היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ווער שטייט אונטער דעם?

ווער שטייט אונטער דעם?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2953927

געדאנקן » 15/4/2012 22:47

לעצטענס איז דא גאר גרויסע תיקונים ביי כלל ישראל
* שלום שלוסן צווישן גרויסע קהילות און פארטייען.
* גדרים וסייגים ביי די אונטערנעט וועלט.
* לימודי עמוד יומי, משנה יומי, הלכה יומי, און פילע אופנים פון הרבצת התורה אין א גרויסן פארנעם

קוקט אויס אז כלל ישראל איז נישט אויף צרות.. אט די געשעענישן פון יאר הערט מען עפעס נישט..

איז לאמיר קלאר מאכן וועמען קומט די קרעדיט, און וועמענס זכותים זענען זיי? זיכוי הרבים אויף אזא מאסיווע פארנעם

הדלקה » 16/4/2012 00:09

ר אהרן טייטעלבאם

נפל » 16/4/2012 03:41

אגב וויל איך זיך באדאנקען פאר ר' אהרן פארן איינפירן פלעסטיגס אויף די בראדוועי מצות, ס'איז א געוואלדיגער אויפטו

נפל » 16/4/2012 03:42

אה פארגעסן, אויך וויל איך זיך באדאנקען פאר ר' אהרן אז די באזז האט געטיילט האט קאפס אין די בארא פארקע שולן

ben_yahuda » 16/4/2012 12:35

די מצות היי יאר פון בראדועי סאטמאר מצה בעקעריי איז געווען לעילא ולעילא, אדאנק די נייע פאטענט פון איינפאקעם די מצה אין א פלעסטיק געוועיקיאמט.....

קרעדיט: אהרן ט"ב

פאלאנד » 16/4/2012 18:45

אלע יארן זענען די בראדוועי מצות פיין געווען, אבער היי יאר איז עס געווען אסאך אסאך בעסער.

וואס האט די פלאסטיקס מיטן רבין פון קרית יואל?