן די זעלבע קעגן אינטערנעט.

וועלכע עת לעשות לה' נעמסטו אן, און וועלכע נישט?

געדאנקן » 17/4/2012 00:51

איך בין נישט דא אויסן, ווער ס'איז די ריקן און ווער די קאפ.. איך וויל הערן דעם עולם'ס איבעראשונג פונעם לינק וואס כ'האב באקומען און דא אהערגעבראכט

הנגיד_רבי » 17/4/2012 00:53

___________________________________________________
לתקן טעות
סיקריקים זענען רבי'ס וואס שיקן בחורים שטעכן רעדער, שיסן פענסטער, ווארפן פאשקעווילן, 
פאוני קאלס, טערראר, קאורט, האטליינס וכו' און ווי ער האט עס מודה געווען פאר תלי גראס.

איינער וואס האלט אנדערש ווי די? הייסט "חילוקי דיעות"
דאס אלעס
____________________________________________________

לאנצוט » 17/4/2012 01:17

מעגליך דיין רבי איז הרה"צ ר' משה פריעדמאן משב"ק, ווייל נאר אים ווייס איך וועלכער האט געשיקט בחורים שטעכן רעדער, שיסן פענסטער, ווארפן פאשקעווילן, פאוני קאלס, טערראר, קאורט, האטליינס וכו'.

אויב דו האסט פרוף אויף סיי וועלכן רבי'ן וועלכער האט דאס געטאן, איז ער טאקע א סיקריק, און א עוכר ישראל.

אגב. איך האב געהערט די טעיפ פון תלי' גראס, איך הער נישט דארט קיין רמז ורמיזה אז ער האט געשיקט בחורים פאר סיי וועלכע מעשה אלומות.

חוץ אויב דו האסט אן אנדערע טעיפ, ביטע געב עס ארויס און איך וועל מודה זיין על האמת.

שמעלקאלע » 17/4/2012 05:38

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מעגליך דיין רבי איז הרה"צ ר' משה פריעדמאן משב"ק, ווייל נאר אים ווייס איך וועלכער האט געשיקט בחורים שטעכן רעדער, שיסן פענסטער, ווארפן פאשקעווילן, פאוני קאלס, טערראר, קאורט, האטליינס וכו'.

יא דא ביזטו גערעכט, ווייל לשיטת ר' אהרן איז דאך די אלע זאכן בכלל נישט פארגעקומען ((עי' ערך שיחת יוסל וואלדמאן עם ר' אהרן) איי מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו, תיקו... (אבער וואס איז מיט לא תשקרו?? דאס איז אויך א שקר!!....עפ"ל)

קרעדיט: נוסח אהרן ט"ב  

הנגיד_רבי » 17/4/2012 20:43

[quote]
[כאטש איך בין א סקווערער, און מיין רבי איז דער רוקן ביין פונעם אסיפה, אבער צוליב די  אינטערעסע אינעם נושא, ברענג איך עס דא] 

http://dteitelbaum.blogspot.com/2012/04/open-letter-to-ichud-hakehillos.html?m=1
[/quote]

סתם א טיפיקעל ארויני האט דאס געשריבן,
ס'באדערט אים איין זאך: אז אהרן איז נישט אין שפיץ פון דעם, און אז נישט ער וועט זיין דער וואס וועט זיצן אויף די העכסטע בעיסבאל בעסקעט פון די סיטיפיעלד,
איי פיל יור פעין, אבער נאך אלס נישט קיין בארעכטיגונג צו טרייבן ליצנות פון סקולענע רבי בעיקופין.

#2 לכבוד דעם ציל לאזט ער זיך אריין אין אזאנע שתיות אז איך שעם זיך צו ענטפערן:
*א פראבלעם אז מ'וועט פארן מיט באנען
               -מוועט נישט פארן מיט באנען - און צו פראטעסטן פארט מען אויך מיט באנען
*מ'דארף ענדערש מאכן קליינע אסיפות און יעדע רבדארף עס "ווען" אליין פאלאוען ביי זין עולם (אהרן)
              - ס'וועט דאס אויך זיין אבער כדי דאס זאל געשעהן והא ראי' ס'איז נישט געשעהן, דארף מען מאכן א אויפואכונג דורך א איינמאליגע גרויסע אסיפה
*זיצן מיט פרעמדע קרייזן
               - זאג נאר ווען דו גייסט צום דענטיסט אדער ווען דו טוסט ביזנעס דילסטו אויך נאר מיט דיין קרייז....? 

קליפ » 27/4/2012 17:08