היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אסיפה "חנוך לנער" קעגן די טריפה'נע מאגאזינן דער שטערן און שפ...

אסיפה "חנוך לנער" קעגן די טריפה'נע מאגאזינן דער שטערן און שפ...

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2953958

די_אמת » 16/4/2012 07:00

אסיפה "חנוך לנער" קעגן די טריפה'נע מאגאזינן דער שטערן און שפאקטיוו
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי די_אמת ב- 16/04/2012 07:04:06

בניברקער » 16/4/2012 11:26

גייט מען אויך רעדן ביי דעם אסיפה וועגן דער מאגאזין ״דער בליץ״?

אויך בין איך נייגעריג אויב ליינען דער איד אדער דער בלאט האט שוין אויך אפגעקאסט קרבנות ביי די יוגענט און צו מען גייט דערמאנען די פארטייאישע פאליטישע צייטונגען ביי די גרויסע אסיפה...

פריש » 16/4/2012 16:26

די אמת, איך זע נישט קיין אות אחת דערמאנט ספעציפיש דער שטערן צי דער שפאקטיוו אין די אלע צעטליך. ווייסטו עפעס מער פרטים פון וואס עס שטייט אויף די צעטליך וואס מ'הענגט אויף די גאס? איז דא עפעס פאליטישע מאטיווען וואס מ'באהאלט יעצט פונעם ציבור און מ'גייט דאס הערשט אויפשפילן ביים עצרת?

פאלאנד » 16/4/2012 18:44

אומגעזונטע מענטשען איז שוואך געזאגט.

א דור מלא פראבלעמען און פון דעם אפגעריסענען נושא מאכט מען א גאנצע עצרת...נעבעך....

לאנצוט » 16/4/2012 19:29

עס איז גארנישט קיין נייע סארט פאליטישע עצרת'ן.

די זעלבע עצרת השבת ספעקטאקלען וועלכע מאכט ליצנות פונעם שבת קודש יאר יערליך, און ווערט געטריבן דורך פאליטישע מאנעוורעס מיט א שלייער פון שבת קודש, איז דער איצטיגער עצרת א פאליטישע מאנעוורע.

נאך א וואונדער אז ביים עצרת השבת באטייליגן זיך נישט קיין 50'סטל פון די שטאט'ס אידישע באפעקלערונג. כפי השמיעה איז דארט געווען בערך 350 מענטשן, שוין מיט בחורים.

ליצנות איז אן אונטער-סטעיטמענט.

מהיכן דנתני וועט איר פרעגן:
וועל איך ענטפערן:

אויב מ'זאל איין מאל אין יאר מאכן אן עצרת איבער דעם פלאג וואס הייסט "עטרת אברהם", אויף דעם פאברעך איז אינמיטן שטאט אין א הייליגע תלמוד תורה בילדינג מאכט מען חתונות כנגד רוב תושבי העיר, עס קומען אן לימוזינען יונגען און מוידן מ'זעט מיאו'סע סצענעס פון די געסט וועלכע באלאנגען נישט דא.

איז דאס נישט ווערט קיין וויי-געשריי, כאטש איינמאל אין א שמיטה.

אלא מאי, אז אלעס איז פאליטיק, און עס טראגט טאקע אזא כאראקטער.

ודי בזה.

מלחמת_מצוה » 16/4/2012 20:21

רבותי רבותי,

לאזט אייך נישט קאלט ווערן פון קיינע ליצים!

די אויסגאבעס זענען סם המוות ווי די רבי שליט"א האט ערווענט אין די דרשה חוה"מ, און מיר מוזן טוהן אלעס אין די וועלט זיי אויסצורוימען פון אונזער מחנה.

כולנו!!!

לאנצוט » 16/4/2012 20:39

גערעכט, נאר די בליץ איז סם החיים !


לא לא לא לא לא

הנגיד_רבי » 16/4/2012 23:33

איך האב גראדע נישט קיין שום מיינונג לגבי די נושא דא.

אבער וואס זאגט איר האניג-זיסע ארונים'לעך ווען די מאנראו רבי האט געפירט זיין ישיבה גדולה פון יענער צייט לערך 400 בחורים, און געשיקט אויף אפאר שבתים אויף מאנסי א מנין בחורים "אויף איבער שבת!" (און די עלטערן האבן נעבעך געמיינט אז זייער זוהן איז אין ישיבה אויף שבת...) נאר כדי צו קענעם צאפן דאס בליט פון וויזניצע רבי מיט די שבת -בּעל: 

איז עס אויך געווען א פאליטישע ספעקטאל, אדער שווארצע טערראר...? 

הנגיד_רבי » 16/4/2012 23:40

פארוואס מאכן טאקע נישט די ארונים א אסיפה קעגן עטרת אברהם?

חוץ פון שמוא' ווידער באדערט עס נישט פאר קיין איינע פון 16 מוצלעך?

און וואס האט הקדוש ר' מענדל צו זאגן דערקעגן?

און ווען הרב פרעזידענט פון שופר בלאט יוסף בראך האט שוין יא איינמאל פארופן א אסיפה דערקעגן האט זיך נישט באוויזן קיין איין גם אחד וואס זאל זאגן אז ס'טוט אים וויי?

אז ס'טוט וויי שרייט מען!
און אז קיין איין בעל-בית, דיין, רב, משמש, מקוה איד, טראק דרייווער, ריעל עסטעיט בראוקער, גמח אנפירער, זינגער, בדחן, אדער אפי' עני יונגערמאן מיט חתימת זקן, האט זיך נאך קיינמאל ארויסגערעדט דערקעגן איז א סימן אז ס'איז בּ.ש. - מילד גערעדט -.
נאר פאר היידפארק און בלאט שרייבער טוט עס וויי? נע! איך קויף עס נישט.

תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 16/04/2012 23:42:18

לאנצוט » 17/4/2012 01:19

ווער עס וואוינט דארט אדער גייט אפילו נאר דורך באקראי זעט וואס דארט טוט זיך ליידער.

דאס אז דו פארענטפערסט עס, צייגט אז די פאליטיק שטייט ביי דיר העכער ווי די תורה. ליידער.

outspoken » 17/4/2012 18:05

אינטערסאנט, חול המועד זעמער אזוי געזעצען חברים און געשמוסט וועגן די 'שטערן' האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ו משפחות וואס מ'האט ליב צו ליינען האבן געהאלטן אז ס'דייקא א גוטע זאך, ווידער די וואס ליינען נישט קיין סאך, האבן געהאלטן פארקערט, אפגעזען ווי פרום די משפחות זענען.

סטראבערי » 17/4/2012 20:33

ארונים ענק פארענטפערן עס
ווייל מדשתקי שמע מינה דניחא להו!

לאנצוט » 17/4/2012 20:39

די עבירה איז מוטל אויף די בעליבתים און דיינים פון אייער קהילה.

ואנחנו את נפשנו הצלנו.

הנגיד_רבי » 17/4/2012 20:45

פארוואס רעדט נישט הק' מענדעלע ביי תורה דערקעגן געוואלד ער וואינט דארט דערביי און ער האט די מערסטע שאדן (הנאה...) דערפון

לאנצוט » 17/4/2012 20:50

ער וואוינט די אנדערע זייט דאכצעך מיר.

צוויייטנס, איז די קשיא אויף די דיינים פון די קהילה וועלכע זענען מחפה אויף זייערע תועבות. נישט אויף פרעמדע רבנים.

מאןדפליג » 18/4/2012 03:02

וואס איז דער חילוק צווישן עטרת אברהם, און עטרת חיה אדער ראוז קעסיל וכו^?

עכטער_חסיד » 18/4/2012 03:31

לאמיר האפן אז די אסיפה זאל נישט ווערן קיין פאליטישע זאך, נאר עס זאל זיין אן אומפארטייאישע אסיפה קעגן אלע ליין מאטריאל וואס ברענגט ארייין גויאישקייט ביים היימישן ציבור, אפגעזען וואסערע נאמען עס טראגט!

דאסטערס » 18/4/2012 05:42

היידפארק אויך.

געלעכטער » 18/4/2012 10:14

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גערעכט, נאר די בליץ איז סם החיים !


לא לא לא לא לא
‎​
 
דו האסט געזען איינעם זאגן דא אז דער בליץ איז סם החיים? ‎​
 
אגב, אלס אהרוני, פרעג דיך נאך די ווערטער וואס ר' מענדל האט געזאגט ביי זיין שבת הגדול דרשה אין הופפער, דערנאך קום מיר צוריק זאגן אויב די מערכה קעגן די מאגאזינען איז א פאליטישער.

לאנצוט » 18/4/2012 21:25

געלעכטער:

איך בין א גראדער מענטש. איך האב קיינמאל נישט אריינגעלאזט ביי מיר אין שטוב קיין שום מאגאזין, נישט אידיש און נישט ענגליש.

יעצט, ווען איך זעה שרעקליכע איסורים קעגן שטערן און שפאקטיוו און די בליץ האט מען ארויסגעקומען "מכלל איסור" און אלע אסופות זענען נאר קעגן דעם "סם המות" פון שטערן / שפאקטיוו וכו' וכו'.

פרעג איך ווי א תם: צי מ'גייט אויך זאגן אז דער בליץ איז "סם החיים"?

איך האב געהערט אז ר' מענדל האט געהאקט אויף "אלע צייטונגען" (און דאס צייגט מיר טאקע איבער אז ער איז ב"ה נישט קיין פעיקער און קיין בלאפער ווי די אנדערע רע-בנים וועלכע האבן מיט זייער פעדער אונטערגעשריבן אן איסור לשם פאליטיק און נישט לשם שמים.

אדרבה געלעכטער טייערער, קענסטו דאס זאגן אויף דיינע רבנים מיט "עפעס באווייזן"?

נארפאקטן » 19/4/2012 22:49

איז אמת אז אין "דער איד" איז נישט דערמאנט אפילו ברמז קיין כל שהוא איבער די היינט נאכטיגע אסיפה?, עס איז גאר גאר אינטערעסאנט וואס די פשט דערפון איז

פינחס_יואל » 19/4/2012 23:25

מה נשתנה אלו מאלו?????????
געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 
דו האסט געזען איינעם זאגן דא אז דער בליץ איז סם החיים? ‎​
 



[בילד – נישט אפגעהיט]

קל_וחומר » 20/4/2012 13:36

באלד וועלן מיר אזוי אויסקוקען!
[בילד – נישט אפגעהיט]

outspoken » 23/4/2012 16:31

די צייטונגען האבן אסאך א גרעסערע פראבלעם.

ווען א בחור'ל ליינט זיין פארטיי'אישע צייטונג און ליינט וועגן די קדושה פון זיין רבי און אין דער זעלבע צייט ליינט ער וואסערע שגץ און הולך בערכאות ר''ל זיין רבי'ס ברודער איז, דערנאך ליינט ער ממש די היפך אינם אינעם אנדערע צייטונג קומט ער ליידער צום מסקנה אז ביידע ברודערס זענען די זעלבע, און די גאנצע אידישקייט איז א שפיל ר''ל.

אויב דאס איז נישט גענוג, זעט ער אז זיין טאטענס "ערליכע רבי" (א מנהג וואס איז איינגעפירט ביים היימישע עולם אין די לעצטע 30 יאר, אז מ'האט א פארטיי'אישע רבי אין וואס מ'קאכט אין פאליטיק א גאנצע טאג, און דערנאך האט מען א א''ג ''ערליכע גוטע איד'' וואס מ'גייט זיך אויסבעטען א גוטע יאר און עצה'ס פאר שידוכים אא''וו) לויפט צו ביידע ברודערס און לאזען פאטאגראפירן, און לחיים'ט מיט די גרעסטע חנופה, מ'רעדט פון די זיידע'ס און אלע שטותים, אבער נישט וועגן אז זיי זאלען ארויסגיין פון ערכאות ר''ל, הייבט אן די בחור'ל צו טראכטען אז די גאנצע "פארגלייזען די אויגן" און זיך "רייבען די האנט" איז איין שטיק שקר, ר''ל.

אויב דאס איז אים נישט גענוג, ליינט ער די ערליכע מאגעזינען ווי למשל די ''אוצרות" וואס פארציילט פון זקנים פון די הייליגע דרכים, קדושה און עבודת פון רביה"ק און אנדערע צדיקים, און אויפן זעלבן פלאץ לייגט מען אין א קעסטעלע אז דער איד זאגט אויך אזוי אויף כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א ,אדער אז ער טוט אויך אזוי די עבודה,  זאגט איר אליין וואס די בחור'ל טראכט ר''ל


בחצרהקודש » 23/4/2012 17:48

מזעהט אז אפילו די קראלי מנהל וואס איז שוין פון די נייע דור רעדט פיין ער האט נאך געזאגט די בעסטע קורץ אין שארף 

תוקן על ידי בחצרהקודש ב- 23/04/2012 17:51:59

די_אמת » 26/4/2012 07:11

[בילד – נישט אפגעהיט]